@ונבנתה העיר די שטיקעל וואס דו ברענגסט דא אנהייב אשכול, די ביאור הלכה וואס איז א שטיק שו"ע הרב איז מיר אויבן אויף געווען א גרויסע חידוש און סורפרייז.
מילא די סתירות אין הלכות שבת, נו אויף דעם ברענגסטו דאך צו פונעם זון וואס שרייבן אין די תולדות אז געוויסע שטיקלעך האט ער געשריבן, און סהאט זיך דורך געגליטשט דעם חפץ חיים'ס אויגן, מחמת בהילות צו גיין צום דרוק, איז עס געבליבן וויזוי דער זוהן האט געשריבן אנדערש פונעם טאטען, אבער אפענע גראבע פלאגיאריזם? וואס א חילוק ער צו די זוהן, איז עס זייער אומבאטעמט און געט א געוויסע ביליגע בליק אויפן גאנצע מ"ב.
בין איך דורך דעם שטיקעל, און געזען אז סנישט ממש אזוי געפערליך, די גאנצע שטיקעל וואס די שו"ע הרב שרייבט דארט אינעם ענין, די חילוקים פון טעם העליון און טעם התחתון, ווען מליינט וואס וכו' איז פשוטע הלכות פסוקות און סאיז ממש איבערגעטייטשט שטיקלעך מג"א און מחצה"ש, און איז זאכן וואס קיינער דינגט זיך נישט דערויף ביז ארויף צו די גמרא, און די שו"ע הרב צולייגט די גאנצע זאך מיט אן אריכות,
יעצט ווען די ביאור הלכה ברענגט דעם שטיקעל, איז טאקע אינטרעסאנט ווי א שיין חלק דערפון איז ווארט ביי ווארט, אבער ווען סקומט צו צולייגן הסברים און ווי אויך ביי די מנהגים פונקטלעך וויזוי מפירט זיך זאגט די מ"ב זיינע אייגענע זאכן אנדערש ווי די שו"ע הרב, און צום סוף פונעם ביאור הלכה פירט ער אויס "זהו תמצית דברי האחרונים" אז גארנישט איז נישט אייגנס,
יעצט צו שרייבן כך הוא דברי הגר"ז האט ער נישט געקענט,קודם ווייל אין געוויסע חלקים שרייבט ער אנדערע הסברים, און ווי אויך ווייל די שו"ע הרב אליינס איז דאס נישט מחדש אין טייטשט סך הכל אויס דעם ענין וויזוי שטייט שוין אין די פריערדיגע אחרונים, אבער סאיז דאך פארט נישט אייגנס, ממילא פירט ער אויס מיט דעם קלאסישן אויספיר "זהו תמצית דברי אחרונים", וואס איך מיין אז דערנאך האט דאס גארנישט מיט קיין פלאגיאריזם, און סאיז כבוד המ"ב במקומו מונח.