☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » "מאורם של ישראל", קורות חיי רבי מיכל יודא לעפקאוויטש

"מאורם של ישראל", קורות חיי רבי מיכל יודא לעפקאוויטש

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17

יידל » דינסטאג פעברואר 28, 2012 6:04 pm

· #55
"מאורם של ישראל", קורות חיי רבי מיכל יודא לעפקאוויטש
מאורם של ישראל‚ עובדות וסיפורים‚ הליכות והנהגות מתןך מסכת חייו של רבינו הגדול מרן רבי מיכל יהודה ליפקוביץ זללה"ה‚ בני ברק תשע"ב‚ $19.75

א שיין ביכל איבער דאס לעבן אין שאפן פון רבי מיכל יהודה לעפקאוויטש זצ"ל ר"י פאנעוויטש לצעירים. דאס בוך איז מנוקד, פארמאגט שיינע בילדער, און איז געשריבן און א לייכטע לשון קודש/עברית. פון א היסטארישן שטאנדפונקט איז דער בוך גאר שוואך צוליב איר העגיאגראפישן סטיל. איך וואלט דעם בוך רעקאמאנדירט פאר אן ערוואקסן אינגעל וואס וויל זיך אויסשארפן זיין קענטעניס אין לשון קודש, כאטשיג דער ליטעראטרישער קוואליטעט פון בוך איז נישט ווער-ווייסט-וואס, איז עס אבער נישט שלעכט.

יידל » דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:43 pm

· #73
Re: "מאורם של ישראל", קורות חיי רבי מיכל יודא לעפקאוויטש
גראדע איז די ספר גאנץ נארמאל לגבי אותיות סייז, ווי אויך דיק םון פאפיר, און באניצע פון בילדער. אבער ווי געזאגט, אז די זיכסט א בוך מיט א גוטע ליטעראטורישע קוואליטעט וועסטו עס אין דעם נישט געפונען.