☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » ווי אזוי וואלט איר בענעפעטירט פון קנעכט און דינסטן

ווי אזוי וואלט איר בענעפעטירט פון קנעכט און דינסטן

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1668

מורינו הרב » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 8:49 am

· #40319
ווי אזוי וואלט איר בענעפעטירט פון קנעכט און דינסטן
ווי באקאנט איז אמאל געווען א חלק פונעם רעגלמעסיגע לעבן, אז מענטשן האבן פארמאגט קנעכט. פונקט ווי מען האט פארמאגט א הויז, געלט, האט מען פארמאגט קנעכט. מיט זיי האט מען זיך באדינט און מען האט זיך באקוועם געמאכט אויף די חשבון פון די קנעכט.

איך וויל זיך אביסל פארשטעלן ווי אזוי דאס היינטיגע לעבן וואלט אויסגעקוקט מיט קנעכט און דינסטן... ווי אזוי מיר וואלטן זיך באנוצט מיט זיי.

איך גלויב אז ביי די רבי'שע חתונות, ביי דרשה געשאנק, וואלט מען אויסגערופן אז דער ווייצנפלענקער זיידע גיבט פינף קנעכט און דריי דינסטן. עס וועלט מסתמא געווען אן ענין צו פארמאגן צוויי ווייסע מיט איין שווארצע, אדער פארקערט... מען וואלט שוין געטראפן חסידי'שע תורות איבער דעם.

אדרבה, לאמיר הערן פונעם ציבור ווי אזוי מיר וואלטן בענעפיטירט פון קנעכט און דינסטן.

נפתלי » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 8:57 am

· #40324
מורינו הרב
ווי באקאנט איז אמאל געווען א חלק פונעם רעגלמעסיגע לעבן, אז מענטשן האבן פארמאגט קנעכט. פונקט ווי מען האט פארמאגט א הויז, געלט, האט מען פארמאגט קנעכט. מיט זיי האט מען זיך באדינט און מען האט זיך באקוועם געמאכט אויף די חשבון פון די קנעכט.

איך וויל זיך אביסל פארשטעלן ווי אזוי דאס היינטיגע לעבן וואלט אויסגעקוקט מיט קנעכט און דינסטן... ווי אזוי מיר וואלטן זיך באנוצט מיט זיי.

אויב עפעס וואלט איך מיר קודם פראבירט צו פארשטעלן וויאזוי מיין לעבן וואלט אויסגעקוקט מיט געלט און א הויז...

איך אויך » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 9:35 am

· #40334
דער ווייצנפלענקער איז א ברודער מיטן ווערפלאנקער?

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 6:48 pm

· #40629
בעסיקעלי אלעס וואס א גוי'טע טוט, און צוגעלייגט נאך אפאר זאכן, וויבאלד דער קנעכט/דינסט איז דאך עוועילעבל 24/7, זיי וואלטן סערווירט די עסן און אראפגערוימט, געגאנגען איינקויפן, ארלעדיגן פארשידענע זאכן, (און אויב בלייבט נאך איבער צייט וואלט איך זיי געבעטן מיר צו געבן א מאסאזש 😂 😂 )

חאצקל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 9:18 pm

· #40674
איינע פון די זאכן וואס מיר וואלטן בענעפיטירט פון קנעכט וואלט געווען אז אנשטאט דער רבי פון דער מוסדות זאל שיקן די בחורים פון זיין קהילה שלאגן און מאכן טעראר, וואלט ער געשיקט די קנעכט פון זיין קהילה

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:43 am

· #40786
מ'האט אויך געהאט מאחודי הפרגוד בענעפיטן פון א שפחה.
אוי איז אמאל געווען א בעסערע וועלט.
דאס לעבן זייגט.

איינער » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:49 am

· #40789
מורינו, איך וואלט געטוישט דעם קעפל צו ״ווי אזוי וואלט איר געליטן ווען איר זענט ווען א קענכט״. יעדער שטעקן האט צוויי עקן.

טעפל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:17 am

· #40851
איינער
מורינו, איך וואלט געטוישט דעם קעפל צו ״ווי אזוי וואלט איר געליטן ווען איר זענט ווען א קענכט״. יעדער שטעקן האט צוויי עקן.

אוי זאגסטו גוט ער האט אפילו נישט געטראכט פון דעם.!

נאך א פשט » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:46 am

· #45890
איך וואלט בענעפירט מיט דעם אז זיי וואלטן געטוהן מיין ארבעט און איך וואלט געהאט מער צייט צו פארברענגען אין קאווע שטיבעל.

איינער » מוצ"ש יאנואר 12, 2013 9:09 pm

· #79313
א אינטערסאנטער דאקמונטערי. איבער די היסטארי פון דעם קאמף אנקעגען קענכטשאפט אין אמעריקע.

פאריז » זונטאג אקטאבער 6, 2013 3:08 am

· #154261
אפשר וואלטן מען זיי געשטעלט צי טיען די ארבייט אויפן אינטערנעט אזוי אז מען זאל ניטאמאל דארפן אנקימען צי די משומר פילטער.. מען וואלט עס בכלל נישט געניצט.