☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » חדשות: פאנעל לעניני יהדות

חדשות: פאנעל לעניני יהדות

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1694

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:46 am

· #40860
חדשות: פאנעל לעניני יהדות
פרטים יבואו, אבל הכללים באים עכשיו:
אן פאנעל ווערט געפלאנט אויף נאך סוכות.
נאר איינגעשריבענע פון פאראויס וועלן האבן איינטריט צום זאל.
ער וועלן אדורך געשמועסט ווערן עניני יהדות.
אלע שאלות דארף אריינגעגעבן ווערן פאראויס.
עס וועלן זיין פארטרעטער'ס פון די פאלגענדע אידישע סעקטעס:
חב"ד
סאטמאר
כלל חסידי
חרדי
דתי
ליטאי
אמריקאי
אורתודוקסי
מודרני
אלע משיבים זעהן די שאלות פון פאראויס, יעדער פון זיי וועט זיין גוט פארגעקוקט.
נאך וואס די שאלה ווערט גע'ענטפערט דורך יעדעם, וועלן אלע משתתפים פארצייכענען וועמעס תשובה ס'גפעהלט אים דאס בעסטער.
נעילת המעמד: דער יו"ר וועט אויסרופן ווער ס'האט דאס בעסטע – לויט די רוב – גע'ענטפערט, און וועלכע סעקסטע איז דאס מערסטע קרוב אל האמת.

איך בעהט דעם עולם זאל דא ארויפברעגען שאלות וואס זיי וואלטן געוואלט הערן תשובות אויף דעם. אדער אין אישי. ענינים פרגודי איז WELCOME.

לעמיל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:49 am

· #40864
וואס עפעס נאר סאטמער און חב"ד? און וואס איז די אויפטו דערפון?

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:57 am

· #40868
לעמיל
וואס עפעס נאר סאטמער און חב"ד? און וואס איז די אויפטו דערפון?

אחרון אחרון חביב...

די אויפטו איז נאר פאר די וואס זיכען צו הערן דעם אמת.

היסטאריקער » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:07 am

· #40875
וועלעכע חבּ״ד?

און וועלעכע סאטמאר?

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:10 am

· #40877
[ציטאט אראפגענומען]

אם תרצו אין זו אגדה

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:11 am

· #40879
היסטאריקער
וועלעכע חבּ״ד?

און וועלעכע סאטמאר?

חב"ד מקורי (מ'גייט דאך נישט דן זיין משיחיזים)
וסאטמאר מקורי (מ'גייט נישט דן זיין וועלעכע צייטונג פארקויפט זיך בעסער)

יידל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:12 am

· #40880
אודאי איז דאס א וויץ, וואס איז די חילוק צווישן "חרדי" און "ליטאי"? צווישן "אמריקאי" און "מודרני"? וואס מיינט "אורטודוקסי"?

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:15 am

· #40881
יידל
אודאי איז דאס א וויץ, וואס איז די חילוק צווישן "חרדי" און "ליטאי"? צווישן "אמריקאי" און "מודרני"? וואס מיינט "אורטודוקסי"?


חרדי איז למשל דיך - סתם א "יידל".

ליטאי, א ישיבה מאן

אמריקאי, איז אן אמעריקאנער אידישיקייט

אורטודוקסי איז בערך א וואשינגטאן הייטס סטיל
אדער OU

מודרני, איז ישיבה אינווערסיטי (דארט ווי מיין נשמה איז)

נח געציל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:06 pm

· #40960
קאווע טרינקער
יידל
אודאי איז דאס א וויץ, וואס איז די חילוק צווישן "חרדי" און "ליטאי"? צווישן "אמריקאי" און "מודרני"? וואס מיינט "אורטודוקסי"?


חרדי איז למשל דיך - סתם א "יידל".

ליטאי, א ישיבה מאן

אמריקאי, איז אן אמעריקאנער אידישיקייט

אורטודוקסי איז בערך א וואשינגטאן הייטס סטיל
אדער OU

מודרני, איז ישיבה אינווערסיטי (דארט ווי מיין נשמה איז)


מען דארף גיין מער צושטייטלעך.

קודם דארף מעם מאכן א פאנעל צו "סתם א יידל" איז די ריכטיגע "חרדי". אויף דארף מען נעמען פארטרעטערס פון די פאלגענדע חרדי'שע סעקטעס:

שטאפן הוט
ביבער הוט
הויכע הוט
מיט ברילן
אן ברילן
רויטע בארד
שווארצע בארד
האנדא אדדאסי
טאיאטע סיענע
און נאך

פארשטייט זיך אז דער וואס פארטרעט "שטאפן הוט" דער זאל נאר פארטרעטן "שטאפן הוט מקורי" נישט וועלכע הוט סטאר פארקויפט דאס מערסטע...

לעמיל » מיטוואך יוני 19, 2013 11:22 am

· #126236
קאווע טרינקער
אונז ווארטען נאך אויף פרטים

לעיקוואד » מיטוואך יוני 19, 2013 11:28 am

· #126239
איך בין מוחה בשם אלע סעקטעס וואס מען האט אויסגעלאזט.

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 19, 2013 1:45 pm

· #126277
ס'צרות..........
די נייע מפתח וועקט אויף אלטע אשכולות....