☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16980
בלאט: 1 2

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 7, 2024 1:39 am

· #557967
א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
התנצלות: איך בין נישט קיין היסטאריען. איך ווייס נישט קיין (פונקטליכע דאטומס. אלעס איז נאר בערך).

מיט בערך א צוואנציג יאר צוריק האט מען אין די אידישע גאס אנגעהויבן צו הערן וועגן א אידישע וועבסייט וואו מענטשן האבן געקענט ליינען און אריינשרייבן ארויסצוזאגן זייער מיינונג איבער פארשידענע עניינים. סיי פון פאליטישן און סאציאלן און חרדי'שן שטאנדפונקט.

ס'זענען אין די זעלבע צייט געווען עטליכע קלענערע סייטס וועלכע האבן אנגעהויבן צו פונקציאנירן. נאר זיי האבן נישט געהאט קיין קיום.

דער אויפגייענדער שטערן אין די נייע אינטערנעט טעכנאלאגיע איז געווען מיט'ן נאמען הייד פארק. ס'איז נישט געווען קיין שום קאנטראל אדער באגרעניצונג (לפי ידיעתי) פון די מענעדזשמענט.

מיט די צייט איז געווארן א מצב וואו מענטשן (חברים?) האבן געווארפן באשולדיגונגען און פערזענליכע אטאקעס איינער אויפ'ן צווייטן.

זענען געווען א גרופ פון יונגעלייט וואס האבן מחליט געווען זיך אפצוטיילן און אויפמאכן אן אייגענע וועבסייט. מיט'ן נאמען איי-וועלט (א קאמבינאציע פון אידיש און ענגליש אידישע וועלט).

צוערשט איז אין די (דאמאלס) נייע וועבסייט געווען אינגאנצן אן אפענער פארום. א יעדער האט געקענט שרייבן ככל העולה על רוחו אן קיין שום באגרעניצונגען. איך וויל נישט רעדן לשה"ר. נאר מ'האט דארט געשריבן א סאך זאכן וואס האבן נישט געטויגט. ספעציעל פאר ערליכע אידן. ס'זענען געווען מאמרים וועלכע האבן זיך געגרעניצט מיט ניבול פה, רח"ל.

מיט די צייט האט די מענעדזשמענט אנגעהויבן צו נעמען קאנטראל. נאר מ'איז געגאנגען מן הקצה אל הקצה. פון איין עקסטריעם צו דעם צווייטן. נישט נאר האט מען געמאכט א שטיקל סדר. נאר ס'איז אויך געקומען מיט אן אגענדא. ווער ס'האט עפעס געשריבן אין א מאמר אדער תגובה וואס איז נישט געפעללן פאר די אחראים און עורכים האט מען עס אפגעווישט כאילו לא היה. ס'איז געפלויגן. אויך ווער ס'האט נישט געשריבן לויט דעם גייסט פון זייער (שמאלע) אידעאלאגיע.

זענען געווען א גרופ פון יונגעלייט וועלכע האבן באשלאסן זיך אפצוטיילן און אויפמאכן אן אייגענע וועבסייט. מיט'ן נאמען "קאווע שטיבל". על שם פון די קאווע שטיבלעך אין א יעדן ביהמ"ד. וואו מ'קומט זיך צוזאם צו שמועסן איבער א גלעזל קאווע. דאס איז געווען בערך אין אדר שנת תשי"ב.

די נייע וועבסייט "קאווע שטיבל" איז געווארן זייער שטארק פאפולער.

נאר די אנשי איי-וועלט האבן געשריגן (כ'ווייס נישט ווי הויעך) אז די אנשי קאווע שטיבל זענען א באנדע פון שקצים און אפיקורסים. און אפשר ציונים אויך (בערל בעל עגלה איז נאך דאמאלס נישט געווען אויף קאווע שטיבל. איך האב געהערט איבער קאווע שטיבל פון א בחור אויף מיין באס.).

ס'איז געווען זייער א געשמאקע וועבסייט. מיט א אידישן טעם. מיט פרייהייט פון ווארט און אויסדרוק. פארשטייצעך לויט'ן גייסט פון די תורה און אידישקייט. ס'זענען געווען געוויסע תקנות וועלכע זענען שטרענג אינפארסירט געווארן. אז מ'טאר נישט רעדן קיין דברי כפירה (נישט אידעאלאגיע) און נישט קיין ניבול פה, ח"ו. אויסערדעם האט מען געקענט באהאנדלען סיי וועלכע אישו אדער פראגע אן מורא אז מ'וועט ווערן אויסגעמעקט אדער אראפגעווארפן.

אין די ערשטע צייט זענען געווען "אחראים" וועלכע האבן זיך געטוישט א יעדע שטיק צייט. שפעטער איז געקומען אן עורך קבוע מיט'ן ניק "קעלנער". נאך שפעטער זענען געווען אנדערע. ויהי אחרי קענלנער איז געקומען אן אנדערער "עורך" דער היינטיגער "מנהל" זז"ג. ער איז געווארן א ביסל שטרענגער. ער האט א ביסל איינגעצויגן דעם פאסיק. ס'זענען געווען מענטשן וועלכע האבן געהאט חילוקי דיעות מיט איהם. זענען זיי געגאנגען און האבן זיך אויפגעמאכט א וועבסייט'ל. בלשון קטנה. ווייל ס'איז נאך אין די ווינדלעך.

איך ווינטש זיי א סאך הצלחה. נאר איך האלט אז ס'האט נישט אויסגעפעהלט. ווייל קאווע שטיבל איז נאכאלץ און וועט בעז"ה פארבלייבן אלס די חשוב'ע און געשמאקע וועבסייט וואס ס'איז.

אזוי ווי איך האב שוין דערמאנט אין א פריער'דיגן מאמר. אז אויפהאלטן א וועבסייט קאסט געלט און כוחות. און די ליינערס און שרייבערס (וועלכע טראגן נישט דעם עול פון די הוצאות) זענען נאר געסט. דארפן זיי זיך צושטעללן צו די תקנות המקום. פארשטייצעך ווילאנג ס'ווערט געפיהרט בטוב טעם ודעת און מיט יושר. אויסער דעם האבן זיי נישט קיין שום רעכט אריין צו רעדן אין די מענעדזשמענט אדער וואס מ'זאל יא אדער נישט טון. ושלום על ישראל.

קאצקע ציקער » זונטאג אפריל 7, 2024 1:52 am

· #557969
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
ר'בערל ביסטו נישט געוואר געווארן דערפון פון נ"ר?...

גברא דלא עביד » זונטאג אפריל 7, 2024 2:01 am

· #557974
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
איז שייך צו צושטעלן א לינק צום נייע וועבזייטל?

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 7, 2024 2:34 am

· #557981
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
קאצקע ציקער #
ר'בערל ביסטו נישט געוואר געווארן דערפון פון נ"ר?...
פון עהם אויך: ער האט מיר (טאקע) געשטופט אז איך זאל מיך איינשרייבן. נאר די ערשטע מאל איך האב געהערט וועגן קאווע שטיבל איז געווען פון א בחור אויף מיין באס. ער האט מיר געזאגט בלשון תמיהה. דו ווייסט נישט וועגן קאווע שטיבל? זעהט אויס זיין טאטע איז געווען אויף קאווע שטיבל.

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 7, 2024 2:36 am

· #557982
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
גברא דלא עביד #
איז שייך צו צושטעלן א לינק צום נייע וועבזייטל?
מסתמא יא: נאר איך בין נישט דער מענטש. איך בין א גרויסער עם הארץ אין טעכנאלאגיע.

צוקוועטשטע איילבירטן » מאנטאג אפריל 8, 2024 11:04 am

· #558249
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
מ'טאר נישט אויפגעבן, יש תקוה. כ'געדענק ווען דער אלעמען באקאנטער טשעיר פון דעם פעדעראל רעזערוו הגאון הגדול עלען גרינשפאן האט ריטייערט פון זיין פאזיציע איז ער אלט געווען 70 יאר האט עם איינער אינטעריוויוט און עם געפרעגט וואס ער פלאנט צו טוהן יעצט? האט ער עם געענטפערט אז די ערשטע זאך וואס ער וויל טוהן איז צו עפענען אן אימעיל

מרדכי מרדכי » מאנטאג אפריל 8, 2024 7:47 pm

· #558356
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
יש"כ בערך פאר דיין אינפארמאטיווע ארטיקל, אבער עס פעלט אסאך פרטים, וואס נישט מיט אלעם בין איך באקאנט.
ווי קרעטשמע און פאליש און ווערצהויז. און נאך

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 8, 2024 8:04 pm

· #558359
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
מררדכי מרדכי: איך האב דאך געשריבן בכלליות אז ס'איז געווען נאך. איבער "פאליש" האב איך יא געוואלט א ביסל מאריך זיין.

צוערשט האב איך געמיינט אז פאליש איז סך הכול א פריילעך שטיבל. וואו א גרופ פון יוגעלייט (אפשר א פאר אלטע אויך) קומען זיך צוזאם און לופטערן אויס אלערליי נארישקייטן אן אפגעבן א שטיקל דין וחשבון ואס מ'קען יא אדער נישט ארויפלייגן פאר'ן ציבור.

איך האב דארט געליינט סך הכול איין מעשה וואס האט מיך געמאכט ברעכן א פאר מאל אינמיטן פון ליינען. ווען איך האב געענדיגט עס צו ליינען האב איך אינגעזעהן אז איך האב בכלל נישט געליינט א מעשה וואס האט עפעס א תוכן און א ציל. אויך בין איך געבליבן מיט א זויערן טעם אין מויל ווי גלייך איך וואלט אראפגעשלינגען א גאנצן "דזשאר" מיט זויערע פיקלס.

ארכיטקט » מאנטאג אפריל 8, 2024 9:17 pm

· #558374
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
פון וועלכע נייע וועבזייטל רעד איר?

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 8, 2024 9:42 pm

· #558385
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
איך רעד פון די פארשטארבענע וועבסייט "פאליש".

yatzmachp » דינסטאג אפריל 9, 2024 1:15 am

· #558415
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
האסט פארגעסן אלע בלאגס וואס זענען געווען פאר די אלע וועבסייטס

עמקות התם » דינסטאג אפריל 9, 2024 3:27 am

· #558422
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
berlbalaguleh #
איך רעד פון די פארשטארבענע וועבסייט "פאליש".
איז נאך פארבליבען ארטיקלען,דיונים, פונעם פאליש?

שפילער » דינסטאג אפריל 9, 2024 10:34 am

· #558436
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
א שטיק צייט פלעגט זיין א וועבסייט קרעטשמע אבער סהאט אנגעהאלטן פון תענית אסתר ביז פורים

שפילער » דינסטאג אפריל 9, 2024 10:35 am

· #558437
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
עמקות התם #
berlbalaguleh #
איך רעד פון די פארשטארבענע וועבסייט "פאליש".
איז נאך פארבליבען ארטיקלען,דיונים, פונעם פאליש?
אז מען וויל קען מען טרעפן

new news » דינסטאג אפריל 9, 2024 1:55 pm

· #558453
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
שפילער #
עמקות התם #
berlbalaguleh #
איך רעד פון די פארשטארבענע וועבסייט "פאליש".
איז נאך פארבליבען ארטיקלען,דיונים, פונעם פאליש?
אז מען וויל קען מען טרעפן
ווי?
לינק?

שפילער » דינסטאג אפריל 9, 2024 2:18 pm

· #558454
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
א קליינע בליק אין פאליש...
📎 IMG_20240409_141739_675.jpg

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 9, 2024 3:21 pm

· #558456
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
שפילער #
א שטיק צייט פלעגט זיין א וועבסייט קרעטשמע אבער סהאט אנגעהאלטן פון תענית אסתר ביז פורים
ס'איז געווען נאך עטליכע קליינע. איך האב באזוכט א סאך פון זיי. נאר זיי האבן נישט געהאט קיין קיום.

טראפעלע » דינסטאג אפריל 9, 2024 3:37 pm

· #558458
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
שפילער #
א קליינע בליק אין פאליש...
Web archive?

שפילער » דינסטאג אפריל 9, 2024 3:47 pm

· #558461
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
טראפעלע #
שפילער #
א קליינע בליק אין פאליש...
Web archive?
Yup

whatever » דינסטאג אפריל 9, 2024 6:08 pm

· #558499
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
פאליש האט זיך פארמאכט לכאורה ווייל ס'איז געווארן out of hand מיט שמוץ...

הייליגע קוה » דינסטאג אפריל 9, 2024 6:44 pm

· #558508
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
whatever #
פאליש האט זיך פארמאכט לכאורה ווייל ס'איז געווארן out of hand מיט שמוץ...
און דער עולם האט שוין נישט געקענט מער הענדלען אזויפיל סטימיולעשען? דאכט זיך אז פ***האב איז סטראנעגער טהען עווער.
(נישט אז איך ווייס וואס פ***האב מיינט, איך זאג סתם איבער וואס איך הער אין מקווה…עהעם)

צוקוועטשטע איילבירטן » דינסטאג אפריל 9, 2024 7:50 pm

· #558521
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
whatever #
פאליש האט זיך פארמאכט לכאורה ווייל ס'איז געווארן out of hand מיט שמוץ...
ערגער פון א פארן סייט? פשטות נישט. נישט אז כ'קען בכלל פאליש, ערשטע מאל כ'האב בכלל געהערט דערפון איז דא אויף ק"ש. מן הסתם האט עס נישט געהאט גענוג באזוכערס

מענדל » דינסטאג אפריל 9, 2024 8:46 pm

· #558535
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
שפילער #
טראפעלע #
שפילער #
א קליינע בליק אין פאליש...
Web archive?
Yup
דהיינו ?

בר גיורא » דינסטאג אפריל 9, 2024 9:28 pm

· #558541
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
שפילער #
א קליינע בליק אין פאליש...
סאיז דא הונדערטער סעיווד בלעטער פון פאליש אויף web archive פאר ווער סאיז אינטרעסירט..

https://archive.ph/ibtCn
מבאגקלאגט זיך דארט אויף די קאווע שטיבעל צענזור...

שמן למאור » דינסטאג אפריל 9, 2024 11:22 pm

· #558557
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
בר גיורא #
שפילער #
א קליינע בליק אין פאליש...
סאיז דא הונדערטער סעיווד בלעטער פון פאליש אויף web archive פאר ווער סאיז אינטרעסירט..

https://archive.ph/ibtCn
מבאגקלאגט זיך דארט אויף די קאווע שטיבעל צענזור...
וויאזוי סירטשט מען? ווען איך טריי צו גיין צום הויפט בלאט ארבעט עס נישט.

whatever » דינסטאג אפריל 9, 2024 11:28 pm

· #558559
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
צוקוועטשטע איילבירטן #
whatever #
פאליש האט זיך פארמאכט לכאורה ווייל ס'איז געווארן out of hand מיט שמוץ...
ערגער פון א פארן סייט? פשטות נישט. נישט אז כ'קען בכלל פאליש, ערשטע מאל כ'האב בכלל געהערט דערפון איז דא אויף ק"ש. מן הסתם האט עס נישט געהאט גענוג באזוכערס
יא יא... א יוד איז דאך א יוד... א הייליגע נשמה קען נישט נישט פארנעמען צופיהל שמוץ...

איך געדענק גוט פאליש... אסאך 'היימישע' שמוץ... זאל נישט אויסגערעדט זיין...

טאמבל סאס » מיטוואך אפריל 10, 2024 5:05 am

· #558583
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
פאליש האט זיך פארמאכט ווייל ס'איז נישט געווען ווער ס'זאל צאלן די ביללס, אדמיניסטרעיטן די סייט, און פיקסן/אפדעיטן טעקניקאליטיס. דעטס אלל. כך שמעתי.
ובאופן כללי, אזוי לאנג ווי ס'וועט נישט זיין עפעס אין פלאץ וואס פארזיכערט אן אינקאם, אפילו א מינימאלע (פאר ברויט אויף הויזן), פאר די רעגולערע קאנטריביוטערס, פון סיי וועלכע אונטערנעמונג, וועלן די טויגליכע פון צווישן זיי ביסלעכווייז אנטרינען ווערן.

שפילער » מיטוואך אפריל 10, 2024 11:04 am

· #558599
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
טאמבל סאס #
פאליש האט זיך פארמאכט ווייל ס'איז נישט געווען ווער ס'זאל צאלן די ביללס, אדמיניסטרעיטן די סייט, און פיקסן/אפדעיטן טעקניקאליטיס. דעטס אלל. כך שמעתי.
ובאופן כללי, אזוי לאנג ווי ס'וועט נישט זיין עפעס אין פלאץ וואס פארזיכערט אן אינקאם, אפילו א מינימאלע (פאר ברויט אויף הויזן), פאר די רעגולערע קאנטריביוטערס, פון סיי וועלכע אונטערנעמונג, וועלן די טויגליכע פון צווישן זיי ביסלעכווייז אנטרינען ווערן.
פארוואס האט מען כאטשיג נישט געסעיווט די תוכן דארט? איינס און צווייטענס, פארוואס האט זיך ווערצהויז פארמאכט?

טאמבל סאס » מיטוואך אפריל 10, 2024 2:51 pm

· #558646
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
ס'קען זיין ס'איז געסעיווט, אבער מזיכרוני האבן די מנהלים פון פאליש דעמאלס געזאגט אז זיי האבן נישט די צייט און עקספערטיז אפצוטיילן די סענסעטיווע דאטא (למשל אימעילס און פרייוועט מעסידזשעס) פון די רעסט און דערפאר, כדי צו עוואוידן א ליעק אין די פיוטשער, מחליט געווען אלעס צו פארמעקן. איך האף אז קאוועשטיבל וועט נישט עלעקטן די זעלבע דעסיזשען אויב קומען זיי אמאל צו אזא מצב. סאיז א שטארקע עוולה צונעמען קאנטריביושענס פון אנדערע מענטשן און עס פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן פארמעקן.
אבער אפי' אויב ס'איז יא געסעיווט, איין קאפיע, ערגעץ אויף א פיזיקעל הארד דרייוו, דענק איז אז די אדמיניסטראציע דארטן זענען געווען א געמיש פון פרייע און פרומע מענטשן, במחשבה תחילה. ד.ה. דאס איז געווען די סטראטעגיע. עכ"פ אין די לבוש - אזוי אז ס'איז נישט אז ס'האט איינעם געכאפט א הרהור תשובה ציוואס.
דוכט זיך ווערצהויז און פאליש זענען איין זאך געוועזן. ווערצהויז איז נאר אזא סוב פארום פון פאליש געווען. אזוי ווי דא די 'קאווע שטיבל' סוב-פארום.

שפילער » מיטוואך אפריל 10, 2024 3:48 pm

· #558653

אויך א סוב פארום אבער געווען א עקסטערע וועבזייטל נאכדעם וואס פאליש האט זיך פארמאכט!

היימלינד » מיטוואך אפריל 10, 2024 3:50 pm

· #558655

פאר זייער א קורצע וויילע
דאכט זיך מיר אז ס'איז אפילו געווען א דיסקלעימער דארט אז פאר מען מוטשעט זיך אהן צו שרייבען זאל מען וויסען אז ס'איז נישט קיין long term זאך.

טאמבל סאס » מיטוואך אפריל 10, 2024 3:50 pm

· #558656
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
אהה, עפעס דערמאן איך מיר. נישט קרעטשמע האט עס געהייסן? עפעס אזא אידיטש סטייל? ווייסעך נישט.

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 10, 2024 4:00 pm

· #558657
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
טאמבל סאס און שפילער עט אל: לפענ"ד האט זיך פאליש פארמאכט ווייל ס'האט נישט געהאט קיין (לאנג טערם) דירעקציע. און ממילא האבן זיי נישט געקענט "כאפן" א "ניש" (ניטש, אויף אמעריקאניש).

די סייט איז געווען פאר פרייע ספיריטס וואו א יעדער האט געקענט שרייבן אדער ארויפלייגן ככל העולה על רוחו. אן קיין מינימאלע קאנטראל.

משא"כ איי-וועלט אדער קאווע שטיבל האבן א דירעקציע און ס'זענען דא תקנות און פאראמעטערס. וואס די מערסטע שרייבערס האלטן זיך צו זיי. טראצדעם וואס מ'קען (מער-ווייניגער) האבן א פרייען אויסדרוק.

אין א יעדע גרופ, קארפארעישן אדער חסידות וועלן אייביג זיין מענטשן וועלכע זענען נישט צופרידן. און זיי גייען און מאכן שבת פאר זיך. כך הוא דרכו של עולם.

אפילו דא אין קאווע שטיבל זענען דא עטליכע (געציילטע) ניקס שאין רוחי נוחה מהם. בלשון המעטה. נאר איך בין נישט דער מענטש וואס אטאקירט אדער קאנפראנטירט אנדערע. אפילו איך קען אפליינען זייערע שלעכטע מידות. ווילאנג איינער אטאקירט (נישט קאנסטראקטיוו קריטיק) מיך נישט פערזענליך. דאמאלס קען איך (ב"ה) צוריקגעבן מנה אחת אפיים כיד ה' הטובה עליי. דער סימן איז אז זיי באקומען (כמעט) קיינמאל נישט קיין לייקס פון מיר. (איך דארף נישט זייערע לייקס. כמאמר החכם (משלי)...נעתרות נשיקות שונא...!

שפילער » מיטוואך אפריל 10, 2024 4:35 pm

· #558662
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
טאמבל סאס #
אהה, עפעס דערמאן איך מיר. נישט קרעטשמע האט עס געהייסן? עפעס אזא אידיטש סטייל? ווייסעך נישט.
דער סטייל איז געווען עקסעקטלי די זעלבע סטייל ווי פאליש סאיז געווען אזוי ווי א ריפלעיסמענט פאר פאליש ביז זי האט אויך אויסגעהויעכט די נשמה פריצייטיג

פרוכט זאפט » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 6:51 pm

· #558875
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
כ'מיין אז קרעטשמע איז געוועהן די ערשטע נאמען פון אייוועלט

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 12, 2024 4:53 pm

· #559014
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
כן גם נדמה לי...כ'בין נישט זיכער. די מייסדים פון איי-וועלט רעדן א סאך (בדרך אגב) פון קרעטשמע.

הייליג » פרייטאג אפריל 12, 2024 5:42 pm

· #559022
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
וועלכע נאך יודישע וועב זייטליך קען מען לייגן און זעהן אזעלכע זאכן ווי פאליש?

מילך טראק » פרייטאג אפריל 12, 2024 6:38 pm

· #559034
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
אויב איך געדענק גוט האט מען קיין שמוץ נישט געקענט ארויפלייגן אויף פאליש (חוץ אפשר מאחורי איך האב קיין עקסעס נישט געהאט דארט) אבער מ'האט געקענט שרייבן ניבול פה, ווי אויך בילדער פון פרויען איז האט מען געמעגט פאסטן.

שפילער » זונטאג אפריל 14, 2024 2:14 am

· #559081
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
מילך טראק #
אויב איך געדענק גוט האט מען קיין שמוץ נישט געקענט ארויפלייגן אויף פאליש (חוץ אפשר מאחורי איך האב קיין עקסעס נישט געהאט דארט) אבער מ'האט געקענט שרייבן ניבול פה, ווי אויך בילדער פון פרויען איז האט מען געמעגט פאסטן.
סהאט זיך געגאסן דארט עראטיקע

טאמבל סאס » זונטאג אפריל 14, 2024 4:01 am

· #559086
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
מילך טראק #
אויב איך געדענק גוט האט מען קיין שמוץ נישט געקענט ארויפלייגן אויף פאליש (חוץ אפשר מאחורי איך האב קיין עקסעס נישט געהאט דארט)
דו מיינסט 'מין במינה'. ס'קוקט אויס דער מנהל דארטן האט געהאט א בעקראונד אין הלכות טריפות ומנבלות.

טאמבל סאס » זונטאג אפריל 14, 2024 4:04 am

· #559087
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
הייליג #
וועלכע נאך יודישע וועב זייטליך קען מען לייגן און זעהן אזעלכע זאכן ווי פאליש?
ס'קוקט אויס דער נייער קרעמל סייט גייט אויף יענע מהלך.

דער עקס » זונטאג אפריל 14, 2024 8:04 am

· #559095
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
בר גיורא #
שפילער #
א קליינע בליק אין פאליש...
סאיז דא הונדערטער סעיווד בלעטער פון פאליש אויף web archive פאר ווער סאיז אינטרעסירט..

https://archive.ph/ibtCn
מבאגקלאגט זיך דארט אויף די קאווע שטיבעל צענזור...
מען קען דא גיין פון איין בלעטל צום צווייטען?

בר גיורא » זונטאג אפריל 14, 2024 9:41 am

· #559098
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
ניין.
ס'איז נאר דא עקסטרע בלעטער

סתם אזוי » זונטאג אפריל 14, 2024 10:16 am

· #559099
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
טאמבל סאס #
הייליג #
וועלכע נאך יודישע וועב זייטליך קען מען לייגן און זעהן אזעלכע זאכן ווי פאליש?
ס'קוקט אויס דער נייער קרעמל סייט גייט אויף יענע מהלך.
די לינק ארבייט נישט

טאמבל סאס » זונטאג אפריל 14, 2024 10:19 am

· #559100
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
פארראכטן

הייליג » זונטאג אפריל 14, 2024 4:29 pm

· #559139
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
איינער האט די לינק?

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 14, 2024 11:52 pm

· #559191
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
איינער וואס איז @הייליג האט נישט עכט וואס צו זוכן דארט...
דזשאסט סעיאינג.

איך רעקאמענדיר א בעסערע הכנה פאר'ן הייליגן פסח.

דער עקס » מאנטאג אפריל 15, 2024 6:53 am

· #559211
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
בר גיורא #
שפילער #
א קליינע בליק אין פאליש...
סאיז דא הונדערטער סעיווד בלעטער פון פאליש אויף web archive פאר ווער סאיז אינטרעסירט..

https://archive.ph/ibtCn
מבאגקלאגט זיך דארט אויף די קאווע שטיבעל צענזור...
דא איז ארכיווירט א שיין ביסל בלעטלעך פון פאליש...

הייליג » דינסטאג יוני 4, 2024 3:52 pm

· #564289
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
דער עקס #
בר גיורא #
שפילער #
א קליינע בליק אין פאליש...
סאיז דא הונדערטער סעיווד בלעטער פון פאליש אויף web archive פאר ווער סאיז אינטרעסירט..

https://archive.ph/ibtCn
מבאגקלאגט זיך דארט אויף די קאווע שטיבעל צענזור...
דא איז ארכיווירט א שיין ביסל בלעטלעך פון פאליש...
קום אריין קלאר וואס מ'דארף דרוקן אנצוקומען דערצו

שמואל » דינסטאג יוני 4, 2024 5:55 pm

· #564298
Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך
טאמבל סאס #
הייליג #
וועלכע נאך יודישע וועב זייטליך קען מען לייגן און זעהן אזעלכע זאכן ווי פאליש?
ס'קוקט אויס דער נייער קרעמל סייט גייט אויף יענע מהלך.
איך קען נישט אריין עני העלפ?
בלאט: 1 2