☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » סיבה פארוואס קינדער גייען אוועק פון דרך

סיבה פארוואס קינדער גייען אוועק פון דרך

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16709

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 5:53 pm

· #540072
סיבה פארוואס קינדער גייען אוועק פון דרך
קאצקער #
וואלווי
קאצקער
רוב האב איך געמיינט טאקע די רוב וואס שטעלט אוועק דעם דעת הקהל (ווענדט זיך אין וועלכע פעריאד, אבער עפ"ר רעדט מען פון די סאמע סמעטענע פון כלל ישראל - ווי ליפא צולייגט דאס אזוי שיין אויף די ניגון עגל).

איך שטיי און שטוין אויף די היינטיגע דור וואס בשונה פון די אלע אויבנדערמאנטע ברויך מען זיין בלינד נישט צו זעהן די היפאקראטיע שבו, און עולם גולם לויפט נאך די היינטיגע ע"ז (סיי די ע"ז פון די רעכטע און סיי פון די לינקע). מ'זאגט נאך פון הייליגער ריזינער אז פאר ביאת המשיח וועט אראפקומען א פייער פאר די נביאי הבעל (קרעדיט: אלטר משה ג"ב אין יעדע "דרשה" זיינער), בפשטות מיינט עס א פייער בדמיון הסכלים וועלכע לויפן נאך יעדער משוגענער.

אלץ וואס דו זאגסט איז אמת, אבער מ'קען עס נישט אריין קעשן. היפאקריסי איז אייביג דא, השקפות רעכט און לינקס מיט כבוד און רשעות איז אייביג געווען און וועט אייביג זיין. אבער דארפסט נישט שטוינען און הער אויף וויינען. אויסדריקן ווי עבודה זרה און נביאי הבעל זענען עכטע טערמינען פאר עובר זיין אין הלכה, מ'קען עס נישט בארגן פאר א תגובה ווי מ'שטוינט אז "אונזער" דור לערנט זיך נישט פון דור שבתי צבי. מיש נישט אויס אמת מיט היץ. מענטשן וואס האבן מסית און מדיח געווען באמת ע"פ גדרי חז"ל דהיינו עבודה זרה, זענען נאכנישט אט אט מצליח סתם אזוי צו מדיח זיין אונזער דור. האק נישט אין קאפ אריין, אונז זענען נישט אזעלכע קלים. אפשר שלעכטע מידות, אבער נישט כופרים.

נו נו, אויב כ'האב דיר געציפט בעט איך שוין איבער! וואס כ'האב געמיינט איז לדוגמא וויזניץ מרכז, גור, אדער סקווירא, וועלכע זענען אלע אויפן וועג אהין, איינער מער איינער ווייניגער, מחנך זיין קינדער מיט קרימע השקפות, נישט אומזיסט לאזן אזויפיל פון אונזערע אפ אידישקייט, אזא אידישקייט בבחי' שקר אין לו רגלים אויף אלע גוים געזאגט

דו ווילסט מיר זאגן אז ווען דיין אידישקייט וואלט געווען בבחינת שיש לו רגלים, דו וועסט מחנך זיין אזוי ווי למשל הרב שטיינמאן אדער הרב דב לנדא, אדער איך ווייס נישט - יו נעים איט - אידישקייט, אז דו וועסט לערנען מיט איהם מקרא ביי 5 משנה ביי 10 און גמרא ביי 15, אדער אז דו וועסט טוהן ווי אין זידיטשויב און לערנען קבלה מיט זוהר ביי 3.5, אדער אזוי ווי א בריסקער מיט ברייטע פאות און א לאנגע קריאת שמע מיט א גאנצע ליסטע פון חומרות. בקיצור נעם עפעס וואס דו האלטסט איז יא אמת'דיג - אן א אדמו"ר א רבי וואס פארקויפט קרומע השקפות.
נו, מיינסטו אזא איינער האט מער טשענס פון קינדער זאלן נישט אוועקגיין פון דרך?

וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 6:24 pm

· #540074
Re: סיבה פארוואס קינדער גייען אוועק פון דרך
פארוואס מאכסטו דא א נייע אשכול, אז דו ווילט רעספאנדן, דעמאלטס רעספאנד דארט אויפ'ן פלאץ.

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 1:47 am

· #540126
Re: סיבה פארוואס קינדער גייען אוועק פון דרך
ווייל דאס איז א נייע נושא - אין מיי האמבל אפיניאן!

וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 3:20 am

· #540130
Re: סיבה פארוואס קינדער גייען אוועק פון דרך
שרייב א הקדמה וואס דאס איז