☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אן אתרוג - א שידוך

אן אתרוג - א שידוך

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16599

קל וחומר » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 2:04 pm

· #536879
אן אתרוג - א שידוך
א סאך טינט איז שוין פארגאסן געווארן איבערן הייסע טעמע פון שידוכים ביינונז. וויפול מען וועט נאר צושטימען צו די פונקטן וואס ווערן ארויסגעברענגט בטוטו"ד כל חד לפום סברא דיליה וועט אבער צום סוף די מציאות פון אונזער קולטור איבערוועגן און אפיציעל מאכן סיי וואספארא דראסטישע שינויים זעט זיך נישט אן אויפן האריזאנט.
האב איך געקלערט פון א פשוטע געדאנק וואס הגם עס וועט נישט זיין די ענדגילטיגע ישועה קען עס אבער יא זיין א סארט אתחלתא דגאולה וואס וועט בהמשך פירן צו יענעם דירעקציע.

והנה, מיר זענען עדות צום פענאמענאן אז ביי היימישע בחורים איז זייער זעלטן אז די עלטערן זאלן פרעגן דעם קינד וואספארא סארט מיידל אים געפעלט, די סיבה דערצו איז לאו דוקא סתם שלעכטס לשם פרומקייט נאר עס איז ענדערש א פועל יוצא פון א קולטור וואס האט זיך איבער די יארן אנטוויקלט א גאר שטארקע אפשייד פון רעדן וועגן מיידלעך אדער סיי וואס אין דעם נושא און עס ווערט אריינגעלייגט אינעם טערמין פון 'איידלקייט'.

די חינוך און קולטורישע שטריכן זענען זייער שווער צו טוישן, אבער מיר האבן ב"ה א געוואלדיגע מצווה פון 'ולקחתם לכם פרי עץ הדר' און דורך דעם מצוה קען מען אביסל פארבעסרן דעם פריה ורביה פראצעס.

די געדאנק איז ווי פאלגנד, יעדע טאטע וואס האט א בחור בא בשידוכים זאל גיין מיטן בחור ערב חג הסוכות אויף צו איינקויפן אן אתרוג און דער בחור זאל קלאר מאכן וואספארא אתרוג אים געפעלט:

אן אתרוג מיט א שיינעם גארטל - ער וויל א שיינעם פיגור אקא יפת תואר.

א פילער אתרוג אבער נישט צו פעש - אים געפעלט דאס אין א מיידל אויך.

א שיינע גרויסע פיטום - די דדים זאל נישט זיין צו פלאך - איידל גערעדט.

ברייט פון אונטן - דער בחור גלייכט גרויסע קעיק.

א ריינעם אתרוג וואס איז מכוון צום הארץ - ער זיכט מער פערסאנעליטי, א גרינגע נאטור.

אן אתרוג אן קיין שום פינטל - דע לך ברור אז דעם בחור באדערט א בירט מארק פון סיי וועלכע מאס.

א שיינעם גידול - ער וויל א יפת מראה.

פארשטייט זיך אז די בחורים, וויילענדיג אין ישיבה א גאנץ יאר, וועלן אויפקומען מיט מער שעפערישע געדאנקן און נואנסן אויף וואס דער אתרוג וועט מרמז זיין און אזוי ארום וועט יעדער קענער מסביר זיין דעם טאטע'ן מיט א קלארקייט וואס מען וויל, בשעת וואס מען האלט אן די איידלקייט מסורה אויף הונדערט פראצענט.

שעפטאל » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 2:13 pm

· #536881
נאך אביסל...

וועט זיין א שאנדע צו זאגן: כ'האב געשאקלט א יופי פון א אתרוג.

די פילטער'ס וועלן בלאקירן דעם טמא'נעם ווארט: אתרוג.

מ'וועט אונז אנזאגן נישט צו קוקן אויף דעם אתרוג, ס'קען חלילה גורם זיין צו אתרוג דשעלי.

ק"ש וועט פרעגן ביים זיך רעגעסטרירן "וואס איז די פרוכט וואס דו טראכסט ווען דו זינג'סט: איך וויל ליב האבן א_______"

מ'וועט פרעגן דעם בחור "וואס גלייכסטו מער, א לולב צו אן אתרוג"

מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 2:40 pm

· #536882
און דערנאך טו בשבט זעהן וויאזוי ער… עהעם… עסט דאס?…

איי געס מיט דעם קען מען אויך פארשטיין פארוואס טאמער ס׳איז ניקב וחסר כל שהוא איז עס פסול…

שפילער » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 3:19 pm

· #536883
טאטי איך דארף א ס-עקסי אתרוג 😂

נחבא » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 4:53 pm

· #536888
וואס דער פיטום איז מרמז ווייס איך, אבער וואס איז דער עוקץ?

דיכטער » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 7:41 pm

· #536898
Re: אן אתרוג - א שידוך
איז נאר געבליבן צו זוכן א היתר פאר די רעבישע וואס נעמען פאר יעדן טאג סוכות, א נייע אתרוג (אפשר איז דער חרם דר"ג שוין נישט גילטיג?)...

קהל'ס נער » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 8:00 pm

· #536899
נחבא
וואס דער פיטום איז מרמז ווייס איך, אבער וואס איז דער עוקץ?
אויף די שלא כדרכה…

יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ס׳נעמט אזוי לאנג די נענועים, מען דארף אינזען האבן אלע פעטישעס ווי די עשרת בני המן…

וואלווי » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 8:04 pm

· #536900
כ'טריי אויסגעפינען וואס אפבייסן די פיטום איז מרמז

שמן למאור » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 8:05 pm

· #536901
[ציטאט אראפגענומען]
נעע, און סאטמאר האט מען גענומען פון מאראקאו.

נחבא » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 8:08 pm

· #536902
דיכטער
איז נאר געבליבן צו זוכן א היתר פאר די רעבישע וואס נעמען פאר יעדן טאג סוכות, א נייע אתרוג (אפשר איז דער חרם דר"ג שוין נישט גילטיג?)...
דאס איז דאך א בפירושע גמרא.
רב כי איקלע לדרדשיר [מכריז] ואמר מאן הויא ליומא ורב נחמן כי איקלע לשכנציב [מכריז] ואמר מאן הויא ליומא שאני רבנן דפקיע שמייהו.

(יבמות לז:)

נחבא » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 8:10 pm

· #536903
וואלווי
כ'טריי אויסגעפינען וואס אפבייסן די פיטום איז מרמז
דאס טוט דאך די פרוי, א רמז צו אפשערן די האר.

וואלווי » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 8:11 pm

· #536904
העי. מ'קען אפילו מאכן מתנה על מנת להחזיר

אדער שאקלן 72 אתרוגים

שעפטאל » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 8:22 pm

· #536906
א לולב א שידוך
לאור דעם תיקון גדול וואס איז געמאכט געווארן ב@קל וחומר.
עמער ממשיך זיין מיט א מה מצינו פאר דעי וואס געפינען ליבע במצא מין את מינו.

שאלות פונעם פאטער צום בחור'ל.
סאו דו האסט איין לולב אין מיינד? צו דו וואלסט געשאקלט יעדע שיינעם לולב?
דו גלייכסט א דיקע לולב אדער א לאנגע? (ארוך או עב..)
דו ווילסט בעיקר ניצן דעם חבר'ס לולב, צו ער זאל ניצן דיין'ס?
דו ווילסט דוקא מיט די שאלאכטץ, (נישט גע'מל'טע לולב)?

למעשה זאלסטו וויסן מיין קינד: ביי אונז איז די גרויסע עסק געוועהן דוקא די אתרוג!! ס'איז ווייעך!! א פרי קען ברענגן נאך פירות!!

אה! ווילסט א אתרוג אויכעט?
אתרוג הכושי? (טשאקלעד אדער ווינילא)

טאטי כ'דארף א קוישעלע צו שאקלן מיין לולב (א טוי)..

קהל'ס נער » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 8:29 pm

· #536907
מען געט די אתרוג אלץ מתנה על מנת להחזיר לרמז אויף סווינגערס

איך אויך » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 8:47 pm

· #536912
יעצט, וואס גייט די מאמע ווייזן פאר די מיידל? וויאזוי גייט דער 'איידעלקייט' שמועס צוגיין מצד די נשים?

קל וחומר » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 9:26 pm

· #536914
Re: אן אתרוג - א שידוך
קען זיין מהאי טעמא פירט מען זיך טאקע ביי די גרויסע הויפן אז די חסידים שאקלן דעם רבי'נס אתרוג אזוי ווי דער חתן מדריך האט געזאגט פארן חתן אז די רבי האט גבאים כידוע ליודעי חן.

קל וחומר » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 9:38 pm

· #536916
Re: אן אתרוג - א שידוך
איך אויך
יעצט, וואס גייט די מאמע ווייזן פאר די מיידל? וויאזוי גייט דער 'איידעלקייט' שמועס צוגיין מצד די נשים?
א מיידל איז לאו דוקא א פראבלעם אין דעם הינזיכט ווייל זיין זענען נישט חשוד אויף זיכן א געוויסע סארט בחור שלא לשמה.

און אויב וועט מען יא דארפן עפעס מתקן זיין פאר מיידלעך קען מען אפשר מאכן עפעס מיט'ן מצוה פון חלה נעמען און די מיידל זאל זיך ארומשפילן מיט'ן טייגל כאוות נפשה עד כמה שידה מגעת בשפשוף ובמשמוש און מ'וועט עס קענען איבערגעבן פאר די שדכנים כפי הצורך. כולי האי ואולי.

חובב ציון » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 10:14 pm

· #536919
מער א טונקעלע סארט אתרוג וועט מיינען ער גלייכט א שטארקע שיכט מעיקאופ, מער א בלאסע וועט מיינען ער ברויך נישט גארנישט, פינטלעך אויפן פיטום וועט מיינען ער ברויך איי מעיקאופ..

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 10:17 pm

· #536920
Re: אן אתרוג - א שידוך
וואס טוט זיך מיט איינער וואס גלייכט פרעקלעך, אזא איינער איז אויסגעשפילט?
פרעקלס קען זיין קיוט.

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 10:24 pm

· #536921
Re: אן אתרוג - א שידוך
דער עולם רעדט דא כאילו אויב מען זאגט דעם טאטן אז מען וויל א מיידל מיט ליכטיג ברוינע האר, רינדיכיגע פיטשערס, לענדן קלענער ווי א טישו באקס, "א זיס פנים מיט פרעקלס", בליטשקעדיגע אויגן, און א פערסינעלעטי ווי אסתר המלכה. גלייך דערנאך קומט עס אראפ פון הימל מיט דאס רינגל פינגער אויסגעשטרעקט.

(נעמט עס נישט ערענסט. כ'מאך נישט אוועק חלילה די וויכטיגקייט פון זיין אפן.)

קל וחומר » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 10:34 pm

· #536923
Re: אן אתרוג - א שידוך
צוזאמגעדרייט
וואס טוט זיך מיט איינער וואס גלייכט פרעקלעך, אזא איינער איז אויסגעשפילט?
פרעקלס קען זיין קיוט.
פאר דעם איז יתכן די בלוטות אפציע נולד געווארן

קהל'ס נער » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 12:48 am

· #536932
מי אני
און דערנאך טו בשבט זעהן וויאזוי ער… עהעם… עסט דאס?…

איי געס מיט דעם קען מען אויך פארשטיין פארוואס טאמער ס׳איז ניקב וחסר כל שהוא איז עס פסול…
מי אני רעדט שמיציג 😂

קל וחומר » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 2:40 pm

· #536947
Re: אן אתרוג - א שידוך
מי אני
און דערנאך טו בשבט זעהן וויאזוי ער… עהעם… עסט דאס?…

איי געס מיט דעם קען מען אויך פארשטיין פארוואס טאמער ס׳איז ניקב וחסר כל שהוא איז עס פסול…
לויט'ן מ"ד אז די עץ הדעת איז געווען אן אתרוג בוים, איז טאקע דאס געווען די ציווי, ס'איז טאקע נחמד היא למראה כפשוטו וכדרושו, אבער עסן טאר מען דאס נישט.
חוה האט אבער געמיינט אז מ'טאר דאס אויך נישט צורירן, דהיינו אז עס האט נישט קיין השתמשות בכלל, נו אויב אזוי וועט זי בלייבן לעקיש (אתרוג איז דאך מרמז אויף איר). האט זי געגעסן און איז טאקע קלוגער געווארן זי האט געזען אז ס'איז דא טוב ורע און ס'נישט פונקט ווי עס זעט אויס פון אינדרויסן, ממילא ויתבוששו, האט זי זיך געקליידעט צו ווייזן אז די חיצוניות אירע איז נישט די איינציגע כור המבחן.

והוא רחום יכפר וגו'

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 3:32 pm

· #536949
Re: אן אתרוג - א שידוך
דער עולם דא איז פארנומען נאר מיט'ן אתרוג, כ'פארשטיי, דאס שיינט צו כאפן ס'מערסטע פאר'ן אויג, אבער דער עולם פארגעסט דא פון ערבות און הדסים וואס ווייזט לכאורה אויף האר, אבער קען זיין וויבאלד מ'גאלט עס אפ רעדט מען נישט דערפון

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

טמיר » זונטאג אקטאבער 1, 2023 9:17 pm

· #536953
Re: אן אתרוג - א שידוך
האב איך געזען יו"ט אין תורת המנחה (תלמיד הרשב"א), ער איז מרמז די מענטש אין די ד' מינים אנדערש ווי געוואוינט. און די אתרוג לויט עם איז מרמז אויף די פרוי. האמיר שוין א מקור פאר דער פותח האשכול.

נאר א וואנדער אז @מי אני האט עס נישט צוגעברענגט...

סקעפטיקער » זונטאג אקטאבער 1, 2023 11:43 pm

· #536956
די נושא פונעם אשכול צו קענען רעדן מער אפן האט שוין עושה פירות געווען, והא ראי' עס ליגט נאכנישט מאחורי

חדשים » דינסטאג אקטאבער 3, 2023 5:06 pm

· #537020
טמיר
האב איך געזען יו"ט אין תורת המנחה (תלמיד הרשב"א), ער איז מרמז די מענטש אין די ד' מינים אנדערש ווי געוואוינט. און די אתרוג לויט עם איז מרמז אויף די פרוי. האמיר שוין א מקור פאר דער פותח האשכול.

נאר א וואנדער אז @מי אני האט עס נישט צוגעברענגט...
בעצם שטייט דאס שוין אין זוהר. רבי יהודה פתח, כתיב פרי עץ הדר כפת תמרים. פרי עץ הדר, מאן הוא. דא אתרוג. וכי אתרוג מעץ הדר הוא, והא כמה קוצין אית סחרניה, מכאן ומכאן, ואת אמרת פרי עץ הדר. אלא רזא דמלה, דכתיב ויבן יי' אלהים את הצלע אשר לקח מן האדם לאשה ויביאה אל האדם. וכתיב עצם מעצמי ובשר מבשרי, ודא הוא פרי עץ הדר. מנלן דאדם עץ אקרי. דכתיב כי האדם עץ השדה.

שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך אקטאבער 4, 2023 5:20 am

· #537043
דער גאלדענער אדלער
דער עולם דא איז פארנומען נאר מיט'ן אתרוג, כ'פארשטיי, דאס שיינט צו כאפן ס'מערסטע פאר'ן אויג, אבער דער עולם פארגעסט דא פון ערבות און הדסים וואס ווייזט לכאורה אויף האר, אבער קען זיין וויבאלד מ'גאלט עס אפ רעדט מען נישט דערפון

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
ערבות, שטייט אין די ספרים אז דאס איז מרמז אויף די מויל - דהיינו וואספארא שפראך דאס מיידל זאל האבן, צו א געשליפען צינגל מיט וועמען מען קען גוט דעבאטן - אדער מער א איידעלע שפראך - א מיידל וואס ענטפערט אלעס בהכנעה גדולה...
.מויל איז אויך מרמז אויף "אכלה ומחתה פיה...." ושפתיים ישק והמבין יבין

הדסים איז מרמז אויף די אויגן, א מיידל וואס שמירט זיך די אויגן
אדער אויף א מיידל וואס זי איז א פאזיטיווע וואס קוקט אלעס אהן מיט א גוט אויג!