☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » ספעציעל געלונגענע מוזיק סידיס

ספעציעל געלונגענע מוזיק סידיס

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1684

חאצקל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 9:58 pm

· #40700
ספעציעל געלונגענע מוזיק סידיס
ס'אלץ דא שוואכערע און בעסערע טעיפס, אבער ס'אויך דא טעיפס -נישט קיין חילוק צו ס'איז א טעיפ פון חזנות, דזשעס, ראק, אדער "רייסעריש", אדער היינטיג חסידיש סטייל וכדו'- וואס זענען א מעסטער פיס, וואס מיט זייערע ניגונים, מוזיק, סאונד, זינגער, קאלירפילקייט און פרישקייט וכו' סטרייקן זיי ארויס מיט זייער שלימות פראכט און ארט, ארויס ברענגענדיג מיט אטענטישקייט גענוי דאס וואס דער טעיפ דארף ארויס צוברענגען.
איך וועל אויסרעכענען אזעלעכע טעיפס וואס זענען לדעתי א שלימות מיט רובו ככולו פון זייערע ניגונים:

חזק, שמחתי, און כנשר פון מ. גאלדמאן; חזק פון א. פריד; אמת מה נהדר, לחיים אידן, אדיר הוא יבנה פון ירמי' דמן; דאבל אלבום, נשמה, תמיד בשמחה פון מבד כו'

וועלעכע סידיס זענען אייער ארט פיסעס?

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:19 pm

· #40717
ווי ווייט צוריק גייסטו?
איז למשל FOREVER ONE פון אברהם פריעד נישט נכלל? לדעתי קען מען פון יעדע ניגון עקסטער משוגע ווערן.

חאצקל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:30 pm

· #40725
איך גיי צוריק ביז אפילו די ערשטע טעיפ'ס,
איך קען נישט דעם טעיפ וואס איר דערמאנט, אבער אויב איר זאגט אז ס'איז א מעסטער פיס, איז עס מסתם אזוי

גלות יוד » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:36 pm

· #40727
הוי דן פון אפרים מנדלסון, שהחינו פון עמית ליסטוונד, הנא זה בא פון בעלז, אין עוד מלבדו פון מבד,

חאצקל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:42 pm

· #40733
איר קענט ביטע אויסרעכענען די מעלות פון די טעיפס וואס איר רעכנט אויס אלס מעסטער פיס?

גלות יוד » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:59 pm

· #40750
אלע האבן גיטע ניגונים וואס מען הערט נישט היינט און אויכט די מוזיק איז ספעציעל גיט איינס ביי איינס

משה געציל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:03 pm

· #40753
״ונאמר לפניו״ ארויסגעגרעבסטע ניגונים איינס נאכן צווייטן דורך איינעם האנשטאטער דאכט זיך, אבער א מין מוזקאלישע ארבעט צוזאמען מיט די וואקעלס וואס מונה לייגט דארט אראפ נישט צום געפינען. אה.. שיעור נישט פארגעסן לחיים ברידער און לחיים אידן, סיי די ניגונים איינס ביי איינס ועל כולם די מוזיק און וואקעל ממש א זעלטענהייט אפילו פאר מונה. (לחיים טאטע טוט לדעתי פארשעמען די ערשטע צוויי ווען מען איז אים בכלל מייחס צו די זעלבע משפחה).

חאצקל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:12 pm

· #40758
ונאמר לפניו, כאטש די מוזיק איז א זעלטנהייט, איז עס אבער לדעתי ווייט פון א שלימות, סיי צוליב די רוב אומבאלימפערטע ניגונים, און סיי צוליב דער זינגער ר' ירמי' וואס איז נישט פאסיג פאר א גרויסער טייל פון די ניגונים

אגב דער ניגון אלקי נשמה איז לדעתי יא א מעסטער פיס פון אלע זייטן

גלות יוד » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:18 pm

· #40762
די האסט זייער א גיטע טעיסט חאצקל איך עגרי מיט דיר כמעט אלעס

משה געציל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:19 pm

· #40763
חאצקל
ונאמר לפניו, כאטש די מוזיק איז א זעלטנהייט, איז עס אבער לדעתי ווייט פון א שלימות, סיי צוליב די רוב אומבאלימפערטע ניגונים, און סיי צוליב דער זינגער ר' ירמי' וואס איז נישט פאסיג פאר א גרויסער טייל פון די ניגונים

אגב דער ניגון אלקי נשמה איז לדעתי יא א מעסטער פיס פון אלע זייטן

גערעכט, דער ניגון אלקי איז געוואלדיג. איך טראכט יעצט אזוי איבער זע איך אז עס איז יא דא א צוויי דריי ניגונים דארט אויף וואס מען קען א ברכה מאכן, כאיל תערוג א גאר געלונגע ניגון, ארענדזשמענטס פון עולם החידוש גלייך אראפ, ווי אויך פאסט ירמי׳ אריין אין די ניגון. אזוי אויך די ניגון אמר רבי׳ יוחנן בכל מקום -הגם די ווערטער אין די גראמען דארטן זענען צוזאם געהאקט קאטשעטס מיט לאפעטעס- קען מען נישט אוועק מאכן די ניגון בשתי ידים.

גלות יוד » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:21 pm

· #40764
וואס זאגסטו אויף נודה לך חאצקל?

קווארטין » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:35 pm

· #40771
אם, כאלט אינמיטן טראכטן, כ'האב אלץ שטארק געגליכן פון אברהם פריעד, די תניא אין די אדרבה אלבוימס, בשעתם האביך זיך געקענט צוהערן נאכאמאל אין נאכאמאל. מ'הערט אויפן טעיפ זייער א סך ארט פון אברהם זעלבסט, די ניגונים טראגן דיך אריין אין אטמאספערע, ווי אויך קען מען הערן די ארבייט וואס ער לייגט אריין דערין, (לאו דוקא די צוויי, נאר אין אלע זיינע אלבוימס), בכלל, ווען איך הער א טעיפ קוק ערשט אויפן פערפארמער, זינגט ער שיין? מיט א גוטע שטומע? און וואסיז מיט די ניגונים, שיינע ניגונים? אדער אבי א ניגון, דאס זענען די ערשטע צו וואס איך הער מיך צו, אויב די אויבן דערמאנטע איז גוט, דאן הייביך זיך אן צוציהערן צו די מוזיק, אינטראס, עטס. א שטייגער ווי 'שלמה שמחה', פון זיין ערשטע טעיפ האט מען געזען אז ער האט היבש א גוט קעלעכעל, אבער די ניגונים, סאו סאו, אבער זיין צווייטע אלבוים איז געווען א ריעל "היט". פון די לעצטיגע וואס כאב היבש געגליכן איז ישראל ווערדיגערס ערשטע אלבוים, בפרט די "לכה דודי" די אריינפיר צו דעם איז זייער שיין. כ'גלייך אויך זייער אברהם'ס לעצטע אלבוים "יהללו", די ניגונים דערויף זענען זייער שיין איינס ביי איינס, ווי אויך די מוזיק אררענדזשמענטס. דרך אגב די ריטם אינמיטן דעם "יהא שלמא רבא" קעניך נאכנישט משיג זיין וויפיל מאל כ'זאלעס הערן.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:15 am

· #40779
"ויזכו" פון בעלזא. אוי איז עס גוט, סרינט מיר שפייאכטס בשעת'ן הערן.

טעפל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:14 am

· #40847
ממקומך פון בעלזא..מונה ארבעט אריין דארט אויף א מוראדיגע אופן.

חאצקל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:17 am

· #41228
ממקומך איז טאקע א היט פון א טעיפ, אבער איך האב געוויסע קריטיק אויף די ארעינדזשמענט פון געוויסע ניגונים אינעם טעיפ, אפשר אין אן אנדער געלעגנהייט וועל איך עס מפרט זיין

איך וויל צולייגן דעם טעיפ צמאה לך נפשי פון בעלז מיט ירמי' דמן (רובי באנעט אויף די ארעינדזשמענט) וואס מ'קען רופן מיט רעכט א "הערליכער טעיפ" כאטש עס איז נישט אזוי קאלירפול.

דער טעיפ שמעתי פון שוואקי קען מען אפשר אויך צולייגן צום ליסט אלס א שלימות'דיגער טעיפ מיט לעבן און קאליר.

טעלעפאן » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:56 am

· #41283
The best of the best גדעון לעווין מיט פילע זינגערס

שלומי גערטנער ניסים

יוסי גרין 8th note, shades of green

אברמי רוט מלאכי השרת

ברוך לווין וזכינו לגדל בנים

מונה 4

Time to dance רובי בנט

ליפא בדרך

שוואקי ידיד
ועוד ועוד!

חאצקל » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 12:23 am

· #42017
גלות יוד
וואס זאגסטו אויף נודה לך חאצקל?

ס'איז א שפוץ טעיפ (מוזיק ביי מונה) א ריכטיגער שם דבר וואס איז אריין אין אונזער קולטור, און איז טאקע עד היום א טעיפ וואס גייט ביי א סך נישט אראפ פון טיש. עס פארמאגט איינפאכע ניגונים אבער עס ווירבלט מיט פיל פרישקייט און חיות, אזש עס גליסט זיך עס צו הערן ווערן מ'דערמאנט זיך דערפון.
דער ארעינדזשמענט אויפן ניגון נודה לך גיט עפעס פרישע ענערגי יעדעס מאל איך הער עס. דער ארעינדזשמענט אויפן צווייטן ניגון דארף איך נישט זאגן קיין מיינונג, אז משה לאופר זאגט אז ער ווערט משוגע פאר דער ארעינדזשמענטס. "פלגי מים", דער פארשפיל אזוי אטענטיש. אויף דער לעצטער אינסטרומענטאלער ניגון איז אויך איבריג ווערטער.
אבער איך ווייס אליין נישט פארוואס איך וועל דאס נישט אריין שטעלן אין אונזער ליסטע. אפשר ווייל עס פעלט א א שפוץ פארן טעיפ, ווי למשל א ניגון מיט א ספעציעלער מאטיוו, אדער א שפוץ זינגער וכדו'

טעפל » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 1:12 pm

· #42125

האסט פארגעסען פון רבי יעקב אומר.....די פידלעך דארט.....כ'קען נישט סטאפען עס הערען...

משה געציל » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 2:05 pm

· #42140
חאצקל
גלות יוד
וואס זאגסטו אויף נודה לך חאצקל?

אבער איך ווייס אליין נישט פארוואס איך וועל דאס נישט אריין שטעלן אין אונזער ליסטע. אפשר ווייל עס פעלט א א שפוץ פארן טעיפ, ווי למשל א ניגון מיט א ספעציעלער מאטיוו, אדער א שפוץ זינגער וכדו'

די ניגון קול ברמה -הגם עס איז פינקיס א ניגון וואס איז געווענדליך זייער אין ליניע מיט זיינע אנדערע ניגונים- דאך איז דאס עפעס א חידוש פון א ניגון, אזוי אויך די ערענדזשמענטס ווי מונה דרייט אריין א אידישע מאמע פון יאסעלע ראזענבלאט ממש הפלה ופלא!
אז מען רעדט שוין פון נודה לך איז כדי צו דערמאנען די ערשטע אלבוים פון די סעריע ״יברך״. די ערענדזשמענטס געמאכט דורך דוד פריד (דאכט זיך יהושע׳ס טאטע) עיבודים איינס אין דער וועלט, למשל די ניגון שעפעלע ווי ער דרייט צוזאם די אינטרא מיט די וואקעלס ווען איך ווייס נישט בעפאר אז דוד מאכט עס וואלט איך זיך געשוואוירן אז עס איז מונה.

גלות יוד » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 4:18 pm

· #42170
נאופס איך וואלט אים נישט אויסגעמישט מיט מונה אבער נעווערדלעס עס איז א שיינע טעיפ ער האט שיינע אינטרוס

חאצקל » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 11:01 pm

· #42311
אודה ד' פון וויזניץ (מוזיק ביי מונה) איז אויך פון די גאר געלונגענע שלימות'דיגע סידי'ס
בהר המוריה פון אייזיק האניג וואס ווערט נישט נמאס ביזן היינטיגן טאג (מוזיק ביי לאופר)
מגילת אסתר מיט געזאנג (מוזיק [דוכט זיך בלויז סינטיסייזער] ביי הערשי לעבאוויטש)
נעומות חב"ד 1: אינסטרומענטאלער טעיפ געשפילט (דורך מונה) שנעלע ניגונים מיט א פילהארמאנישע ארקעסטרא.

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 11:10 pm

· #42320
נישט פארגעסן פון די געלונגענע טעיפ "מהרה" פון ניגוני ווערצבערגער.

גלות יוד » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 11:48 pm

· #42347
חאצקל
אודה ד' פון וויזניץ (מוזיק ביי מונה) איז אויך פון די גאר געלונגענע שלימות'דיגע סידי'ס
בהר המוריה פון אייזיק האניג וואס ווערט נישט נמאס ביזן היינטיגן טאג (מוזיק ביי לאופר)
מגילת אסתר מיט געזאנג (מוזיק [דוכט זיך בלויז סינטיסייזער] ביי הערשי לעבאוויטש)
נעומות חב"ד 1: אינסטרומענטאלער טעיפ געשפילט (דורך מונה) שנעלע ניגונים מיט א פילהארמאנישע ארקעסטרא.

יא די טעיפ (על שם העבר) אודה פון וויזשניץ איז מורא" דיג ספעציעל די ניגון אודה די פיאנא דארט און אויכט ווי ער פארט ארויף א סקעיל די שטיקל אינדערמיט ווייסט וואס איך מיין?

גלות יוד » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 11:54 pm

· #42352
חאצקל
ממקומך איז טאקע א היט פון א טעיפ, אבער איך האב געוויסע קריטיק אויף די ארעינדזשמענט פון געוויסע ניגונים אינעם טעיפ, אפשר אין אן אנדער געלעגנהייט וועל איך עס מפרט זיין

איך וויל צולייגן דעם טעיפ צמאה לך נפשי פון בעלז מיט ירמי' דמן (רובי באנעט אויף די ארעינדזשמענט) וואס מ'קען רופן מיט רעכט א "הערליכער טעיפ" כאטש עס איז נישט אזוי קאלירפול.

דער טעיפ שמעתי פון שוואקי קען מען אפשר אויך צולייגן צום ליסט אלס א שלימות'דיגער טעיפ מיט לעבן און קאליר.

וואס באדערט דיך מיט ממקומך? איך ווער משוגע פאר די טעיפ, די ארענזשמענטס אויף היום הרת עולם איי גא קרעזי, א שטיקל דארט ביי די ווארט כעבדים האב איך ממש פארלוירן די אטעם, און די ניגון כי ל' המלוכה דאס האט מונה געצייגט פאר זיין מוזיק דיפלאמע.

חאצקל » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 12:00 am

· #42355
צו ר' גלות, בנוגע דעם ניגון אודה: איך האב שוין לאנג נישט געהערט דעם טעיפ אודה. אבער דאכט זיך מיר אז איך ווייס וואס דו מיינסט.
אגב. דער פארשפיל צום ניגון איז בערך די זעלבע ווי דער פארשפיל אויף חקותיה במרה פון מ.ב.ד (קאמפאוזט ביי י. גרין. מוזיק ביי מונה).

גלות יוד » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 12:09 am

· #42361
יא די זעלבע איידיע אגב הער איך יעצט די טעיפ משלחנם של מלכים פון עמית ליסטוונד ס'דא אסאך גוטע סחורה דארט

חאצקל » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 8:51 pm

· #42834
דער טעיפ בדרך התורה פון מיאמי (מוזיק ביי מונה לאופר און לאם) וואס פארמאגט א געוואלדיגער פרישקייט און ענערגי, מיט אויסגערופענע קארילפולע און געשמאקע ניגונים באגלייט מיט אויסנאמילכע ארעינדזשמענטס.

ווידער אויף דער טעיפ רווח פון מיאמי (מוזיק אויך ביי מונה לאופר און לאם) זענען קאמענטארן איבריג. דער טעיפ איז פאררעכנט אלס געלונגענסטע פון מיאמי באויס.

חאצקל » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 8:56 pm

· #42836
זר זהב
נישט פארגעסן פון די געלונגענע טעיפ "מהרה" פון ניגוני ווערצבערגער.

דער טעיפ מהרה איז גראדע פאררעכנט אלס דער שוואכסטער טעיפ פון די ניגוני ווערצבערגער סעריע. אויב עפעס איז דארט א היט פון א טעיפ איז עס "מעין עולם הבא" טעיפ, מיט גיטע סימפאנישע מוזיק (דורך הערשי לעבאוויטש, דער זעלבער ארעינדזשער ווי מגילת אסתר מיט געזאנג), גיטע ניגונים און גיטע קינד סאליסט.

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 8:57 pm

· #42837
חאצקל
זר זהב
נישט פארגעסן פון די געלונגענע טעיפ "מהרה" פון ניגוני ווערצבערגער.

דער טעיפ מהרה איז גראדע פאררעכנט אלס דער שוואכסטער טעיפ פון די ניגוני ווערצבערגער סעריע. אויב עפעס איז דארט א היט פון א טעיפ איז עס "מעין עולם הבא" טעיפ, מיט גיטע סימפאנישע מוזיק (דורך הערשי לעבאוויטש, דער זעלבער ארעינדזשער ווי מגילת אסתר מיט געזאנג), גיטע ניגונים און גיטע קינד סאליסט.

איך אגריע מיט אייך....
😛

חאצקל » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 9:27 pm

· #42847
גלות יוד
וואס באדערט דיך מיט ממקומך? איך ווער משוגע פאר די טעיפ, די ארענזשמענטס אויף היום הרת עולם איי גא קרעזי, א שטיקל דארט ביי די ווארט כעבדים האב איך ממש פארלוירן די אטעם, און די ניגון כי ל' המלוכה דאס האט מונה געצייגט פאר זיין מוזיק דיפלאמע.

יוסי גיל האלט פונקט ווי דיר, ער רימט אויס ביזן הימל דער ארעינדזשמענט און ווי אויך דער קוויער אויף היום הרת עולם, ווי פראפעשנל, פילהארמאניש, רייך, און פראכטפול עס איז אראפ געשפיעלט. איך אליין ווער אויך נתפעל דערפון, אבער מיר קוקט אויס נישט רייף, לעכעריג, נישט צאמגענומען, און נישט גענוג ערנסט ווי עס וואלט געפאסט, ווי אויך דער קווייער געפעלט מיר אינגאנצן נישט. בקיצור לויט מיין אויער פעלט שלימות אין דעם. איך האלט אז טאמער לאם וואלט געמאכט אזא סארט ארעינדזשמענט וואלט עס ענדערש געווען א דבר השלם מיט מער א בכבוד'יגער געשטעל, באפעסטיגט, צאמגענומען און סמוד.

אבער אז יוסי גיל און גלות איד ווערן פון דעם נתפעל טראכט איך אז אפשר איז עס נאר אן ענין פון טעיסט, אדער פארשטיין דעם סטייל. אדער איז מעגליך אז וויבאלד איך האב עס געהערט צום ערשטן מאל ליידנדיג פון א קאלד האט געמאכט א נישט גיטן רושם אויף מיר די מאוים'דיגע שטיקלעך און קארדס און שווייגעניש דארט.

די ארעינדזשמענט אויף כי לד' המלוכה וואס איז נאך א מדובר ביז היינט ביי די וואס קענען ירמי'ס טעיפס, ווי מונה מאכט אזעלעכע בארוק סטיל שטיקלעך ווי באך וכדו', איז אויך נישט ביי מיר נושא חן, בפרט אז ער ריקט דארט אריין א גראבער דראם מיט היינטיגער ריטעם, וואס פאסט ניטאמאל צום סטייל וואס ער ניצט.
דער אינסטרומענטאלע וואסער ניגון (קוקט אויס ווי לעקטאראנישע פיאנא מיט עפעקטן, און אקארדיאן) איז נישט נושא חן ביי מיר, לאם מיט די סטרינגס וואלט מיר בעסער אפגעשפילט דעם ניגון.

לא תבושו, א קלאונישע ארעינדזשמענטס (אן סטרינגס און ברעס. דער דראם ווייס איך נישט צו ס'איז ריעל אדער עלעקטאריניש), האט ביי מיר נישט קיין חן.

שובו לכם: צו אנגעפאקט מיט סטרינגס
ו
ואס איך האב יא מורא'דיג ליב פון דעם טעיפ איז חסל סידור פסח (הרב פנחס פרידמן. הער די פידלעך דארט), מהרה, שירה חדשה, און ועל כולם ירמי'ס קול וואס איז ריין ווי גאלד, בעסער ווי אין כמעט אלע אנדערע זיינע טעיפס.

אבער בכלליות האב איך מער ליב דעם טעיפ אדיר הוא יבנה, ווי ממקומך, און דאס וואלט איך אריין געריקט אין אונזער ליסטע פון שלימות'דיגע שפרידלדיגע קולטור טעיפס. ווער ס'האט געהערט דעם טעיפ ווייסט וואס איך מיין. בורא עולם, אדיר הוא, אב הרחמים, יברכך השם מציון, ניגונים וואס זענען היטס עד היום הזה, און אנדערע הערליכע ניגונים, מיט זייער לעבהאפטע ארעינדזשמענטס.

אויב רעדט מער פון א פילהארמאנישע טעיפ פון ירמי' מיט מונה, איז עס ביי מיר ענדערש דער טעיפ "זה היום" מיט די פרענטש הארן'ס.

חאצקל » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 11:25 pm

· #42900
נאך א שפרידלדיגע טעיפ: תהא השעה הזאת פון ר' ירמי' דמן . אטענטישע,פראכטפולע און זאפטיגע בטעם'טע מוזיק (דורך סוקי בערי פון ישראל). א קווייער ווי ס'האט געפאסט אין די ניינציגער יארן (דורך דודי קאליש). גאר קאלירפולע, הערליכע זינגבארע און אויפגעכאפטע ניגונים (דורך ר' שלמה קאליש). צווישן זיי, תהא השעה הזאת, כי אורך ימים, כי אתה הוא מלך מלכי המלכים, אשא עיני אל ההרים, דער יצירה "ובמקהלות", און "כה אמר השם", הערליכע ניגונים איינס נאכן אנדערן.

קווארטין » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 11:27 pm

· #42902
זר זהב
חאצקל
זר זהב
נישט פארגעסן פון די געלונגענע טעיפ "מהרה" פון ניגוני ווערצבערגער.

דער טעיפ מהרה איז גראדע פאררעכנט אלס דער שוואכסטער טעיפ פון די ניגוני ווערצבערגער סעריע. אויב עפעס איז דארט א היט פון א טעיפ איז עס "מעין עולם הבא" טעיפ, מיט גיטע סימפאנישע מוזיק (דורך הערשי לעבאוויטש, דער זעלבער ארעינדזשער ווי מגילת אסתר מיט געזאנג), גיטע ניגונים און גיטע קינד סאליסט.

איך אגריע מיט אייך....
😛

גם אני מצטרף, יענע צוויי טעיפס, מעין עולם הבא, און דאכטזיך דאס צווייט הייסט מהר והבא, וועט נישט אזוי שנעל ארויסגיין פון זכרון. ב.ד.וו. ווער איז דער הערשל לעבאוויטש, סאונד זייער א גוטע אררענדזשער, ער האט אויך אררענדזשט פאר חזן משה שטערן. קוקט אויס ווי ער נוצט א סך קיבאורד סאונדס און כמעט נישט קיין עכטע אינסטרומענטס, אויב ער נוצט בכלל עכטע, און מ'דערף געדענקן אז מ'רעדט פון בימים ההם, ווען סיז נאך בכלל נישט געווען די היינטיגע פורטבל קיבארדס מיט די פארגעשריטענע פראגראמען, טייטש ער האט אלעס אררענדזשט אליינס, קווייט א דזשיניעס.

חאצקל » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 11:39 pm

· #42907
איך ווייס אויך נישט קיין אינפארמאציע אויף הערשל לעבאוויטש, איך ווייס פון אים נאר פון די צוויי אויבנדערמאנטע טעיפס, אבער פון די צוויי טעיפס זעהט אויס אז ער איז א גאר גיטער ארעינדזשער, די אינטראו'ס אויף מגילת אסתר מיט געזאנג איז אויסנאם יוניק. איך בין יעצט געוואויר געווארן פון דיר אז ער ארעינזשט אויך פאר חזן משה שטערן.

אויף מגילת אסתר טעיפ ניצט ער ווי עס ווייזט אויס בלויז אדער כמעט בלויז א סינטיסייזער. אבער אויף מעין עולם הבא ניצט ער ביי טייל ניגונים א סימפאנישע ארקעסטרא, ער איז ווייזט אויס נישט קיין קטלא קניא, נאר א גאר ערנסטע אקאדעמישער מוזיקאנט.

קווארטין » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 11:57 pm

· #42917
קאררעקט.
לגבי משה שטערן, סיז דא זייער א שיינע טעיפ ווי ער זינגט אביסל זמירות (גענומען דאכטזיך, פון לייבעלע וואלדמאן), נאכהער זינגט ער דארט "טל" "אמר רבי אלעזר" ועוד, זייער א שיינע טעיפ, און הערשי לעבאוויטש מאכט דארט א גרעיט דזשאב.

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 8:13 pm

· #43326
קווארטין
יענע צוויי טעיפס, מעין עולם הבא, און דאכטזיך דאס צווייט הייסט מהר והבא

עס הייסט והערב נא.

ביידע טעיפס (אלבומ'ס) ליגן ביי מיר אין קאמפיוטער, און איך הער זיי עוורי נאו ענד דען.

די "שבת ליד"! צוגייט דאך אין אלע אברים, דער ניגון, דאס אינגעלע, די מוזיק....
דער הערשי לעבאוויטש איז גוטע סחורה.
ווי שוין דערמאנט, אויפן קינדער טעיפ "עם סגולה" איז אויך ער. הערליך הערליך.

חאצקל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 8:30 pm

· #43335
נאך א באמבעדיגע טעיפ איז דער אלבום וואס איז ארויס מיט 5 יאר צוריק מיטן נאמען "טראכט גוט" פון יוני שלמה פון פארנקרייך (מוזיק ביי משה לאופר). איך קען נאר זאגן אויף דעם אלבום איין ווארט "הערליך". הערט עס און איר וועט פארשטיין וואס איך מיין.

קווארטין » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 10:20 pm

· #43366
חאצקל
נאך א באמבעדיגע טעיפ איז דער אלבום וואס איז ארויס מיט 5 יאר צוריק מיטן נאמען "טראכט גוט" פון יוני שלמה פון פארנקרייך (מוזיק ביי משה לאופר). איך קען נאר זאגן אויף דעם אלבום איין ווארט "הערליך". הערט עס און איר וועט פארשטיין וואס איך מיין.

האט א גוט קעלעכעל?, עמערעס פרובירן צו פארזוכן.

חאצקל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 11:36 pm

· #43408
ס'הייסט אז ער האט אן ענליכער קול צו דעם בארימטן זינגער א. פריד, אבער אין געוויסער חלקים גלייך איך מער יוני שלמה ווי אברהם, ער איז ווארימער און זיסער לדעתי (אפשר ווייל ער איז נאכנישט בא'גדול'ט [אויך גייט ער אדורך שווערע צייטן ל"ע]).

חאצקל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:28 am

· #47319
נו, האט קיינער נישט אויפן געדאנק נאך געלונגענע מייסטערהאפטע טעיפ'ס???

חאצקל » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 1:22 am

· #49593
א גוטע שעה פון יונתן שווארץ, הגם עס איז נישט צו מיין געשמאק אבער עס איז אבסעלוט א באמבעדיגער טעיפ וואס קומט ארויס איין מאל אין עטליכע יאר