☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » דרשו

דרשו

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1670

פיינע קאווע » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:19 pm

· #40396
דרשו
אין קרית יואל זענען פארהאן אינגעלייט וואס פארהערן זיך דעם דף היומי איינמאל א וואך אדער חודש ביי די ארגענאזאציע דרשו און באקומען דערפאר געלט. די אינגעלייט זענען בני תורה נצרכים, פון אלע צדדים שיכטען און קרייזען ובפרט פון בני יואל.
א אינגערמען וואס האט געבאדערט אז סאטמערע אינגעלייט זענען עוסק אין דף היומי האט זיך אביסל פאראינטערסירט אין געהערט פון די אינגעלייט אז מהר"א האט געגעבן זיין פולע הסכמה דערויף. האט ער אנגעקאלט מהר"א און געמאכט א ויצעקו. קודם האט מהר"א געלייקענט ביז ווען מען האט אים געזאגט פלוני ופלוני זאגען עס בשמיך האט ער געזאגט אקעי, זאג די אינגעלייט אז מהיום והלאה זאל מען זיך נישט פארהערן ביי דרשו וואס שטיצט רב שטיינמאן. ע"כ המעשה
איין קליינער תיקון טעות איידער איר לויפט שוין מאכן פאשקעווילן אין גאנץ מאנרא די מעשה איז געווען ביים פאן טרעגער פון יהדות החרדית אין צייטונג הרב מ. סופר נישט מהר"א, שטעלט אייך פאר ווען יא.

פריינדליך » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:27 pm

· #40398
וואס איז די פראבלעם אז דרשו שטיצט רב שטיינמאן?
לשיטתך, די אמעריקאנער גאווערמענט שטיצט תועבה, אפשר ווערט זייער געלט אויך אסור?

פיינע קאווע » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:53 pm

· #40412
עס איז נישט מיין פראבלעם, איך האב פארציילט א טריקענע נייעס.

על המחיה » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 2:26 pm

· #40472
מיט וואס פונקטליך שטיצט 'דרשו' הרב שטיינמאן?

לעצם הענין

וויי איז פאר די וועלט וואס מען נעמט צו דאס פאר גראשען פון א יונגערמאן וואס לערנט תורה, מיט''ן רשעות'דיגע אויסרייד אז מען מיינט עס גאר לשם שמים

היסטאריקער » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 2:43 pm

· #40479
הרב האפשטאטער איז געווען באזוכען ביי מהרז״ל און "גערעדט מיט אים אין לערנען"

משא״כ צו מהר״א האט ער נאר געשיקט שלוחים

גענוג א היתר

שטערן » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 3:03 pm

· #40484
דרשו שטיצט הרב שטיינמאן??
הרב שטיינמאן שטיצט דרשו!!