☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » א חלק פון א התעוררות ארטיקל

א חלק פון א התעוררות ארטיקל

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16782

שעפטאל » מאנטאג יאנואר 1, 2024 10:32 pm

· #543239
א חלק פון א התעוררות ארטיקל
(פארוואס אין שמייכל? ווייל ס'איז סתם קאפ פארדרייעניש'ן. געשריבן בשותפות מיט א חשובע'ן ניק אין א דערהויבענע צייט)

טינקל, באגאסן, האלב דערווארגן, וואקלט זיך ארום דער צינג
הינקעט ווי א וואזנזיניגער, און ווארפט זיך אהער און אהין אויף די ווייכע, פייכטע ווענט פון דער מערה.
שוין לאנג נישט געטרינקן. זי קלעבט זיך צו די גומען.

רבי געוואלד, איך דארף וואסער באלד.
אבער קיין וואסער זעהט זי נישט
ווי נעמט מען אביסל פייכקייט צו לינדערן די דארשט, און זיך אפשר גאר ארומוואשן דעם אויסגעמאטערטן קערפער
נישטא קיין דרויסענדיגע קוואל, די איינציגסטע וואסער וואס זי האט איז די אייגענע קוואל, דאס ביסל וואסער וואס איז אין איר.

וועט דאס דען זיין גענוג מיך צו באפרידיגן און שפירן דערלייכטערט? וועט דאס קלעקן אויפצולאזן מיינע שטייפע געלידער, זיך לאזן בייגן, און עווענטועל גאר ארויסגיין מאפלה לאורה?
אבער ס'נישטא קיין אנדערע וואסער.

אם אין אני לי מי לי

מיין הארץ דארף ס'זאל ברענען א פייער, איי דעם ליבליכען נפשי חולת אהבה. זי זיכט א דרויסענדיגע פלאם, אבער זי זעהט נישט קיין שיינע ליכט, נשמה'דיגע פייער.

די איינציגסטע פאקל איז דיין אייגנס.

אם אין אני לי מי לי

ים של שלום » מאנטאג יאנואר 1, 2024 10:54 pm

· #543242
Re: א חלק פון א התעוררות ארטיקל
דאס האסטו געשריבן נאכן טרינקען אייוואסקא, אדער נאך נישט טרינקען פאר צו לאנג? 😀

שעפטאל » מאנטאג יאנואר 1, 2024 10:56 pm

· #543243
Re: א חלק פון א התעוררות ארטיקל
פון א לולקע מוצ"ש אויף בורא מיני בשמים