☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » עמעזאן קינדל

עמעזאן קינדל

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1709

קרעקער » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 9:00 am

· #41795
וועמענס קינדל פארקויפט עמעזאן?
גרינס קינדל יו איז עס גוט געווען

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:36 am

· #41825
קרעקער דרייט זיך דא און עסט קינדל...

די נייע קינדל וועט האבן א לעקטערל? מעגליך, כדי צו קאמפיטן מיט זייער קאמפעטישאן, די NOOK פון בארנס און נאובעלס, וועלכע איז א אויפגעכאפטע אי.ריעדער און האט א אויסגעצייכענטע ראטע ביי די מבינים.

smart » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 11:46 am

· #44402
wow עס איז אינטרעסאנט וויאזוי פון די ריטעיל ליין זענען זיי אזוי גרויס געווארען אין טעכנעלאגיע ליין, ווארט נאר ביז זיי וועלן האבן פאונס וכו' אין נאכדעם מירדשען מיט גרויסע קאמפאניס אזוי עס איז געשען ביי אסאך אנדערע

פיינע קאווע » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 12:01 pm

· #44415
קען מען צולייגן א sd קארד ? עס האט א usb?

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 8, 2013 12:27 am

· #112895
איז פאראן א חילוק אויב איך האב א עמעזאן קינדל דעווייס, צו איך פארמאג א טעבלעט מיט א קינדל עפפ דערויף?

יידל » מיטוואך מאי 8, 2013 12:33 am

· #112898
יא, ווייל אן עמעזאן קינדל דיווייס ארבעט מיט אי-אינק. (חוץ קינדל פייער). חוצמזה איז אלעס די זעלבע אדער גאר בעסער א טעבלעט.

דעת תורה » מיטוואך מאי 8, 2013 12:35 am

· #112900
מענין לענין, איך זעה א מצאות סייט פארקויפט דעם "נוק" טאבלעט פאר 90 דאלער. לוינט עס? לויפט עס אויף ענדרויד?

דעת תורה » מיטוואך מאי 8, 2013 12:37 am

· #112901
יידל, די אי. אינק איז דא נאר אויף ספעציעלע קינדל - אדער בכלל אי - ביכער, אדער דאס זעלבע וועט זיין אויב לייג איך ארויף פ.ד.פ.'ס דערויף? און עקטשולי, צי קען מען בכלל דאס טאן?

סאשי פיש » מיטוואך מאי 8, 2013 12:50 am

· #112907
[ קינדל ארבעט מיט אי-אינק, און ליינט זיך ווי געדרוקטע טעקסט אויף פאפיר.

וואס איז דאס אי -אינק? א מין סקרין ספעשיל צו ליינען?

יידל » מיטוואך מאי 8, 2013 12:57 am

· #112911
דעת תורה, מ'קען ארויפלייגן דערויף פי די עףס און מ'ליינט דאס מיט די זעלבע אי-אינק. אלע קינדלס האבן אי אינק חוץ קינדל פייער.
אי אינק איז אן אינטערעסאנטע טעכנעלאגיע, ואכמל. וויקיפידע איז מסתמא גוט מסביר.