☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » וויטא לאפעז פאל פון מאכט און די נאכווייען

וויטא לאפעז פאל פון מאכט און די נאכווייען

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1683

גאלד » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 9:22 pm

· #40676
וויטא לאפעז פאל פון מאכט און די נאכווייען
ווער איז וויטא לאפעז

וויטא לאפעז איז דער אסעמבלימאן פון דעם 53סטן דיסטריקט אין ברוקלין,
ער איז שוין אין דעם אמט זייט 1985 ד.מ. קרוב צו 30 יאר,
דער 53סטער אסעמבלי דיסטריקט איז הארט לעבן די חסידישע וויליאמסבורגע געגנט,
זיין דיסטריקט נעמט אריין בושוויק, א חלק פון מזרח וויליאמסבורג דארט ווי וואדהאל שפיטאל איז, און א שטיקל פון רידשוואד,
די חסידישע וויליאמסבורג איז אין דעם 50סטן אסעמבלי דיסטריקט,
ווי דשאסעף לענטהאל איז דער אסעמבלימאן,

טראץ די היספאנישער פאמיליע נאמען "לאפעז", איז ער א טאליענער גוי אויפגעוואקסן אין בענזענהורסט,
די ספאנישע איינוואוינער פון זיין דיסטריקט פארעכענען איהם אלס א משלנו צוליב זיין נאמען "לאפעז"

זיין באציאונגען מיט די חסידים
לכתחלה אין די פריע יארן פון זיין פאליטישן קאריער איז לאפעז געווען פארעכנט אלס א שונא פון די חסידים,
אסאך געדענקן נאך אין די מ' יארן האט לאפעז אנגעפירט א פראטעסט איין שבת פארנט פון ברך משה'ס הויז,
שפעטער מיט די יארן האבן זאכן זיך אנגעהויבן טוישן,
ביז UJO האט געשלאסן א פאקט מיט לאפעז צו ארבעטן האנט ביי האנט,
פארוואס דאס האט פאסירט ווענדט זיך וועם מ'פרעגט,
די זאליס וועלן זאגן אז וויטא לאפעז איז געקומען צו די הכרה אז מ'קען נישט פייטן נידערמאן,
ער איז זייער רעספעקטירט און אנגענומען אין אלע פאליטישע קארידארן,
ממילא האט ער זיך געבראכן און זיך מכניע געווען צו נידערמאן,
די אהרונים זאגן פונקט קאפויער,
נידערמאן מיט מענצער האבן איינגעזעהן אז ס'לוינט נישט זיך צו קריגן מיט אזא מאכטפולער מענטש,
איינער וואס קען ארלעדיגן גרויסע געלטער פון די רעגירונג,
האבן זיי מחליט געווען צו שלאגן כפרות מיט די וויליאמסבורגע אידן,
געמאכט א שלום פאקט מיטן שטן אליין,
און לאזן לאפעז טאן כל מה שלבו חפץ אזוי לאנג עס בארירט נישט זיי פערזענליך,
צוליב דעם פאקט - טענה'ן די אהרונים,
האבן חסידים אנגעהויבן פליען פון די פראדשעקטס,
פון אלע נייע לאו-אינקאם פראיעקטן ארום וויליאמסבורג האבן חסידים גארנישט באקומען און איז באזעצט מיט ארימע גויים, וכו' וכו'

בויעט אויף זיין מאכט אין די אסעמבלי
לאפעז זעלבסט איז מיט די לאנגע יארן זיצן אזוי לאנג אינעם סטעיט אסעמבלי,
האט ער באקומען א סיניאריטי סטאטוס,
דאס מיינט זיינט אלטגיזעסנקייט האט איהם געגעבן מער מאכט אין די אסעמבלי,
ער האט א שטערקער ווארט ווי יונגערע אסעמבלי לייט,
ער איז בארעכטיגט פאר א גרעסער שטאב צו פירן זיין אסעמבלי אפיס, באצאלט פון די סטעיט, וכדומה,
ביז ער האט באקומען די שטעלע פון זיין דער פארזיצער פון די האוזינג קאמיטעי אין די אסעמבלי,
דאס מיינט ער האט די שטערקעסטע מאכט צו דירעקטירן סטעיט פאנדן פאר האוזינג באדערפעניש אין די סטעיט,

רידשוואד בושוויק סיניער סיטיזענס קאונסיל און אירע סקאנדאלן
מיט דעם מאכט האט לאפעז געגרינדעט א וואוילטעטיגע נאנ-פאר-פראפיט ארגעניזאציע,
וואס רופט זיך "רידשוואד בושוויק סיניער סיטיזענס קאונסיל",
דער ארגעניזאציע שטעלט צי האוזינג פאר אלטע און ארימע איינוואוינער אין זיין דיסטריקט,
זינט איר גרידונג איז יערליך אריינגעפלאסן אין דעם ארגעניזאציע בלי גוזמא, הונדערטער מיליאנען דאלארן,
אין די לעצטיגע יארן איז געווען א ויצעקו אין די מידיע,
אז לאפעז מיט זיינע מיטגעהילפן לעבן זיך א גוטן טאג פון די געלטער פארפאטשקען און באגאנווענען די סטעיט,
איין איינגעשטעלטער האט באקומען 700 טויזנט דאלער א יאר געהאלט,
א אומדערהערטע סעלערי,
אויך איז ער אונטער אויספארשונג איבערדעם סקאנדאל,
לאפעז שרייט אבער - דורך זיין לויער - אז די הוצאות איז 100% לעגאל און האט זיך אויסגעפעלט פארן קיום פון זיין ארגעניזאציע,
און נאך אינעם לעצטן בודשעט האט זיין ארגעניזאציע באקומען ציגעטיילט אן אסטראנאמישער סומע פון די סטעיט און די סיטי,

טשעירמאן פון די דעמאקראטישע פארטיי
אין יאר 2006 איז לאפעז געווארן נאמינירט אלס דער טשעירמאן פון די דעמאקראטישע פארטיי פון קינגס קאונטי - וואס דאס איז ברוקלין,
יעדער קאונטי אין ניו יארק האט א זעלבסטשטענדיגע פירערשאפט פון די דעמאקראטישע פארטיי,
דער אויפגאבע פונעם טשערמאן איז צו רעגיסטרירן וואס מער דעמאקראטישע וויילער,
און צו ריקרוטן גוטע דעמאקראטישע קאנדידאטן פאר אלע סארט פאליטישע אמטן,
וואס זאלן מצליח זיין צו באזיגן די רעפובליקאנער,
אין ברוקלין איז דאס א גאר מאכטפולע פאזיציע,
ווייל ברוקלין איז א שטארק דעמאקראטישע קאונטי און דער דעמאקראטישער נאמיני שטייט כמעט קיינמאל נישט אויס קעגן קיין ערענסטע רעפובליקאנער קעגנער,
דאס מיינט וועם די פארטיי נאמינירט דער איז דער עווענטועלער זיכערער געווינער,

אפעזיציע צו זיין פירערשאפט
לאפעז איז באקאנט אז ער פירט די פארטיי מיט א אייזענע פויסט, און ווי א בולי,
כמעט יעדער קאנדידאט קומט פון זיין איינפלוס אדער הסכמה,
אןן איינער וואס איז נישט 101% איינשטימיג מיט איהם באזייטיגט ער אן רחמנות,
דאס האט געברענגט צו דעם, אז ציביסלעך האט זיך אנגעהויבן צו אנטוויקלען א אפעזיציע קעגן לאפעז צווישן ברוקלינע דעמאקראטן זעלבסט,
די מערסטע באקאנט איז דער קאנגרעספרוי נידיע וועלאזקעז, זי איז שוין אויף שטעך מעסער מיט איהם פאר לאנגע יארן,
אויך באקאנט איז דער ערוויילטער דיסטריקט לידער לינקאלן רעסטלער,
ער האט זיך גענומען א פערזענליכע מיסיע צו ענדיגן לאפעז'ס אייזערנע פויסט,
היינט ציטאגס זענען שוין דא אסאך הויכע פיגורן אין ברוקלין וואס זענען אפען קעגן לאפעז,

פרעכער קעגנשאפט צו ארונים
ווען ס'געקומען צו די סאטמארע מחלוקה האט לאפעז גענומען א גאר עקסטרעמע און אומדיפלאמאטישע ליניע,
ער ארבעט קעסל און כלים פאר די זאליס,
ער האט די ארונים אפען אין בוידעם,
די ארונים האבן פרובירט צו אויסשטרעקן א האנט צו לאפעז צו פרובירן ארבעטן אינאיינעם,
זיי האבן פארלאנגט א אדיענץ ביי איהם,
אבער ער האט זיי ארויסגעווארפן בבושת פנים,
ער האלט אז צו ציטרעטן און ציקוועטשן די ארונים טראגט קיין שום קאנצקווענצן,
ולמלך אין שוה להניחם,
די זעלביגע דרייט ער אן אלע אנדערע לאקאלע פאליטישנס וואס ער האט אונטער זיין שטייפער ארעם, צו איגנארירן די ארונים,
טראץ וואס סאיז טאקע דא נאך פאליטישנס אין ברוקלין וואס ארבעטן פאר די זאליס,
זענען זיי פארט אביסל מער דיפלאמאטיש,
און שטעלן פארט אן א פנים ווי זיי ווילן זיין אין גוטן מיט יעדן,
אבער לאפעז שפייט אין פנים אריין פון די ארונים,
צוליב דעם האקן די ארוינים אפען פאר די מידיע קעגן לאפעז,
ווייל לאפעז באגייט זיך מיט זיי אזוי ממילא איז נישטא קיין באונדעריס,

איבעראשנדע פלוצלינג'דיגע מפלה
דעם פרייטאג איז געפאלן א איבעראשענדע אטאם באמבע אויף לאפעז פון א ריכטונג וואס קיינער האט נישט גע'חלום'ט,
וואס דאס וועט לכאורה ענדיגן לאפעזס קאריערער מיט שאנדע,
ווי עס שטעלט זיך ארויס איז לאפעז א גרויסער חזיר און באגייט זיך זייער אומאיידל מיט זיינע פרויען ארבייטער,
און אין געוויסער פעלער האט לאפעז געטשעפעט פרויען פיזיש,
ווי עס שיילט זיך יעצט ארויס האט די אסעמבלי אנהויב יאר אונטער די קלוסין געגעבן פאר איינער פון די באטראפענע פרויען לא יחרץ געלט פון איבער 100 טויזנט דאלאר,
צו מאכן א שווייג אז ס'זאל נישט ווערן א שטינק,
אבער א חזיר בלייבט א חזיר, און אנהויב זומער זענען נאך 2 פרויען זיך געקומען אפרעדן צו די אסעמבלי פירערשאפט,
אז דער לאפעז הערט נישט אויף מיינע זיינע געמיינע שטיק, ער עביוזד און הערעסט פרויען,
דא האט שוין די אסעמבלי געזאגט עד כאן, גענוג איז גענוג,
נאך חקירות ודרישות פון א אימפארטייאישע קאמיטע,
און נאכן לאזן לאפעז זיך פארענטפערן צו הערן זיין צד,
וואס ער האט נישט געהאלטן ביים טאן פערזענליך נאר געשיקט א בריוו,
איז די אסעמבלי מיט די חתימה פונעם ספיקער שעלי סילווער, ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט,
ווי זיי זענען מודיע אז לאפעז איז עמטליך פארדאמט פון די אסעמבלי,
מ'נעמט איהם צו זיין האוזינג קאמיטע פירערשאפט,
און זיין שטאב ווערט רעדוצירט צי די מינמאלער, ווי א פרישער אסעמבלימאן,
דאס איז פונקט ווי מ'זאל זאגן פאר א כיתה ט' בר מצוה אינגעל,
ער זאל זיך אריינזעצן און נורסערי אויף די קליינע בענקלעך און אנהייבן נאכאמאל קמץ אלף אָ,
ווי נאר די נייעס האט געבראכן איז עס געפאלן ווי א ערדציטערניש,
פאליטשנס פון אלע שטאפלען אין ברוקלין און אין די סטעיט האבן פארלאנגט זיין רעזיגנאציע,
סיי פון די טשעירמאנשאפט און סיי דער אסעמבלי,
אזוי ווייט אז גאווערנער קאומא האט אויך פארלאנגט זיין רעזיגנאציע,
וואס דאס איז לכאורה געווען דער לעצטער נאגל אין זיין ארון,
נעכטן האט נאך לאפעז זיך גע'עקשנט אז ער איז גענצליך ריין פון אלע באשולדיגונגען, און ער גייט אין ערגעץ,
היינט האט ער שוין אבער אנאנסירט אז ער גיבט אויף די פירערשאפט פון די פארטיי,
אבער ער האלט נאך אן זיין אסעמבלי זיץ,
פאליטיקער זאגן אז די אסעמבלי זיץ וועט ער אויך עווענטועל אויפגעבן,
ווייל די יעצטיגע סטאטוס פון זיין אסעמבלי ווי מ'האט איהם ממש אלעס ציגענומען,
איז א דערנידערונג פאר איהם אין ער וועט נישט קענען צי לאנג אנהאלטן

די נאכווייען פאר די חסידים
פאר די ארונים איז דאס ווי געווינטשן,
זיי זענען אויף א אומגעראכטענע וועג פטור געווארן פון זייער גרעסטער דארן,
זייער גרעסטע שטער אינעם פאליטשן פראנט,
און די זעלביגע די זאליס מוזן זיין א ביסל באזארגט,
ווייל איבער די אלע יארן האבן זיי זיך שוין באקוועם געמאכט מיט דעם לאפעז,
זיי האבן אלס געוויסט אז זיי האבן אלס א גאר מאכטפולער מענטש וואס שטייט מיט זיי 100% אין סיי וועלכער פאל פון א נויט,
ווי מ'האט געזען ביי די קעמפס,
דער לאפעז האט ממש געארבעט אויף אלע פראנטן,
און לאפעז האט עס געזאגט פאר די מידיע אפען אז ער האט די ארונים אין בוידעם ווייל זיי זענען 20%,
זייער מעגליך אז אן זיינע עקסטרעמע אינטערווענצן וואלטן די זאליס נישט געהאט אלע קעמפס היי יאר

זייט די קעמפ סאגא האבן די ארונים מזל - אדער סייעתא דשמיא ווענד זיך וועם די פרעגסט - מיט זייער פאליטישע שונאים,
זייער ציל איז צו שיקן א סיגנאל ווער עס טשעפעט זיי ווען ליידן קאנצקווענצן,
קודם האט זיך עס אנגעהויבן מיט וועלאזקעז, דער שונא נומער איינס פון לאפעז האט באזיגט זיין פאפעט דילאן,
אפגעזען ווער ס'האט געהאט מער אדער ווייניגער שטימען,
איז דאס אליינס אז וועלעזקעס איז דער קאנגרעספרוי אנשטאט דילאן,
דאס זעלבט איז א געווינס,
און דא איז דער בעל דבר אליין, לאפעז, וואס איז געשטאנען ברום המעלה, און געפאכעט מיט די פויסט, האט געכאפט אזא מפלה,
מאיגרא רמא לבירא עמיקתא,
דאס מיינט די גאנצע לאפעז קאעליציע איז ציברעקלט,
און די ארונים האבן א גלענצענדע עפענונג צו אנקניפען פאליטישער באציאונגען מיט פרישע פאליטישנס און שונאים פון לאפעז,

דער אנטוויקלונג מיינט לגמרי נישט אז די זאליס זענען פארטיג ווי געוויסע נאיווע ארונים ווילן זיך איינרעדן,
דאס גאנצע וואס האט פאסירט אז זיי האבן פארלוירן א גאר וויכטיגער געווער צו זיך שלאגן מיט די ארונים,
און זיי וועלן דארפן איבערטראכטן זייער סטראטיגיע דורך אנדערע באציאונגען אן לאפעז,
אבער לכאורה וועלן זיי נישט האבן אין דער נונטער צוקנופט אזא מאכטפולער פאליטישן וואס זאל גרייט זיין זיך צו אריינווארפן אין מאראסט פאר זיי,

לעמיל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:17 am

· #40882
זייער שיין באשרובען
אויב מעיג איך זאגין אז דו קענסט יא גוט שרייבען איז א שאד אז דו זאלסט עס נוצען און צימעס עס איז דא אינטערסאנטערע פלעצער ווי צימעס......

גאלד » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:12 pm

· #41412
דער פייער פון דעם סקאנדאל האט זיך אין די לעצטע טעג זייער ווילד פארברייטערט
אויף אזוי ווייט אז שעלי סילווער, דער מאכטפולער ספיקער פון די אסעמבלי איז אויף געברוטענע צרות,
עס ווארט דא מעגליך אפ א היסטארישע אויפשאקלונג אין אלבעני וואס מ'געדענקט נישט אין די לעצטיגע היסטאריע,
קודם, דער נ.י. טיימס האט נעכטן געבראכן א פרישע נייעס,
אז אויסער די איבער 100,000 דאלער וואס דער אסעמבלי האט געגעבן צו פארווישן לאפעז'ס שמוץ,
האט לאפעז פון זיין אייגן טאש באצאלט בערך 32 טויזנט דאלער זיך צו פארגלייכן מיט נאך א פרוי וואס ער האט הערעסט,

היינט איז שוין איינע פון די פרויען ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט, איינער א לאה העבערט,
זי האט געארבעט פאר לאפעז אביסל מער ווי א יאר,
און איז אויפגעזאגט געווארן דעם זעלבן טאג וואס די אסעמבלי האט באקומען די $100,000 אינוואויס,
עס גלויבט זיך אז זי האט באקומען א שטיקל פון די געלט,
זי איז מגלה סוד די גרויליקע אויפגעפירעכטס וויזוי דער לאפעז איז זיך באגאנגען צו זיינע פרויען אבייטער,
שאין האוזן והעין סובלותן, ס'נישט אינטערסאנט אריינציגיין און דעטאלן, בקיצור א געמיינער ווילדער שוויין,
נאך 4 פרויען, אונטער אנענימיטעט, האבן שוין אויך באשטעטיגט פאר די פרעסע זיין התנהגות,

יעצט איז סילווער אונטער אינטענסיווע אטאקע פארן צילאזן צו שפענדן אונטערן טיש, 100 טויזנט דאלאר פון שטייערצאלער געלט,
צו פארווישן א קאלעגע וואס איז מעגליך א קרימינאלער פארברעכער,
סילווער האט שוין נעכטן מודה געווען אז ער זעהט איין אז ער איז באגאנגען א מיסן טעות און ער וואלט עס נישט געדארפט טאן,
דאס איז לכאורה ווייט פון גענוג זאל מאכן דעם סקאנדאל אוועקגיין,

ווען מ'אבזערווירט די גאנצע הלוך ילך פון לאפעז שטעלט זיך ארויס א קאראפציע שאין דגמתו,
דער מענטש איז געזעסן ביים שיסל עסן, על סיר הבשר, פון מיליאנען דאלארן סטעיט געלטער,
און זיך געלעבט א רייך לעבן דערפון, נישט סתם פארמעגליך נאר "רייך"
למשל זיין פרוי, אדער גורל-פרענד, איז א אפציעלע איינגעשטעלטער און זיין א"ג וואוילטעטיגע ארגעניזאציע,
איר געהאלט איז $300,000 א יאר!
א צווייטער ארבייטער $700,000 א יאר!
ער זעלבטס האט אויך גענומען א פעטע געהאלט,
נאכדעם האט ער געטיילט מוציא'ס רעכטס און לינקס פאר אנדערע א"ג ארגעניזאציע, מיט אירע שמת נרדפים, צו פארזיכערן זיין מאכט,
פארשטייט זיך אלעס איז אויף א כיטרע אופן אונטען שלייער פון "פראגראמען צו העלפן ארימע און אינוואלידע",

עס איז קלאר אז דער סקאנדאל איז גאר ווייט פון פארטיג,
דער לאפעז איז אונטער שווערע נאכפארשונגען,
איך וועל נישט זיין איבעראשט אז ער ענדיגט אין תפיסה,

פריינדליך » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 7:48 am

· #41788
עס איז זייער שווער פאראויס צו זאגען זאכען און פאליטיקס, א חודש איז ווי א אייביקייט, כ״ש א יאר,

אבער לויט ווי אזוי זאכען זעען יעצט אויס איז שטארק מעגליך אז רעסטלער זאל זיין דער נעקסטער וומסב״ג סיטי קאנסולמאן,

גאלד » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:09 am

· #41814
קאונסיל וואלן איז הערשט אין א יאר, 2013

יעצט דארף ער געווינען די דיסטריקט לידער פאזיציע,
לפענ"ד איז זייער מעגליך אז ער גייט עס נישט מאכן,
אלנספאל ס'גייט זיין זייער זייער א שמאלע פארמעסט,
אין וומ"ב גייט זיין קעגנער האבן א נעט פון בערך 1500 שטימען,
דאס איז זייער אסאך צו איבערקומען אין דעם 50'סטן אסעמבלי דיסטריק

אמת די 33'סטער קאונסיל דיסטריקט איז א סאך מער פעווארעבל פאר איהם,
און אויב די עלעקשאנס וואלט היינט געווען וואלט רעסטלער קלאר באזיגט לעווין,
אבער אויב ער פארלירט די דיסטריקט-לידער וועט ער אטאמטיש זיין אפגעשוואכט,

נאך אזאך וואס מ'דארף אין באטראכט נעמען,
איינמאל לאפעז איז אראפ פון די מאפע,
איז לעווין פריי צו זיך איבערבעטן מיט די ארונים,
און זיין באמת אין גוטן מיט יעדן, אדער נייטראל,
איך האלט ס'איז זייער מעגליך אז דאס גייט געשען,
און דער אמת איז די זעלביגע איז מיט רעסטלער,
דער רעסטלער שרייט חי וקיים אז ער איז גרייט צו זיין און גוטן מיט יעדן,
נאר די זאליס פארהאקן איהם די טיר, אויפן באפעל פון לאפעז,
לעווין מיט רעסטלער האבן באמת קיין שום פארצוג אין די חסידישע פאליטיק,
אויב דאס געשעט זענען די ארונים געווינער נאך איידער די עלעקשנס

ונחי' ונראה

פריינדליך » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 1:12 pm

· #41890
די האסט נישט ארויס די פוינט,

1}לעווין מיט לאפעז איז איינס, אויב לאפעז ווערט פאטאל פארוואנדערט און ער נעמט נאך מיט סילווער, וועט נישט נעמען לאנג אז לעווין זאל זאל אויך מיטגיין אינאיינעם מיט זיי, די אלע שגץ שטיק און קארעפציע פון לאפעז ווערט יעצט אויפגעדעקט, און די מידיא וואס זיכט בלוט וועט עס אויך אנקלעבען אויף לעווין, ער איז געווען די רעכטע הענט פון לאפעז אסאך יארען,

2}אויב עס איז נישט דא קיין לאפעז און אמט, דאן איז נישט דא קיין ערענסטע קאמפיין פאר דיסטריקט לידער, עס איז לאפעז וואס האט געוואלט ארויסזען דען רעסטלער, אויב לאפעס איז נישט דא און קיינער וויל זיך נישט אינדעפעצירען מיט לאפעז גייט לכאורה נישט זיין קיין ערנסטע קאמף,

גאלד » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 9:55 pm

· #42864
פרישע אנטוויקלונגען:

ווי עס שיינט איז וויטא לאפעז'ס פאליטישע טעג געציילטע,
עס האלט שוין ממש ביי גסיסה,
מ'זאגט שוין וודוי
קודם טשארלס היינס - וואס איז א גאר נונטע פריינד מיט לאפעז,
האט פרייטאג פארארדענט א דרויסנדיגער פראסעקיוטער,
דער דיסטריקט עטורני פון סטעטן איילענד דאן דאנעווען א רעפובליקאנער,
ער זאל אויספארשן לאפעז'ן צו ס'דא אויף וואס איהם צו קלאגן קרימינאל,
סיי איבער סעקשועל הערעסמענט, און סיי אנדערע מעגליכע קאראפציע אקטיוויטעטן,
צו ס'איז גנב'ענען רעגירונג געלטער, צו וואלן פעלשערייען וכדומה,
היינס האט פארשטאנען אז מ'וועט נישט האבן קיין ציטרוי אויב ער וועט טון די אינוועסטיגעשאן אליין,
צוליב זיין גאר נונטע באציאונג מיט לאפעז,
ממילא האט ער איבערגעגעבן דעם גאנצן פעקל פאר דאנעווען,
(נישט ממש ער, א דשאדש)

ווי ערווענט פריער איז דערווייל האלט נאך לאפעז אן זיין אסעמבלי זיץ,
טראץ וואס ער שטייט פאר וואלן דעם נאוועמבער,
האט ער נישט קיין נארמאלער רעפובליקאנער קעגענער,
עפעס איינער א לא לנו "ריטשי גארסיע"
קיינער ווייסט מיטאמאל ווער דער פארשוין איז,
וואוינט און די פראדשעקטס,
אפגערעדט קיין שום ערפארונג,
א ווארט זאגער פאר די ניו יארק רעפובליקאנע פארטיי האט מודה געווען,
אז דער נאמען האבן זיי ארויפגלייגט, נאך חדשים צוריק, אבי זאל נישט זיין ליידיג די רעפובליקאנע ליניע,
ממילא געווינען גייט ער לכאורה אין זיין דיסטריקט,

אבער דא קומט די באמבע:
היינט האט סענאטאר טשאק שומער געזאגט,
אז אויב לאפעז האלט נישט ביים אפטרעטן פון זיין אסעמבלי זיץ מיט גוטן
זאל דער אסעמבלי פירערשאפט איהם ארויסשטויסן פון די אסעמבלי מיט געוואלד,
צו דורך אומפיטשען אדער אנדערע לעגאלע מענעווערס,
ומי יבוא אחר סענאטאר שומער,

שעלי סילווער האט שוין טאקע געזאגט אז ער פלאנט צו מקיים פסק זיין,
אויב לאפעז טראגט זיך נישט אפ ווי אמשנעלסטן וועט ער פליען מיט בייזן,

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 9:59 pm

· #42867
איך וואלט געוואלט אז צוזאמען מיט לאפעז זאל דער שוואנץ שומער מיטפליען. א מין באנק קוועטשער פון א סענעטאר, אויסער געבן טעלעוויזשין אינטערוויאס איז ער נישטא צום געפונען. די פאליטישע סיסטעם אין אמעריקע איז איין שטיק קארופציע.

קלאר » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 10:19 am

· #43004
זר זהב
איך וואלט געוואלט אז צוזאמען מיט לאפעז זאל דער שוואנץ שומער מיטפליען. א מין באנק קוועטשער פון א סענעטאר, אויסער געבן טעלעוויזשין אינטערוויאס איז ער נישטא צום געפונען. די פאליטישע סיסטעם אין אמעריקע איז איין שטיק קארופציע.


אלע פאלעטישאן זענען די זעלבע בלאפער'ס
אבער דו אפענע שנאה וואס דער לאפעז האט געהאט פאר איד זעהט מען זעלטן
אנגעהויבן ביי די מערכה אין די פראזשעקס טראץ וואס עס איז נישט אין זיין אסעמבלי דיסטריקט, וואס מיר ליידען דערפון מער אין מער
די פראזשעקס ליידיגען זיך אויס אין גענגסטערס נעמען איבער אינזערע דירות
אין אזוי ווייטער ביי אלע קלענערע מערכות

oyvay » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 1:01 pm

· #43094
what are the zalis going to do now that their best freind is going down how will nidderman pocket money now in the name of willy

אוי טאטי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:48 pm

· #43217
יעצט הערעך אז די ריפאבליקאנער רופן אסעמבלי ספיקער שעלי סילווער צי ריזיינען וועגן די סקאנדאל אז ער האט ארויסגעהאלפן לאפעז, איינער מיט מער פרטים?

גאלד » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:52 pm

· #43220
די רעפובליקאנע קענען גיין קלאפן בארן, שעלי סילווער גייט קיינמאל ריזיינען צוליב די זיי

NAVY SEAL » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 5:09 pm

· #43228
דער גרויסער מעכטיגער לאפעז האט אויך געמיינט אז מקען אים נישט רירן פון פלאץ, און וואו איז ער יעצט? סילווער וועט נאך קענען איין טאג בארן קלאפן מיט לאפעז.

a1b2 » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 11:08 am

· #43546
די אישו גייט נישט אראפ פון טיש.
יעצט האט אן אומפארטייאישע גרופע (דיסטריקט אטוירני פון סטעטן איילענד)
פאר אן אינוועסטעגאציע קעגן סטיוו לעווין זינט ער האט דארט געארבעט און גארנישט געטון דערוועגן

דען דאנעווען איז אויפגענומען געווארן אנצופירן מיט די אויספארשונג
אן אינוועסטעגאציע האט זיך נארוואס אנגעהויבן
קעגן שעלי סילווער
נאכדעם וואס איז באקאנט געווארן אז
ער האט שוין אמאל פארווישט אזא פשרה מיט טעקס געלט..
נפול תיפול

באמת » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 11:29 am

· #43554
Party’s Over
<a class="postlink" href="http://www.cityandstateny.com/vito/">http://www.cityandstateny.com/vito/</a>