☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » אפאריזמען- געדאנקען קורץ און שארף

אפאריזמען- געדאנקען קורץ און שארף

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1675

אברבנאל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:22 pm

· #40521
אפאריזמען- געדאנקען קורץ און שארף
אפאריזמען איז אן אלט-גריכיש ווארט פאר געדאנקען וואס ווערן געשריבן מיט געשפארטע ווערטער.
אחב״י זענען געבענטש מיט א פחז- כמים-דיקן נאטור און איבלען תשעה-קבין געשרייבעכטס, וואס נאך דריי שורות קומען שוין פונקען אין די אויגן.
זייטזשע מוחל חברים און פריינט און זייט אונז מהנה מיט אייער שארף-שפיזיק-בליציק געשליפן- געפיפן פערל ווערטער אן אין סופישע פילאסאפיע, אבער געדענקטס און האטס רחמנות: ״ איין שורה און נישט מער!״

עיקר שחכתי, כדאי לקרב הגאולה, נא לכתוב המקור

 

אברבנאל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:28 pm

· #40526
איוב׳ס גרעסטע יסורים איז אז ס׳פאראן א מאן דאמר וואס דענקט אז ״איוב לא היה ולא נברא״ (אסם בשם)

קהלת פראקלאמירט ״הבל הבלים הכל הבל״!. מיר נייגערט וואס דער מחבר האלט מכוח זיין אייגענם חיבור. (היינט ביי שמונה עשרה) 

קורץ און שארף » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:28 pm

· #40527
אלעס פיין, אבער פארוואס שרייבסטו מיין נאמען אינעם קעפל פונעם אשכול???




נאר א וויץ, כמובן

לעמיל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:31 pm

· #40528
קורץ און שארף
אלעס פיין, אבער פארוואס שרייבסטו מיין נאמען אינעם קעפל פונעם אשכול???




נאר א וויץ, כמובן

זאג אים שכויעך פארען דיך עדווערטייזען....

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:44 pm

· #40545
אברבנאל
קהלת פראקלאמירט ״הבל הבלים הכל הבל״!. מיר נייגערט וואס דער מחבר האלט מכוח זיין אייגענם חיבור. (היינט ביי שמונה עשרה) 


דאס אייגענע. ווען די וועלט וואלט נישט עקזיסטירט, וואלט דאך דער הבל-הבלים נישט געהאט אויף וואס חל צו זיין. די הבל-קאנצעפט זעלבסט איז דאך א פראדוקט פון דעם "הכל" וואס אינעם "הבל".

אברבנאל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:56 pm

· #40558
פשוט קאמפלעצירט: שמך נאה לך ואתה נאה לשמך

בן תמליון » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:12 pm

· #40575
דער מענטש טראכט און נישטא ווער'ס זאל לאכן (יצחק ניבארסקי).

אברבנאל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:18 pm

· #40578
תיקון טעות,און ס׳נישטא ווער ס׳זאל לאכן.

אברבנאל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:21 pm

· #40582
ישראל נמשלה לכוכבים: פונדערווייטן זעען זיי אויס נאנט איינס צום אנדערן, און פון דער נאנט זעט מען אז זיי זענען העט העט ווייט. (שמעתי) 

בן תמליון » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:27 pm

· #40589
אברבנאל
תיקון טעות,און ס׳נישטא ווער ס׳זאל לאכן.


פארראכטן. ייש"כ.

נאטרוליסט » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 4:50 pm

· #97125
ווען "משה קיבל תורה ומסרה לאליעזר בנו", וואלט נישט געווען נאך א "מסרה" ל...
(מפי עצמי)

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 5:55 pm

· #97160
ווען איך קען ווען דעם אברבנאל, וואלט איך אים געגעבן א קניפ אין בעקל, און אויסגערופן מיט פאטאס: וועלקאם טא די קלאב! (אומר הבא מן החדש).
יאפ, כהאב עס געמאכט אין איין שורה.