פרעסע דעקונג פון פטירת האדמו"ר מוויזניץ זצ"ל
19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #169
Re: פרעסע דעקונג פון פטירת האדמו"ר מוויזניץ זצ"ל
[ציטאט אראפגענומען]
פארוואס טראכסטו אזוי?
די המודיע האט א דרויסענדיגע דעקל וואס דאס איז דער עיקר דעקל.
קוק אויפ'ן בילד:
📎 IMAG0059.jpg
Re: פרעסע דעקונג פון פטירת האדמו"ר מוויזניץ זצ"ל
<a class="postlink" href="http://www.hamodia.com/digitaledition.cfm?docid=f9404703994b45e696a4c6c0258b4890">http://www.hamodia.com/digitaledition.c ... c0258b4890</a>
Re: פרעסע דעקונג פון פטירת האדמו"ר מוויזניץ זצ"ל
📎 orig_7AA8DC3C6C514CC8963398B275D7293F.JPG
Re: פרעסע דעקונג פון פטירת האדמו"ר מוויזניץ זצ"ל
<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2012/03/16/nyregion/rabbi-moshe-y-hager-hasidic-leader-dies-at-95.html">http://www.nytimes.com/2012/03/16/nyreg ... at-95.html</a>
שוואכע סחורה
Re: פרעסע דעקונג פון פטירת האדמו"ר מוויזניץ זצ"ל
אנאלאזירער, ליין זיין וויקיפעדיע בלאט. די חסידים פארציילען (פארקויפן) אז ער האט געלערנט 70 דפים עי דעי. כ'האב מורא אז די חסידים וואס פארציילן דאס ווייסן נישט וואס ס'מיינט א בלאט אין ש"ס...
Re: פרעסע דעקונג פון פטירת האדמו"ר מוויזניץ זצ"ל
[ציטאט אראפגענומען]
די ארטיקל פאסט נישט פאר די טיימס, נישט פאר וויזשניץ, און נישט פאר סענדער ראפאפארט.
Re: פרעסע דעקונג פון פטירת האדמו"ר מוויזניץ זצ"ל
[ציטאט אראפגענומען]
די טיימס געבט געווענליך א ברייטערן בליק. יושזעלי שרייבן זיי נישט סתם נאך געפיטערטע פראפאגאנדע אהן א ווארט פון אן עקספערט אין דשואיש קולטור, כאטש אן ענטראפאלעגיסט אדער א סאסיאלעגיסט. אויך האבן זיי גארנישט געקוואוט דער ראש הממשלה נתניהו פון זיין הספד אויפן נפטר אינעם כנסת,, און נאך, א קיצור ס׳איז א שוואכער ארטיקל. די מעשה פון ״קליין און מיין״ איז צו obvious חניפה, און די נו יארק טיימס ליינער באקומען אן אימפרעשאן אז דער רבי איז געווען א קאנטראל פריק. דאס צוגלייכן רעבישע שידוכים צו די שידוכים פון אמאליגע (מערדערליכע) קעניגליכע משפחות פארקויפט זיך גוט אין מקוה, משא״כ פאר א נו יארק טיימס ליינער זעהט דאס אויס עקעלדיג און פרימאטיוו. שוד איי גוא און?
Re: פרעסע דעקונג פון פטירת האדמו"ר מוויזניץ זצ"ל
טאקע פאני, דער ברך משה האט נישט באקומען אזא לאנגס און ברייטס אינעם טיימס. - ס'זעט אויס מער ווי א באצאלטע יולידזשי.
Re: פרעסע דעקונג פון פטירת האדמו"ר מוויזניץ זצ"ל
פון די ישראל'דיגע צייטונגן האט אין מיינע אויגן דער "בקהילה" געמאכט די בעסטע ארבעט.
"דער איד" האט אויך געהאט א אינטערעסאנטן בריוו פון וויזניצער רבי'ן זצ"ל וועגן די קול קורא פאר די בחירות.
Re: פרעסע דעקונג פון פטירת האדמו"ר מוויזניץ זצ"ל
המודיע האט ארויסגעגעבן א עקסטערע סעקשען פאר דעם וויזניץער רבי דער וואך
Re: פרעסע דעקונג פון פטירת האדמו"ר מוויזניץ זצ"ל
מיין מיינונגדער איד" האט אויך געהאט א אינטערעסאנטן בריוו פון וויזניצער רבי'ן זצ"ל וועגן די קול קורא פאר די בחירות.
ואס שטייט אינעם בריוו?
Re: פרעסע דעקונג פון פטירת האדמו"ר מוויזניץ זצ"ל
ער שרייבט אז די סיבה פארוואס דער טאטע דער אמרי חיים האט אונטערגעשריבן פאר די בחירות איז ווייל ער האט זיך נישט געוואלט אריינלאזן אין א מחלוקת מיט גור און בעלזא.
Re: פרעסע דעקונג פון פטירת האדמו"ר מוויזניץ זצ"ל
און מיט סאטמאר יא?
Re: פרעסע דעקונג פון פטירת האדמו"ר מוויזניץ זצ"ל
זיי נישט אזוי אביעקטיוו. ווען דער המודיע באשרייבט סאטמאר רבי'ן זי"ע שרייבן זיי שענערע טיטלען? כך הוא דרכו של עולם. יעדער מיט זיין פארטיי און אגענדע.
דער איד האט אים גראדע זייער שיין און קלאסיש באשריבן, די טיטלען זענען אויך גאר שיינע פון א סאטמארער שטאנדפונקט.
יעצט וועגן דרוקן דעם בריוו זע איך נאכנישט די גרויסע חוצפה. למעשה שטומען דיינע משלים מיטן סאטמאר רבי'ן בכלל נישט צו די נמשלים. דער בריוו זאגט זייער קלאר אז דער סיבה פארוואס דער אמרי חיים זצ"ל האט אונטערגעשריבן אויף די בחירות איז געווען מטעם ווייל ער האט נישט געוואלט קיין מחלקות מיט בעלזא און גור. איי וועסטו וועלן זאגן אז דאס האט ישועות משה זצ"ל סתם געשריבן פאר א פגע רע, קען טאקע אויך זיין. אבער קיין ליגענט גלייב איך דאך נישט אז ער האט געזאגט.
Re: פרעסע דעקונג פון פטירת האדמו"ר מוויזניץ זצ"ל
איך האב געהערט אז ווען ר' משה'לע וויזניץער איז געגאנגען וואוטן האט ער געזינגען דעם ניגון לעשות נחת רוח. (פרעג מיר נישט אפ, איך זאג נאר וואס איך האב נאכגעהערט)
Re: פרעסע דעקונג פון פטירת האדמו"ר מוויזניץ זצ"ל
הניק שליאיך האב געהערט אז ווען ר' משה'לע וויזניץער איז געגאנגען וואוטן האט ער געזינגען דעם ניגון לעשות נחת רוח. (פרעג מיר נישט אפ, איך זאג נאר וואס איך האב נאכגעהערט)
גם אני שמעתי כן.
Re: פרעסע דעקונג פון פטירת האדמו"ר מוויזניץ זצ"ל
No. He's father ztz"l was singing
Re: פרעסע דעקונג פון פטירת האדמו"ר מוויזניץ זצ"ל
and the son was dancing
Re: פרעסע דעקונג פון פטירת האדמו"ר מוויזניץ זצ"ל
chasidNo. He's father ztz"l was singing
גם אני שמעתי זאת על האמרי חיים.
אגב; ווער איז די מחבר פון די ניגון?