☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » קבלה לימים נוראים

קבלה לימים נוראים

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1710

באמת » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:44 am

· #41353
קבלה לימים נוראים
יעדעס יאר בין איך זיך פריש מקבל א הנהגה טובה אין עס קומט נאך די הייליגע טעג פאלט עס אוועק
אפי' עס זאל נאר זיין א קליינעקייט
וויאזוי מאכט מען אז עס זאל זיך האלטען???

על המחיה » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:48 am

· #41357
מיין רבי פלעגט זאגען אז מען זאל זיך מקבל זיין דווקא גאר א קליינע זאך, אנדערש וועט זיך עס נישט האלטען

לדוגמא זאגען די ערשטע ברכה פין ברהמ"ז אדער שמו"ע מיט כוונת פירוש המילות, וכדומה

באמת » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:51 am

· #41364
על המחיה
מיין רבי פלעגט זאגען אז מען זאל זיך מקבל זיין דווקא גאר א קליינע זאך, אנדערש וועט זיך עס נישט האלטען

לדוגמא זאגען די ערשטע ברכה פין ברהמ"ז אדער שמו"ע מיט כוונת פירוש המילות, וכדומה

איך האלט שוין נאכדעם עפשער נאך קלענרע קבלה וואס?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 11:22 am

· #41372
זיי דיך מקבל כשמך כן יהיה.
זיי אמת'דיג.
טו נישט גארנישט וועגן יענעם.
דיין לעבן וועט זיך טוישן.
בעסער געזאגט: דיין לעבן וועט זיך ערשט יעצט אנהיייבן

מורינו הרב » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:00 pm

· #41381
הער אויס:

איך האב איינגעזען אז א נארמאלע קבלה איז שווער זיך צו האלטן, סיידן מען איז זייער תמימות'דיג און גענוג שטארק מיט זיך.

אויב דו ווילסט זיך באמת מקבל זיין א זאך, דארף עס גיין אויף א קורצע טערמין. למשל, זיי זיך מקבל א זאך אויף צוויי וואכן! נאך צוויי וואכן וועסטו עס נאכאמאל קאנסידערן און זען, און "אפשר" וועסטו עס מקבל זיין אויף ווייטער אויך.

אנדערש וועט זיך א קבלה נישט האלטן.

בדוק ומנוסה.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:22 pm

· #41389
די ספה"ק טייטשן, "התקדשו היום ומחר", מען קען זיך נישט אונטערנעמען א זאך אויף איינמאל מעתה ועד עולם.
נאר קודם התקדשו היום, איין טאג אויף אמאל, און דאן "ומחר", מארגן איז נאך א טאג.
ווען דער יצה"ר שטארק זיך, שטופ אים אפ אויף מארגן. איין טאג אויף אמאל איז גרינג.

gehlungen » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:30 pm

· #41392
מורינו הרב
הער אויס:

איך האב איינגעזען אז א נארמאלע קבלה איז שווער זיך צו האלטן, סיידן מען איז זייער תמימות'דיג און גענוג שטארק מיט זיך.

אויב דו ווילסט זיך באמת מקבל זיין א זאך, דארף עס גיין אויף א קורצע טערמין. למשל, זיי זיך מקבל א זאך אויף צוויי וואכן! נאך צוויי וואכן וועסטו עס נאכאמאל קאנסידערן און זען, און "אפשר" וועסטו עס מקבל זיין אויף ווייטער אויך.

אנדערש וועט זיך א קבלה נישט האלטן.

בדוק ומנוסה.

You are 100% rite even not to talk in b'md don't upon yourself NEVER to talk because its never going to happen. Just take upon yourself 1 tfilleh at a time !

gehlungen » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:43 pm

· #41396
שמעקעדיג
די ספה"ק טייטשן, "התקדשו היום ומחר", מען קען זיך נישט אונטערנעמען א זאך אויף איינמאל מעתה ועד עולם.
נאר קודם התקדשו היום, איין טאג אויף אמאל, און דאן "ומחר", מארגן איז נאך א טאג.
ווען דער יצה"ר שטארק זיך, שטופ אים אפ אויף מארגן. איין טאג אויף אמאל איז גרינג.

Don't take upon yourself to learn even 3 mishnes a day. Only I a day. As they say "slowly but surly "

שטערן » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:53 pm

· #41401
באמת
יעדעס יאר בין איך זיך פריש מקבל א הנהגה טובה אין עס קומט נאך די הייליגע טעג פאלט עס אוועק
אפי' עס זאל נאר זיין א קליינעקייט
וויאזוי מאכט מען אז עס זאל זיך האלטען???


זיי זיך מקבל צו לערנען מוסר א יעדן טאג, וועט אויטאמאטיש זיך האלטען ביי דיר אויך אלע אנדערע קבלות.
זיי מצליח, חזקו ואמצו.

באמת » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:15 pm

· #41442
שטערן
באמת
יעדעס יאר בין איך זיך פריש מקבל א הנהגה טובה און עס קומט נאך די הייליגע טעג פאלט עס אוועק
אפי' עס זאל נאר זיין א קלייניגקייט
וויאזוי מאכט מען אז עס זאל זיך האלטן???


זיי זיך מקבל צו לערנען מוסר א יעדן טאג, וועט אויטאמאטיש זיך האלטן ביי דיר אויך אלע אנדערע קבלות.
זיי מצליח, חזקו ואמצו.


איך פלעג יארן לערנען מוסר יעדן טאג אבער איך האב נישט געזעהן רעזולטאטן האב איך געסטאפט
אפשר איז צייט נאכאמאל צו טרייען.
וועלכע מוסר ספר איז גוט???

באמת » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:18 pm

· #41444
קאווע טרינקער
זיי דיך מקבל כשמך כן יהיה.
זיי אמת'דיג.
טו נישט גארנישט וועגן יענעם.
דיין לעבן וועט זיך טוישן.
בעסער געזאגט: דיין לעבן וועט זיך ערשט יעצט אנהיייבן

איך קען נישט פאר די גאס אזוי ווי קיינער קען נישט
וויאזוי האסטי עס ג'בראכען??

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 2:13 pm

· #42564
נאך נישט דורך געבראכן
איך ברעך נאך

קווה לה' » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 9:14 am

· #43485
מיר פערזענלאך האט געהאלפען א געדאנק פון בעל שם הקדוש:


שמעתי ממורי פיר’ הפסוק חשבתי דרכי ואשיבה רגלי אל עדותיך והענין כי אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא ר"ל שלא יהיה בטוב ההוא אשר יעשה מבלי שום פני’ וחטא זה אי אפשר וביאר כי כשיעשה טוב בלי שום דבר רע מתגרה בו היצה"ר משא”כ כשרואה היצה"ר שיש בו תועבת חלק היצה"ר מניחו והולך לו ואז גומר הדבר ויעשה לשמה אח"כ וז"ש ישראל גנבים וכו' כי צריך לגנוב דעת היצה"ר בכל דבר מצוה. וז"ש חשבתי דרכי וכו' ר"ל בכל דבר מצוה או קדושה בהתחל’ חשבתי דרכי להנאתי הגשמי ואח"כ ואשיבה רגלי אל עדותיך ר"ל רגלי הרגל שהורגל אצלי שלא לשמה אז עשיתי לשמה וזה שאמר חצות לילה אקום ר"ל לתועלתי הגשמי כי מיד שיתעורר משינתו לש”ש א”א אלא חצו’ לילה אקו"ם לצרכי ואז בדבר הטבע יכול לגבור על הטבע שינת חצות ודפח"ח והוא כלל גדול ללמוד במחשבה זרה בתחלה או בתפל’ שלא ימנע עבור זה רק יגנוב דעת היצה”ר ואח”כ יעשה לשמה ודי בזה

תולדות יעקב יוסף פרשת חקת דף קנא, א

דאס הייסט אויף יידיש:
איך האב געהערט פון מיין רבי'ן א פשט אין דעם פסוק חשבתי דרכי ואשיבה רגלי אל עדותיך. אז דער ענין איז אז "אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא" ד.ה. אז עס איז אומעגלאך אז עס זאל נישט זיין אין דעם גוטס וואס ער {דער צדיק} טוט אהן א פניה און זינד. עס איז פשוט אוממעגלאך. און ער האט מסביר געווען אז ווען איינער טוט עפעס {אינגאנטסען גוט} אהן אריינמישען עפעס שלעכטס, דאן פאנגט זיך דער יצר ירע אהן מיט איהם {און סוף כל סוף פארלירט דער מענטש}. נישט אזוי ווען דער יצר הרע זעהט אז עס איז פארהאן {אין די מצוה וואס ער טוט} אן אומוועהרדיגער חלק פון יצר הרע, לאזט איהם {דער יצר הרע} אפ און ער גייט סאך. און דאן קען מען ענדיגען די זאך {ד.ה. די מצוה} און עס טון לשמה. און דאס איז דער פשט פון ישראל גנבים וכו' וייל מען דארף אויספאפען דעם יצר הרע ביי יעדער דבר מצוה {וואס מ'גייט טון}.
און דאס איז דער פשט פון חשבתי דרכי וכו' ער {דוד המע"ה} מיינט צו זאגען אז ביי איעדע מצוה אדער הייליגע זאך האב איך {דוד} געטראכט עס צו פאר מיינע אייגענע געברויכען אין נאר דערנאך ואשיבה רגלי אל עדותיך רגלי הייסט מיינע רגילות'ען דאס וואס איך האב זיך איינגעווינט שלא לשמה האב איך נאכדעם געטוהן לשמה.
און דאס איז וואס {דוד המע"ה} זאגט {אין המשך} חצות לילה אקום מיינענדיג פאר מיינע גשמיות'דיגע נוצען. ווייל אויפצושטיין חצות לשם שמים איז אוממעגלאך נאר חצות לילה אקום פאר מיינע אייגענע געברוכען און דאן קען מען זיך מתגבר זיין בדרך הטבע אויף דעם נאטור פון דורכשלאפען חצות