☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קען מען דען זיין אן ערליכער יוד אין וויליאמסבורג?

קען מען דען זיין אן ערליכער יוד אין וויליאמסבורג?

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1661

chosen people » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:01 pm

· #40259
קען מען דען זיין אן ערליכער יוד אין וויליאמסבורג?
איך בין א מאנסי געבוירענער, ווי פארן מיט א בייק איז מותר לכתחילה פאר בחורים און יונגעלייט, איך פלעג פארן צו ישיבה יעדן טאג מיט מיין בייק א מהלך פון א גוטע צעהן מינוט, דורך פארנדיג די איינציגסטע גוי'שע געגענט וואס איז דא אין מאנסי, פיר מאל א טאג בין איך געפארן, און איך האב כמעט קיינמאל נישט געזעהן אן אשה, נישט קיין גוי'שע נישט קיין יודישע, פשוט קודם כל ווייל עס איז גענוג אויסגעשפרייט אז דו מוזט נישט טרעפן איינעם, און אויכט רוב פרויען סיי יודישע און סיי גוי'שע האבן א קאר.
און אויכעט די גוים זענען נישט אזעלכע נידריגע גוים ווי אין שטאט, און ווען איך האב שוין יא באגעגענט א גוי'שע פרוי איז זי געגאנגען מער צניעות'דיג ווי מען זעהט דא אין שטאט.
און כ"ש זעהן ווי א זכר און א נקבה כאפן זיך אן, געדענק איך נישט אזא זאך, און קישן וכו' מאן דכר שמיה.

איך האב חתונה געהאט קיין וויליאמסבורג, מיין ערשטע דירה איז געווען אין בעדפארד גארדענס, פון די ערשטע טאג האב איך נישט געקענט גלייבן וואס מען זעהט, יעדע מאל מען גייט אריין און ארויס פונעם בנין, צו זומער צו ווינטער, קען מען זעהן מאן און ווייב, יונגלעך און מיידלעך, אנגעפאנגען מיט סתם זיך אנכאפן ביז.. איך מיין עס איז נישט געווען אזא זאך עס זאל דורך גיין א טאג אן זעהן חיבוק ונישוק, איך האב זיך געוואונדערט אז עס הייסט נישט קיין אפגעפרעגטע זאך אין ווילימסבורג צו וואוינען אין בעדפארד גארדענס... איך האב געכאפט א שמועס וועגן דעם מיט מיין ווייב, זאגט זי אז זי זעהט נישט אזעלכע זאכן, איך האב זיך גענומען טענה'ן מיט איהר, ביז עס ארויסגעקומען אז א יליד וויליאמסבורג באמערקט שוין נישט די זאכן ווייל זיי זענען צוגעוואוינט עס צו זעהן פונעם געבוירן.
און דאס איז נאך גאלד אקעגן וואס מען קען זעהן אין די פראדזשעקס. מיין שווער וואוינט אין די פראדזשעקס אויף הויכע שטאקן, און עפ"ר ווען מען גייט ארויף אויף די הויכע שטאקן זעהט מען.. ממש... און אפי' מען קומט לאחר המעשה קען מען נאך צומאהל טרעפן די איבערבלייבניש..
און ביי דעם האב איך זיך אויכעט איבערצייגט אז מיין ווייב האט עס קיינמאל נישט באמערקט פאר איך האב איהר עס געוויזן די ערשטע מאל.

נאך מיין חתונה ווען איך האב געהערט אז מען פארפירט קעגן די ארטיסטן האב איך נישט פארשטאנען וואס מען וויל פין זיי, די ספאנישע זענען סאך ערגער און מען וואוינט נאך מיט זיי אין איין בנין.
ווען איך האב געלערנט אין כולל האט מיך א יונגערמאן פארציילט בשם איינע פון די גרויסע סאטמערע דיינים (איך האב שוין פארגעסן וועלכע) אז זיין חבר האט געדארפט זיך אריבערציען א דירה און האט געהאט אן אויסוואל פון צוויי דירות, איינס אין די גוי'שע פראדזשעקס אין איינס אין א גרויסע יודישע בנין, וועלכע זאל ער נעמען, האט איהם דער דיין גענטפערט, בעסער אין א גוי'שע, ווייל אין א יודישע בנין אויב מען האט א שלעכטע שכן קען מען זיך אפלערנען, משא"כ פון א גוי'שע שכן לערנט מען זיך נישט אפ, ודפח"ח..
צו די מעשה איז אמת ווייס איך נישט, אבער איין זאך ווייס איך זיכער, אז א 27 יעריגע יונגערמאן האט מיך עס איבער דערציילט מיט א תמימות און ער גלייבט דערין, און דאס איז א נארמאלע השקפה אין וויליאמסבורג..
און אפילו איינער וואס וואוינט אין א אייגענע הויז, זאגטס מיר ווי אזוי זעהט אויס לי עוו. בעדפארד עוו. אין מאנסי קענסט נישט טרעפן איין גאס אין די מערסטע ביזי סיזען וואו עס זעהט אויס די וויליאמסבורגע גאס אין א טויטן זומערדיגן זונטאג. חוץ פון דעם וואס די נשים רוקן זיך נישט פאר קיין מענער, עס זעהט נישט אויס ווי זיי האבן בכלל עפעס א בושה אין זיך, די אומ'צניעות'דיגע מאנסי פרוי האט מער בושה אין זיך..

נאך וואוינען אפאר יאר אין וויליאמסבורג האב איך פארשטאנען די מאמר אז וויליאמסבורג איז ירושלים ד'אמעריקא, וויליאמסבורג'ע לי עוו. זעהט אויס ווי ירושלים'דיגע גאולה גאס..
איכא דרכא אחרינא רשע הוא.

יעצט פרעג איך אייך, קען מען דען בכלל זיין אן ערליכע יוד אין וויליאמסבורג? און דאס איז שוין חוץ אלע אנדערע פראבלעמען..

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:17 pm

· #40264
chosen people
חוץ פון דעם וואס די נשים ריקן זיך נישט פאר קיין מענער עס זעהט נישט אויס ווי זיי האבן בכלל עפעס א בושה אין זיך

You lost me there...
וואסערע בושה דארפן זיי האבן? זיי דארפן זיך שעמן אז די באשעפער האט זיי באשאפען נקיבות?

chosen people
יעצט פרעג איך אייך קען מען דען בכלל זיין אן ערליכע יוד אין ווילימסבורג? און דעס איז שוין חוץ אלע אנדערע פרעבלעמען..

לשיטתך גיי וואוין אין א מדבר...
מען קען זיין אן ערליכע איד אין פאריז אויך, א איד דארף זיך קענען באהערשן, אויב נישט, מוף דיר צוריק קיין מאנסי.

ווילאמסבורג איז טאקע א גרויל, נישט נאר פון אידישען פוינט אוו וויוא, אבער נישט דאס איז מכריע אויב מ'איז א ערליכע איד.

אויס מענטש » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:18 pm

· #40266
נאכן נישט זיין אין וומ"ס פאר א פאר יאר, האב איך געשפירט ממש דאס וואס די זאגסט,
אבער ווען איך האב עס אויפמערקזאם געמאכט, פאר א וומ"ס איינוואוינער, האט ער מיר אנגעקוקט ווי א שנה ופירש'ניק, אז איך רעדט אויף ירושלים דאמעריקא, און נאך מיר געזאגט אז מיין נייע שטאט האט מיר פארדארבן,
אבער געדענקט מיר האבן נישט קיין
עירוב
גל פז
ביוטי סאלאן
ווייל דאס איז ערגער ווי אלע דריי עבירות
לאמיר אלע זינגען
וויליאמסבורג גאר א שיינער שטאט וואוינען אידן אזוי צופרידן....{יו"ט ערליך}

chosen people » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:36 pm

· #40272
געפילטע פיש
chosen people
חוץ פון דעם וואס די נשים ריקן זיך נישט פאר קיין מענער עס זעהט נישט אויס ווי זיי האבן בכלל עפעס א בושה אין זיך

You lost me there...
וואסערע בושה דארפן זיי האבן? זיי דארפן זיך שעמן אז די באשעפער האט זיי באשאפען נקיבות?

chosen people
יעצט פרעג איך אייך קען מען דען בכלל זיין אן ערליכע יוד אין ווילימסבורג? און דעס איז שוין חוץ אלע אנדערע פרעבלעמען..

לשיטתך גיי וואוין אין א מדבר...
מען קען זיין אן ערליכע איד אין פאריז אויך, א איד דארף זיך קענען באהערשן, אויב נישט, מוף דיר צוריק קיין מאנסי.

ווילאמסבורג איז טאקע א גרויל, נישט נאר פון אידישען פוינט אוו וויוא, אבער נישט דאס איז מכריע אויב מ'איז א ערליכע איד.

ווען איך האב געשריבן בישה האב איך נישט ח"ו געמיינט אז זיי דארפן זיך שעמען מיט עפעס איך האב געמיינט צו
זאגן אז א יודישע איידלקייט וואס א צניעות'דיגע פרוי האט.
איך האב דעס געשריבן נאכן זעהן די ארטיקעל ווי קען מען זיין אן ערליכער יוד ווילימסבורג אדער בארא פארק.
הייסט די גמרא איכא דרכא אחרינא איז געזאגט געווארן נאר אויב מען קען זיך נישט באהערשן.

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:10 am

· #40284
און וואס האט צניעות מיט זיך רוקן פאר דיר? אפשר זאלסטו זיך רוקן פאר איר משום צניעות? זי שטיפט אליין א טריפל קערידזש מיט פינף וויינעדיגע בעיביס אונטער דריי, שלעפט זיך אליין ווייל איר מאן איז צו ביזי אין כולל טרינקען קאווע, זי דארף זיך רוקן פאר דיר ווייל דו מוזט זייער שנעל אנקומען אין גראסערי צו זען די נייע דעקל פון די לעיטעסט שטערן. (איך מיין נישט דיר, נעם עס נישט פערסענאל).
ווייז מיר ווי ס'שטייט אז א פרוי דארף זיך רוקן פאר א מאן, און זאג נישט יסלקנה לצדדים, ווייל ס'מיינט נישט אז דו זאלסט איר רוקן...

איכא דרכי אחרינא גייט נישט ארויף אויף וועלכע שטאט מ'זאל וואוינען.

chosen people » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 6:18 am

· #40309
געפילטע איך האב מורא אז איר וואוינט נישט אין ווילימסבורג, ווען איין פרוי שפאצירט מיט א קערידש אפי' מיט א דאבעל קערידש איז דא נאך גענוג פאלאץ פאר ביידע צו וואקן, און קיינער דארף נישט גיין אויפן גאס, איך רעד ווען אפאר פרויען שפאצירן ארויף ליע עוו. און זיי נעמען אויף די גאנצע סייד וואק,יא וואלטן זיי זיך געמעגט אביסל ריקען, און יא דעס האט מיט צניעות, און מיט מענטשליכקייט..

בן תמליון » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 8:39 am

· #40316
ר' טשאסען איך פארשטיי נישט אייער טענה אז ווייל מען זעט די גוים מאכן חיבוק ונישוק קען מען נישט זיין אן ערליכער איד ממה נפשך א מאנסי איד וואס וויל קוקן געמיינע זאכן האט דען נישט ווי צו קוקן בעסערע סצענעס ווי די יפי תואר אין די פראזשעקס? וויל מען נישט קוקן און מען זעט וואס איז דער עולה. און איך קען נישט מאנסי אבער עס איז עפעס באוואוסט אז עס איז אן עיר שכולה משוגעים, איז עס אמת? כ'האב פונקט געהערט א מעשה עפעס איינער פון די משוגעים וואס דרייט זיך ביי שומר שבת אין ב"פ לויפט ארום פרעגן יעדן ווי ער קען חאפן א מאנסי באס.

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 8:50 am

· #40323
מיר האט א פרוי געזאגט, זי איז אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג און געמופט קיין מאנסי, אז זי פארשטייט נישט וויזוי מ'קען בלייבן א איד אין מאנסי, די מענער רוקן זיך נישט פאר די פרויען, עס זעהט נישט אויס ווי זיי האבן בכלל עפעס א בושה אין זיך...

קלאר » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:20 am

· #40371
chosen people
געפילטע איך האב מורא אז איר וואוינט נישט אין ווילימסבורג, ווען איין פרוי שפאצירט מיט א קערידש אפי' מיט א דאבעל קערידש איז דא נאך גענוג פאלאץ פאר ביידע צו וואקן, און קיינער דארף נישט גיין אויפן גאס, איך רעד ווען אפאר פרויען שפאצירן ארויף ליע עוו. און זיי נעמען אויף די גאנצע סייד וואק,יא וואלטן זיי זיך געמעגט אביסל ריקען, און יא דעס האט מיט צניעות, און מיט מענטשליכקייט..


מיט דעם איז וויליאמסבורג שרעקליך
פרויען קענען שטייען אין שמיעסן אויף די גאנצע ברייט פין די גאס אין אפי' ווען א מאן קומט וועלן זיי נישט פארשטיין אז זיי דארף זיך רוקן
ווער רעדט נאך פין ד' אמות, ווי עס ווערט געברענגט - דאכט זיך אין שו''ע טאר מען נישט גיין ד''א מאחורי האשה אין נישט צווישן 2 נשים

אפגערעדט פין די יונגערע וועלכע מאכען אזא אויסדרוק, 'ווי איך בין יעצט ביזי קענסט זיך דורכשטופן',
וואס זאל איך אייך זאגען, מען דארף נישט זיין קיין גרויסע יר''ש צו פארשטיין אז עס איז עקעלדיג

אין מאנסי אדער ק''י וועט א פרוי ארויפטאנצען א בארג שניי ווען א מאן קומט
(דארט זענען שמאלע גאסען, אין ווען ס'דא א שניי זענען ביידע זיידן פונעם סיידוואק אנגעלייגט מיט הויכע בערג שניי אין די קעגן קומענדיגע האבען נישט ווי צו גיין)

diff » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 2:29 pm

· #40473
Please Explain
What do you mean איכא דרכא אחרינא רשע הוא
Is your wife doing washing on lee ave.

שטערן » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 2:31 pm

· #40475
מ'קען צולייגען צום ליסטע, דאס פארפלייצונג פון אומ'צניעות'דיגע טוריסטן וואס קומען באזוכען וויליאמסבורג
וואס מ'זעט נישט אין מאנסי אדער ק"י 

gehlungen » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:46 pm

· #40600
געפילטע פיש
מיר האט א פרוי געזאגט, זי איז אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג און געמופט קיין מאנסי, אז זי פארשטייט נישט וויזוי מ'קען בלייבן א איד אין מאנסי, די מענער רוקן זיך נישט פאר די פרויען, עס זעהט נישט אויס ווי זיי האבן בכלל עפעס א בושה אין זיך...

What are you all complaining about. I know a BIG REBBE that walks up & down lee ave in the middle of day every single day. No eekeh darkeh ahcrina?

חכם מחוכם » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 8:54 am

· #40827
העי העי, איך וואוין אין וויליאמסבורג 18, יאהר, איך ווייס איין זאך, ווען איך גיי אויף בארא פארק, אדער אויף מאנסי, קען איך נישט פארנעמען די מאדערנע פרויען, וואס זעהען נאך אויס אזויווי די גויטעס אין וויליאמסבורג, ליידער, אבער יונגערמאן, פארוואזשע זעהסטו די זאכן?, פארוואס קען איך וואוינען אין דא אזוי לאנג, און איך זעה נישט גארנישט?, מיך האט מען אויסגעלערנט אז אויף א גוי קוקט מען נישט!

ידען » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 9:02 am

· #40828
איך קוק נישט און איך זע...

היכי תמצא?

gehlungen » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 9:28 am

· #40829
ידען
איך קוק נישט און איך זע...

היכי תמצא?

I once heard "zain maig men - keeken toor men nisht"!!!!

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:56 am

· #40867
chosen people
איך בין א מאנסי געבוירענע..........................
יעצט פרעג איך אייך קען מען דען בכלל זיין אן ערליכע יוד אין ווילימסבורג? ..........


איך פארשטיי דיר 100%.
לאז-דיך נישט קלאפן.
סך הכל זאגסטו אז די "טויש" האט דיר צושאקעלט.
אבער דער עצם זאך פון וואוינען אין וומ"ס שאדט דאך נישט, ואשת-חילך תוכיח.
נו, דו ברענגסט ארויס אז אויפוואקסן אויף איין פלאץ, מאכט שוועריגקייטן ווען מ'גייט אריבער אויף אן אנדערע פלאץ. אמת.
די זעלבע מיט איינעם וואס וואקסט אויף אין וומ"ס, האט חתונה קיין מאנסי, ער ווערט ווילד ווען ער זעהט פרויען דרייווען כאילו-לא-היה....
ווען ער זעהט נשים כשרות מיט שערות מחוץ לצמתן (אזויווי די אמהות)
און ווען ער האט חתונה קיין ב"פ, און זעהט אלע סארט נשים פון א שפיצעל ביז...
יא, ס'איז אמת, אז מ'וואקסט אויף ISOLATED ווערן די חידושים SHOCKING

דולה ומשקה » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:38 am

· #40892
דער תירוץ פאר דעם קשיא פון דער קעפל אויף דעם אשכול איז... ניין

א ערליכע יוד ניין,
מ'קען זיין מער חסידיש, דהיינו אנגעטוהן חסידיש, אזוי אז מען פאסט זיך אריין אין דעם געגענט, אבער דאס האט גארנישט צו טוהן מיט זיין א יוד. אזא איינער וואס וואקסט אויף אין ווילימסבורג קוקט אראפ אויף רוב רובא פון כלל ישראל אויב זייער לעבנס שטייגער איז נישט זייערס גלייכען.

זיין א ערליכע איד איז כולל סיי וואס פאר א איד, אין ווילימסבורג לאזט מען דיר נישט דאס זיין.

שמיטה » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:26 pm

· #41030
בנוגע צו מען קען זיין אין וויליאמסבורג אן ערליכע איד, איז די תירוץ, אוודאי! אינעם גאנצן כדור הארץ קען מען מיט רצון ויגיעה זיין אן ערליכע איד.
אבער בנוגע די מצב הצניעות אין וויליאמסבורג, איז ווידער נישט קיין שום פראגע, אז די מצב איז אין די לעצטע יארן געפאלן שרעקליך.
אמת אז אין מאנסי און ב"פ איז די מצב ביים אידישן ציבור פיל שוואכער ווי ביים ציבור אין וויליאמסבורג. אבער די נידריגקייט און אויסגעלאסענקייט וואס הערשט אין וויליאמסבורג מצד די גוים און גויטעס, ארטיסטן, היפסטערס, טוריסטן, וכו', איז שרעקליך און עקלהאפטיג ביז גאר. אין מאנסי אדער ב"פ וועט איר דאס קיינמאל נישט געפינען. ס'איז נישט קיין ספק, אז דאס האט ליידער אן אפעקט אויף אונז אידן אויך...

דריידל » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:44 pm

· #229890
איך האב שוין דיסקאסירט מיט אפאר מענטשן איבער די מעלות פון וויליאמסבורג. צום סוף איז די בעסטע וואס זיי האבן געקענט זאגן געווען, אז אין וויליאמסבורג שעמט מען זיך צו טון עבירות ווייל די שכן/חבר וועט עס מפרסם זיין

אויך מיר א מעלה

געפילטע פיש » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 3:34 pm

· #229906
[ציטאט אראפגענומען]

האסט געטראכט פון איר בעטן זי זאל זיך רוקן? עקסקיוז מי? אדער דו ווילסט זי זאל זיך אליינס רוקן ווען ס'פאסט דיר ניטאמאל צו פרעגן שיינערהייט?

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 5:17 pm

· #229934
פרעגן שיינערהייט???!!! אין וויליאמסבורג (און היינטיגע צייטן אין די טרייפענע בארא פארק אויך.) פרעיגט מען נישט שיינערהייט אפילו ווען מ'וויל אז א מאן זאל זיך ריקן! מ'זעצט אריין אין יענעם. דאמאלס פארשטייט ער אז מ'האט געוואלט ער זאל זיך רוקן!...!

נ.ב.: מיט א סאך יארן צוריק איז געוועין ביי די וויליאמסבורגער אידן (אפשר אין "דער איד"? אזא מין אויסדרוק: "דער זאטער בארא פארקער בעל הבית".
האביך פונקט נעכטן געקוקט אביסל די פיקטשערס פון כ"ק אדמו"ר מדאבשינא שליט"א וחבריו. ס'זעהט מיר נישט אויס אז אין וויליאמסבורג יצ"ו הונגערט מען, ח"ו. אדרבה. די אידן (און אידענעס) תושבי וויליפעסט קענען גאנץ רואיג נוצן א ביסל דייעט און עקסערסייז. דער עולם דערמאנט מיך פון אן אנגעיורן טייג פאר חלות נאכדעם ווי ס'קומט ארויס פונ'ם "באש" מיקסער/קנעיטער... 🙄

ארבעס » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 12:08 am

· #230014
חכם מחוכם
העי העי, איך וואוין אין וויליאמסבורג 18, יאהר, איך ווייס איין זאך, ווען איך גיי אויף בארא פארק, אדער אויף מאנסי, קען איך נישט פארנעמען די מאדערנע פרויען, וואס זעהען נאך אויס אזויווי די גויטעס אין וויליאמסבורג, ליידער, אבער יונגערמאן, פארוואזשע זעהסטו די זאכן?, פארוואס קען איך וואוינען אין דא אזוי לאנג, און איך זעה נישט גארנישט?, מיך האט מען אויסגעלערנט אז אויף א גוי קוקט מען נישט!



אז די האלסט פין חומרא על גב חומרא ווי למשל א בירקע, האסט נישט קיין רעכט צי רופען א בת ישראל וואס גייט אנגעטוהן על פי הלכה א גויטע.........

העלא » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 6:23 am

· #230034
איך בין נישט אויפגעוואקסן אין ווילי און נישט אין מאנסי,
און ביי מיר איז ביידע געווען שאקינג,
סא איך קען ענדערש זאגן מיין מיינונג,
ווילי איז פונקט ווי אלע שטעיט אינדערהיים,
די גוים פירן זיך אויף ווי גוים, און די אידן ווי אידן,

אין מאנסי, קען מען ליידער זעהן אסאך פרויען, וואס זייערער עלטערן האבן געהאט מסירות נפש אויף חומרות אין צניעות (נישט הלכה נאר חומרות), און זיי גייען בגילוי סאך פלעצער אין גוף אדער שער, וואס איז קעגן די הלכה לכל הדעות,
עס איז נישט דא קיין איין איינציגע פוסק וואס איז מתיר צו גיין אהן שטרימפ, און אז אפילו איין האר זאל זיין אויפגעדעקט, אדער צו גיין מיט קורצע ערמעל, אדער אויסגעשניטענע האלז אז מ'זאל זעהן א חלק פון די גוף,
אין ווילי זעהט מען דאס נישט ביי קיין שומרי שבת און אין מאנסי יא,

סא אין ווילי איז סאך גרינגער צו מחנך זיין קינדער,

לגבי זיין א איד, ווענד זיך די שטארקייט וואס מ'האו, יעדער איז אויסגעשטעלט צו נסיונות אין לעבן איינער מער און איינער ווייניגער,
עס איז נישט קיין קונץ צו זיין ערליך אין די אייגענע ד' אמות,

זיין ערליך מיינט, יך דרייעהן אין די גאס ווען מ'מוז (ארבעט, וועג צום בית מדרש, ווען מ'פארט פון טאיין שטאט צו צווייטן)און זיך נישט אריין לייגן אין קיין נסיונות,
די ראיות וואס דו זעהסט אהן קוקן, איז נישט קיין עבירה, די עבירה איז אויב טראכסט עס איבער

דריידל » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:10 am

· #230035
העלא

עס איז נישט דא קיין איין איינציגע פוסק וואס איז מתיר צו גיין אהן שטרימפ,


די משנה ברורה איז מתיר. קען זיין ער איז טאקע נישט אזא פוסק ווי ר' ישראל חיים מנשה אדער ר' געציל, אבער מ'קען נישט זאגן אז ס'איז נישטא קיין איין פוסק וואס איז מתיר

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 12:32 pm

· #230078
דריידל
העלא

עס איז נישט דא קיין איין איינציגע פוסק וואס איז מתיר צו גיין אהן שטרימפ,


די משנה ברורה איז מתיר. קען זיין ער איז טאקע נישט אזא פוסק ווי ר' ישראל חיים מנשה אדער ר' געציל, אבער מ'קען נישט זאגן אז ס'איז נישטא קיין איין פוסק וואס איז מתיר

דריידל: ייש"כ.: שפתיים ישק משיב דברים נכונים. און נאך א פסוק וואס (דער אויסגעפליקטער בריאה) "הרב" ישראל מ. סופר, המכונה מנשה פליפ-פלאפ. (אמאל ווערט דער כינוי א שם העצם.) באנוצט זיך דערמיט זייער א סאך: "כמים קרים על נפש עייפה".
אויפ'ן פארגלייך צווישן משנה ברורה און די קוגל עסערס פון ראדני און גארפיעלד...!

Kool man » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 12:57 pm

· #230089
Can someone please give me the mareh mukoim in Mishna Berira? I'd really like to see the heter inside.
😎

דריידל » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 2:46 pm

· #230133
ערגעץ אין הלכות קריאת שמע ווי ס'שטייט די הלכות פון דאווענען נגד ערוה.

אויב איך געדענק גוט, איז די מקור א פרי מגדים וואס שרייבט אז שוק באשה ערוה מיינט נאר די אויבערשטע האלב פיס. די אוסרים זאגן אז די פמ"ג האט זיך טועה געווען ווייל נאר ביי א בהמה מיינט "שוק" די אויבערשטע העלפט אבער ביי א מענטש ווערט די אינטערשטע העלפט אויך אנגערופן "שוק". אפאר יאר צוריק האט זיך געטון א טומל ווען ס'איז נתגלה געווארן א כת"י פון פמ"ג ווי ער זאל האבן צוריקגעצויגן צוליב דעם טעות.

ראש הישיבה » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 5:31 pm

· #230153
די תירוץ איז אן מען קען זיין אן ערליכע איד ווי מען וויל. מען קען זיין אן עבריין ווי מען וויל. בפרט אין די היינטיגע טעכנעלאגיע עפאכע, וואס אלעס איז א אוועק פון אונז מיט א קוועטש מיט די פינגער פון א קנעפל (כלשונם של המעוררים) איז זיכער נישט קיין גרויסער חילוק פון וויליאמסבורג און דיין הייליגע שטעטעלע (היינט א שטאט) מאנסי.

וואס יא? דיין נקודה איז גערעכט אז ווילי איז ערגער ווי עני היימישע געגנד וואס איך קען. אה"נ ווען מען גייט לגבי היימישע איז יש אומרים אז ווילי גייט מען מער צניעות (פארוואס נאר יש אומרים? ווייל צניעות איז נישט אלע מאל לגבי די קאוד, עס איז אויך לגבי די איידלקייט פון די פרוי און די מענטשליכקייט, וואס לגבי דעם זענען די וויליאמסבורגער ערגער ווי עני אנדערע היימישע פרוי אינקלודינג פלעטבושער אדער קווינס). אבער וואס מען זעט זיך אהן אין די היימישע גאסן אין ווילי זעט מען נישט אין ערגעץ!

איך בין געגאנגן מנחם אבל זיין אין די פראדזשעקטס פאר א פאהר יאר צוויי מאל. איין מאל ווען די מאן איז נפטר געווארן אין די צווייטע מאל ווען די פרוי איז נפטר געווארן.
1. די ערשטע מאל איז געווען אין די לאבי וואס א שחור ושחורה האבן געמאכט א חו"נ בכל הכוחות.
2. די צווייטע מאל איז געווען אז איך האב געווארט ביי די עלעוועטער ווען די טיר האט זיך געעפנט איז ארויס געקומען א היימיש מיידל פון בערך 12-13 בבכיות נוראות, אונטער איר זענען געווען צוויי גרויס געבויטע שחורים מיט א שמייכן אויפן פנים. וואס דארט איז פארגעקומען ווייס איך נישט. די מיידל האט געזאגט אז גארנישט איז געשען און זי איז אנטלאפן. די שחורים האבן אפגעיאפיצט פון דארט.

דאס געשעט נישט אין קיין שום גרויסע היימישע געגנט (אפשר קרוין הייטס).

עס איז דא א מעשה געשעהן מיט מונקאטשער אינגערמאן אין וויליאמסבארג. איך מיין אז אין ערגעץ איז אזא מעשה נישט געשען.

בקיצור, מען קען זיין א איד איבעראל. אבער איך ווייס נישט פארוואס די וויליאמסבורגער זענען אזוי עדיקטעד צו דעם עקלהאפטיגן געגענד. בארא פארק איז א נארמאלער פלאץ עס געשעט נישט אפילו נאנט צו דיע מעשיות וואס איך האב דא דערציילט

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 7:26 pm

· #230180
וועלכע מעשה?

קאסטנער » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 7:51 pm

· #230190
דאס אז די מיידלעך גייען פינף אין א רייע אין ריקן זיך נישט פאר קיינעם
פארשטיי איך נישט די טענעהריי צי די מיידלעך האבן בושה צי נישט
וואס גייט דא פאר פין אביסל מענטשליכקייט טאר מען שוין אויך נישט רעדן?

יעדע נארמאלע גוי וואס שפאצירט מיט א גרעסערע גרופע וואלט זיך געריקט צי די זייט פאר א צווייטן
אין אזא וואס נישט איז ער פין די נידריגע סארט
עס איז אין איין ווארט :מידות
וואס פין דעם פארמאגן מיר זייער א קליינע מאס מענער אין פרויען יונג אין אלט ציגלייך

עס האט נישט מיט קיין אויפגעקלערטע ווייבלעך ווייל די מיידלעך פירן זיך אויף די זעלבע אין מיט א שמוץ אריבער
אויב אויפגעקלערט מיינט ווייניגער מידות..אוי א בראך

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 10:41 pm

· #230260
Kool man
Can someone please give me the mareh mukoim in Mishna Berira? I'd really like to see the heter inside.
😎

But you will still need a translation to Yiddish, or Hungarian...!

חכם עתיק » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 11:35 am

· #231658
זייער א גוטע פראגע...

איך טראכט טאקע אייביג וויאזוי מיר וואלטן אויסגעזעהן אין אנדערע געגענט. דא איז זיכער א וויליאמסבורגע וואס זעהט מאדערנע בארא פארקע אדער מאנסיע ווערט ער היפש צעווילדעוועט, אויפן איידעלען לשון. און די זעלבע א אמעריקאנע בחור וואס פארט קיין ארץ ישראל און זעהט גויטעס וואס רעדען העברעאיש קען עס איהם אראפברענגען.. מה שאין כן די וואס זענען אויפגעוואקסן מיט די נסיונות ווערן נישט אזוי נתפעל.

באמת איז דאך א אלטע וויכיח צו מען זאל זיין ווי די מאדערנע, אביסל באגריסן פרויען, און נישט אזוי נתפעל ווערן דערפון. אזוי ווי אין אלע פראפעשענעל סעטינגס ווי אין ביזנעס וכדומה. טענה'ן אבער די וויליאמסבורגע אז דאס איז אסור בתכלית האיסור, ענדערש אלעס טוהן אונטערן טיש, אנטשולידגט: אונטערן בילד!

בנוגע די פראזעשקטס דאס איז טאקע נאר דארט, די אנדערע וויליאמסבורגע האבן בכלל נישט דאס

יהושיע » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 4:43 pm

· #233114
אבער יונגערמאן, פארוואזשע זעהסטו די זאכן?, פארוואס קען איך וואוינען אין דא אזוי לאנג, און איך זעה נישט גארנישט?, מיך האט מען אויסגעלערנט אז אויף א גוי קוקט מען נישט![/quote]

די סאטמאר רב זי"ע האט זיך אמאל געדרוקט אויף א אינגערמאן וואס האט געזאגט אז זעהט שוין נישט די זוהמה אין מאנהעטן, וויי וויפיל מען דארף האבן געזונדיגט דאס שוין נישט צו זעהן. ודפח"ח
א אינגערמאן וואס איז עמפינדלעך צו שמוץ און ער באמערקט דאס איז א סימון ער איז נאך ריין. א שמוציגער האנטוך וטאס ווישט אפ נאך שמוץ זעהט זיך נישט די פרישע שמוץ אן דעראויף, משא"כ ווען מען ניצט א ריינער האנטוך דערקענט זיך די נייע שמוץ.

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 4:53 pm

· #233116
[ציטאט אראפגענומען]

נעה. מ'ווערט נאך נישט צוליעב דעים א חסיד פון הרב פאלק. א חסיד פון "משנה ברורה" יא...!

יהושיע » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 6:39 pm

· #233347
דריידל
העלא

עס איז נישט דא קיין איין איינציגע פוסק וואס איז מתיר צו גיין אהן שטרימפ,


די משנה ברורה איז מתיר. קען זיין ער איז טאקע נישט אזא פוסק ווי ר' ישראל חיים מנשה אדער ר' געציל, אבער מ'קען נישט זאגן אז ס'איז נישטא קיין איין פוסק וואס איז מתיר

ביי מיר אין אפיס האט געאארבעט א מיידעל יארן לאנג פון מאנסי, די בגדי פרוצות וואס זי פלעיגט זיך באקליידן איז געוון רוח החז... נוחה הימנו, שטרימפ מאן דכר שמי'.
אבער מנחה איז געווען אזוי ווי מיין נעילה, קיינמאל נישט אויס געלאזט א מזוזה אן א ווערעמער הארציגער באגריסונג מיט די האנט, די איי פוין מיט כל צריע וכל זב אויף דעם פארשטייט זיך נישטא קיין פראבלעים אפי' דערמיט, די חוצפה (מיינענדיג די נישט חסידישער צירוק געצויגענקייט) איז געווען למעלה מראש, אבער געבענטשט פון א בענטשערעל א גיטע 7 צו 10 מינוט, עד כדי כך אז איך האב פאר א וויץ געזאגט אז איר בענטשען קאסט מיך בערך 75 צענט, און איר מנחה קאסט מיך בערך 6 דאללער זאל זי מיך חאטשיק אין זינען האבן, מיט די פולסטן תמימות פרעגט זי צירוק how can u have something else in your mind when u daven, נא מה נענה אבתרי'

העלא » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 8:20 pm

· #233367
זי האט לכאורה געטוהן וויזוי זי האט געזעהן אין שטוב,
איר איז לכאורה נישט בייגעפאלן אז פרויען זענען פטור פון מנחה,
און דאווענען ביי די ארבעט איז א עבירה,

און צניעות איז זי מחוייב,
מיט פריצות איז מען אפילו נישט יוצא די דאווענען אדער בענטשן,

אבער פון ווי זאל זי וויסן

טמיר » דינסטאג מאי 23, 2023 12:41 am

· #525754
Re: קען מען דען זיין אן ערליכער יוד אין וויליאמסבורג?
פעסט פארווערד 10 יאר, מיט א פלייץ פון ווייסע פערטל אנגעקליידעטע מענטשן, אני מה נענה אבתריה?
געפעלט מיר די אלע וואס טרומפירן מיט די רבין'ס ווייטע בליק / רוח הקודש

מילך טראק » דינסטאג מאי 23, 2023 10:56 am

· #525773
chosen people
.
ווען איך האב געלערנט אין כולל האט מיך א יונגערמאן פארציילט בשם איינע פון די גרויסע סאטמערע דיינים (איך האב שוין פארגעסן וועלכע) אז זיין חבר האט געדארפט זיך אריבערציען א דירה און האט געהאט אן אויסוואל פון צוויי דירות, איינס אין די גוי'שע פראדזשעקס אין איינס אין א גרויסע יודישע בנין, וועלכע זאל ער נעמען, האט איהם דער דיין גענטפערט, בעסער אין א גוי'שע, ווייל אין א יודישע בנין אויב מען האט א שלעכטע שכן קען מען זיך אפלערנען, משא"כ פון א גוי'שע שכן לערנט מען זיך נישט אפ, ודפח"ח..
צו די מעשה איז אמת ווייס איך נישט, אבער איין זאך ווייס איך זיכער, אז א 27 יעריגע יונגערמאן האט מיך עס איבער דערציילט מיט א תמימות און ער גלייבט דערין, און דאס איז א נארמאלע השקפה אין וויליאמסבורג..
איך האלט ווי דעים דיין, די שווארצע אויסגעלאסענע גויטע אין די פראדשעקס מאכט מיר נישט קיין נסיונות, אבער אריינבאמפען אין א שיינע אידישע שכנ'טע יא.

מילך טראק » דינסטאג מאי 23, 2023 11:01 am

· #525774
קלאר
אין מאנסי אדער ק''י וועט א פרוי ארויפטאנצען א בארג שניי ווען א מאן קומט
(דארט זענען שמאלע גאסען, אין ווען ס'דא א שניי זענען ביידע זיידן פונעם סיידוואק אנגעלייגט מיט הויכע בערג שניי אין די קעגן קומענדיגע האבען נישט ווי צו גיין)
וואס עפעס דארף די פרוי ארויפטאנצן אויף די שניי, אפשר טאנץ דו ארויף?
אגב, שוין יארן וואס איך רוק מיך קיינמאל נישט ווען איך גיי דורך א פרוי, איך זוך יא אריינצובאמפען, ביז דערווייל 'איז מיר שוין 'כמעט' געלונגען

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג מאי 23, 2023 12:39 pm

· #525789
מילך טראק
וואס עפעס דארף די פרוי ארויפטאנצן אויף די שניי, אפשר טאנץ דו ארויף?
אגב, שוין יארן וואס איך רוק מיך קיינמאל נישט ווען איך גיי דורך א פרוי, איך זוך יא אריינצובאמפען, ביז דערווייל 'איז מיר שוין 'כמעט' געלונגען
כ'האב נארוואס געענדיגט דורכליינען דעם גאנצן אשכול פון אנפאנג ביז אהער, כ'האב געזען אלע צדדים לכאן ולכאן און כ'האב נישט געקענט קלאר מחליט זיין ווער ס'גערעכט... ביז כ'האב געזען דיין לעצטע שורה.

מילך טראק » דינסטאג מאי 23, 2023 6:31 pm

· #525825
העלא
איך בין נישט אויפגעוואקסן אין ווילי און נישט אין מאנסי,
און ביי מיר איז ביידע געווען שאקינג,
סא איך קען ענדערש זאגן מיין מיינונג,
ווילי איז פונקט ווי אלע שטעיט אינדערהיים,
די גוים פירן זיך אויף ווי גוים, און די אידן ווי אידן,
שלום עליכם! א גאסט פון קרית יואל