☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ארץ ישראל vs איראן

ארץ ישראל vs איראן

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1664

אזוי גאר » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:38 pm

· #40275
ארץ ישראל vs איראן
איך פארשטיי אז איך וועל דא נישט, אקומען א פינקליכע אפשאצונג. אבער האלט איינער אז ארץ ישראל איז בכוח צו פייטען אירן
איך האלט אז אויב קענען זיי נישט פייטען חיזבאלא קענען זיי איראן זיכער נישט.

בין איך גערעכט?

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:41 pm

· #40277
ניין.
זיי קענען נישט פייטן חיזבאלא ווייל חיזבאלא איז נישט א לעגיטימע לאנד, זיי זענען א באנדע טעראריסטן צושפרייט צווישנעם המון עם וואס
פירן נישט קיין מלחמה לויט קיין שום פראטאקאלן.

אזוי ווי אמעריקע האט באזיגט אפגאניסטאן און איראק אין געציילטע וואכן, אבער די טעראריסטן צו באזיגן האלט מען נאך אינדערמיט...
----------------
און ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען אטאמירט גאנץ לבנון, אלעס אלעס, מאכן דאס גאנצע לאנד פאר אשפה. און לאמיר זעהן
וואס בלייבט מיט חיזבאלא. אבער צום ערשט דארף אמעריקע באמבאדירן די יו ען בילדינג אין מאנהעטטען.

רומני » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:21 am

· #40296
איראן איז א גרויסער פעיפערנע לייב מיט א גרויס מויל אזוי ווי חז"ל זאגען שוין אסתירה בלגינא קיש קיש קריא,,,,,,, א ליידיגע פושקע וואס האט וויניג געלט קלאפט שטארק.......א לאנד וואס קומט ארויס יעדע פופצען מינוט מיט א נייעם פליגער אדער מיסעל האט גארנישט.....עיין ערך סאדאם חוייסען קאדפי........ אין קוק ויאזוי באשאר אסאד מיט זיין גרויסען מיליטער קען זיך נישט קיין עצה געבען מיט אפאר פאריקיטע בירגער...... זאל נאר דער מוסלמענער אבאמה געבען א גרין לייט פאר די מדינת ישראל לופט פלאטע (וואס אגב הייסט עס פין דע בעסטע פלאטעס אין דער וועלט ) אריינשפאצירען קיין איראן וועסטו געוואר ווערען וואס אפאר יודישע ליידיגייערס קענען.........עס וועט נישט בליבען דארט א שטיין אויף א שטיין אזוי ווי זיי האבען געמאכט ביי די אטאמישע ראעקטאר אין סיריע 5 יאר צירוק אין 20 יאר צירוק אין עירעק.......

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:25 am

· #40298
קענסט נישט פארגלייכן איראן צו סיריע, איראן האט שוין פארמויערט זייער פעסט אפאר פון זייערע נוקלעארע איינריכטונגן.

אייגענארטיג » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:50 pm

· #40406
איראן זאל נאר האבו איין אטאם אין שיסן צום ציל קענען זיי אפווישן א"י

די שאלה איז א"י פראטעקטעד פאר דעם
קען מען בכלל זיין פראטעקטעד קעגען א אטאם?

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:51 pm

· #40407
איראן קען דאס נישט טוהן ווייל דאס וועט הרגנען א מיליאן מוסולמענער פון אלע זייטן.

אייגענארטיג » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:52 pm

· #40411
אהא !!!!!!

אין אלא אכבאר גייט דארט עפעס נישט אן?

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:53 pm

· #40413
אלא אכבאר איז יעדער מענטש פאר זיך, נישט איין מענטש וואס צווינגט עס ארויף אויף מיליאנען.

אייגענארטיג » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:54 pm

· #40415
אבי גערעדט אלא אכבאר איז פאר זייער שמייליגער
אוודאי יעדע (איך געדענק נישט ווי אזוי עס רופט זיך ביי זיי) הייסט און קען הייסן אויף יעדעם והא ראי' אזוי טוען זיי טאקע !

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:56 pm

· #40417
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט. אוואדאי איז עס פאר זייער שמייליגן, אבער דער וואס רייסט זיך אויף טוט עס מדעת עצמו.

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:04 pm

· #40420
אללאה אכבאר איז דער איינציגער באשעפער אין הימל, דער אחד יחיד ומיוחד.
(טאמער פארשטייסטו נישט וואס כ'מיין, גיי לערן פירוש המילות)

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:07 pm

· #40422
דו רעדסט צו מיר?
I KNOW ALL OF THAT

נפתלי » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:25 pm

· #40435
זר זהב
דו רעדסט צו מיר?
I KNOW ALL OF THAT

האסט עס שוין אמאל קאנסידערט?

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:29 pm

· #40439
קאנסידערט וואס?

No_name » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:35 pm

· #40445
אויב וואלט עס געווען א נארמאלער פייט צווישן צוויי ציוויליזירטע לענדער וואלט א"י געהאט א טשאנס, אבער וויאזוי קען מען פייטן א לאנד וואס רעכנט זיך נישט מיט קיין אינטערנאציאנאלע געזעצן. אזוי ווי זר זאגט, מ'דארף נאר אז ס'זאל אויפקאכן דארט דאס קעסל, נעקסט טינג יו נאו ס'פליען ראקעטן מיט מיסילס פון אלע זייטן, און פארשטייט זיך כאמאס וועט אוודאי נישט קענען צוקוקן ווי זייערע ברודער ווארפן ראקעטן און זיי זענען נישט געלאדנט צו די פארטי, וועלן זיי אויך צולייגן א האנט.

ממלא איז מיין מיינונג קיין מיינונג.. סאררי.. איך מיין צו זאגן, ממילא איז מיין מיינונג אז אפי' זיי קענען געווינען די מלחמה ציוויליזירטערהייט, ווייל זיי האבן למעשה א שטערקערער און מער סאפיסטיקירטער מיליטער, אבער ס'איז נישט דא קיין לימיט וויפיל ציווילער פארלוסטן זיי קענען כאפן, און אין דעם פעלד - לאמיר זיך נישט נארן - זענען אונזערע שוועסטערקינדער די פראו'ס...

אזוי גאר » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 3:58 pm

· #40509
איז אמת אז די סטעיט דיפאט הא געלייגט א נא פליי צו א"י?

ווי טשעקט מען נאך אזא זאך?

נפתלי » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:03 pm

· #40513
אזוי גאר
איז אמת אז די סטעיט דיפאט הא געלייגט א נא פליי צו א"י?

ווי טשעקט מען נאך אזא זאך?

די סטעיט דיפארטמענט קען נישט ארויפלייגן קיין נאו פליי אויף א"י, מסתם מיינסט א טראוועל ווארענונג
זיי לייגן דאס כסדר אויף א"י ווען די מצב איז אנגעצויגן

דא האסטו
<a class="postlink" href="http://travel.state.gov/travel/cis_pa_tw/tw/tw_5760.html">http://travel.state.gov/travel/cis_pa_t ... _5760.html</a>

זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 6:25 pm

· #47188
Experts: Only US can destroy Iran's nuke program

<a class="postlink" href="http://www.jpost.com/IranianThreat/News/Article.aspx?id=285495">http://www.jpost.com/IranianThreat/News ... ?id=285495</a>

פערינא » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:28 am

· #47751
סתם א עבזערוועישען פון יוטוב מיט בילדער וואס איך האב בטראכט במשך די יארן. די ישראלישע סאלדאטען, זיי זענען קליינע געבויטע צוצאלעך וואס מקען גרינג ציבלאזען, ס'לאזט גאנץ גיט הערן אויף זיי איש אחד משלהם ירדוף אלף /רח"ל/ אזוי ווי איין שחור מיט א באטעל אין האנט קען פארטרייבען א חאטקע שומרים אין באראפארק.. משא"כ ביי זיי, די איראניען נעישאנאל גארד ווארפט א שרעקליכע פחד. פעסט גיבויט און זיכער מיט זיך. אדרבה טשעיק עס אליינס אויס.

אוודאי האב מיר אונז סופעריער טעקנאלידזישי. אבער די חברה דארף מען פייטען פנים אל פנים, טיר צי טיר!
די פאקט אז זיי ווארט אפ שבעים מרעים, זיבעציג אומאויפגעשניטע גרעיפ פרוכט און זיי זענען גריייט צי גיין יעדען טאג, יעדע מינוט, גיט זיי א שרעקליכע עדזש אין מלחמה. עס פילט מיר אז זייער גאנצע ארמיי קען מען לייגען און עקשעין מיט די בלויע פיל..

זר זהב » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:34 am

· #47753
ווען איראן האט מלחמה געהאלטן מיט איראק איינס אויף איינס איז עס געווען א סטיעלמעיט פאר 8 גאנצע יאר!! אוודאי זיי זענען מסתם בעסער איצט פון 1988, אבער אזוי איז אויך איראק פילפאכיג בעסער געווען אין 2003 און מיט דעם אלעם האט אמעריקע זיי איינגענומען אין 3 וואכן! סוי קום מיר נישט מיט קיין ווידיאס. אין מיין אפיניאן איז איראן ניטאמאל א פאפירענעם הונט.

פערינא » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:40 am

· #47755
זר זהב
ווען איראן האט מלחמה געהאלטן מיט איראק איינס אויף איינס איז עס געווען א סטיעלמעיט פאר 8 גאנצע יאר!! אוודאי זיי זענען מסתם בעסער איצט פון 1988, אבער אזוי איז אויך איראק פילפאכיג בעסער געווען אין 2003 און מיט דעם אלעם האט אמעריקע זיי איינגענומען אין 3 וואכן! סוי קום מיר נישט מיט קיין ווידיאס. אין מיין אפיניאן איז איראן ניטאמאל א פאפירענעם הונט.



די אשכול איז וועגען ארץ ישראל, נישט אמעריקע

וויר דענקט ווי די ישראלים זענען אנטלאפען פון לעבענאן ווי קליינע פלעיקס

זר זהב » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:42 am

· #47756
אהא. הייסט דו קלערסט אפילו אז איזרעאל גייט אינוואדירן איראן... נו נו. -- און פון לבנון זענען זיי געגאנגען צוליב די יו ען רעזעלוציע וואס ביידע זייטן האבן אנגענומען.

טראכט » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 10:45 am

· #47775
איראן האט היינט אויפגעשפילט איר נייע לופט דעפענס סיסטעם, וואס זי זאגט איז גרייט אפצושלאגן יעדע אמעריקאנע אטאקע אויף זייער נוקלעארע רעאקטער, ווארענענדיג דערביי אמעריקע און מדינת ישראל אז א יעדע אטאקע אויף זייער באדן וועט תיכף שטארק אפגענפערט ווערן.
לינק
.......
איך בין דזשאסט נייגעריג אויב ח"ו מדינת ישראל וואלט זיי באמבארדירט, און א גרויסער אמעריקאנער מלחמה שיף שווימט אין די געגנט, צי זיי וואלטן זיך דערוואגט ארויסצושיסן איין גראנאט?!!....

זר זהב » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 8:31 pm

· #47903
What if Israel bombed Iran? The view from Washington
פונעם וואשינגטאן פאוסט, אינטערעסאנט צו לייענען.

<a class="postlink" href="http://www.washingtonpost.com/opinions/what-if-israel-bombed-iran-the-view-from-washington/2012/09/21/05266fca-7f33-11e1-bc36-069277cb6efc_print.html">http://www.washingtonpost.com/opinions/ ... print.html</a>

משה רוקח » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 11:19 pm

· #48000
פון לבנון זענען זיי ארויס מיט בושות פאר איין ריזען. זיי האבן נישט געוואלט הרג'ענען קיין ציווילע מענטשן. זיי האבן אבער שוין געזאגט אז אויב קומט נאך א מלחמה מיט חיזבאללה אדער איראן גייען זיי נישט רחמנות האבן אויף קיינעם און זיי גייען גיין פול פארס. אויב האבן זיי נישט מורא צו שיסן אויף יומען שיעלדס קענען זיי געוואונען גרינגערהייט.

פערינא » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 11:55 pm

· #48020
פערצופאל האב איך מער זיך באצויגען צי די אנטלויפען פון סיריע ביי די לעצטע מלחמה. דעמאלס האב איך געזען אויף יוטוב אפאר פרענקישע סאלדאטען געבען א אינטערוויו, סאיז מיר רויט געווען די פנים פון בלאשען פאר די נעקסטע פאר שעה

אמת, לבנון וואלטען זיי געקענט מאכען אסאך מער חרבנות, אבער מעגסט שוין וויסען אז ביי זיי העלפט נישט הארגענען מענטשען, דער איז אנלימיטעד סעפליי.. עטליעסט מער וויפיל מקען אויס שחטן

פערינא » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 12:00 am

· #48023
זר זהב, דאנקע שיין פאר די ארטיקעל פון די וושינגטון פאסט, גראדע ליינט זיך עס מער ווי אן ארטיקעל אין די נ. י. פאסט..

חוטשיג איך בין ביי די מחשבת קונספירציה אז די איראנע פראוואקען די וועסט יעדע פאר וואכען ארויף צי טרייבען די אויל פרייזען.. האלט איך נאך אלץ אז אן אטאקע פון ישראל אדער אמעריקע איז אינעוויטיבאל

אדער אן אטאקע אדער וועט עס זיין א קאנטאר אטאקע. א פייט גייט זיין..

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 4:24 pm

· #48510

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 1:24 am

· #49090
מורא'דיג אינפארמאטיווער ארטיקל פאר ווער ס'ליגט אין די 'קומענדיגע מלחמה מיט איראן' נושא

<a class="postlink" href="http://www.foreignpolicy.com/articles/2012/09/27/the_entebbe_option?page=full">http://www.foreignpolicy.com/articles/2 ... ?page=full</a>