ווי אזוי גייען די גוים באהאנדלן אונזער שנעלע וואוקס??
33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16576
ווי אזוי גייען די גוים באהאנדלן אונזער שנעלע וואוקס??
איך האב לעצטענס געהערט זייער אן אינטערעסאנט שמועס פון ר׳ משה שפיצער איבער עקספענשינעל גראוס דאס איז ווי גרויס א זאך ווערט ווען מ׳דאפעלט עס און איבער די באקאנטע מעשה פון די שאך שפיל.
ער רעדט דארט ארום ווי שנעל אין גרויס די היימישע עולם וואקסט
איז מיר נולד געווארן א שווערער שאלה און איך וויל וויסן וואס דער עולם זאגט דערצו.
כהיום איז דא אין ניו יארק בערך 250,000 ארטאדאקסישע אידן
און די פאפולאציע וואקסט אויף א ראטע פון 4% א יאר
לויטן חשבון איז א זאך וואס וואקסט מיט 4% א יאר גייט זיך דאפלן יעדע 18 יאר
קומט אויס אז אין יאר 2041 גייט זיין 500,000 היימישע אידן אין ניו יארק
2059 1,000,000
2077 2,000,000
אא״וו
2113 גייט זיין 8,000,000 היימישע אידן!!
דאס הייסט אין א קנאפע הונדערט יאר פון היינט גייט כמעט האלב פון די ניו יארק׳ער באפעלקערונג זיין חסידישע אידן.
און דאס איז נאר ניו יארק אליין, אין ניו דזשערזי איז דא נאך בערך 200,000 איך ווייס נישט וויפיל פון דעם זענען היימישע אידן אבער אין הונדערט יאר ארום גייט דארט אויך זיין מיליאנען אידן.
יעצט אין אמעריקע איז דא בערך דריי הונדערט דרייסיג מיליאן מענטשן
און וואקסט מיט א נישטיגע 0.4% א יאר און ס׳איז פוחת והולך פון יאר צו יאר
און סתם פאר אינטערעסאנטקייט מיט אזא ראטע דאפעלט זיך עס איינמאל אין 138 יאר
דהיינו היימישע אידן גייען זיך דאפלען יעדע 18 יאר און די אמעריקאנע באפעלקערונג יעדע 138 יאר!
בקיצור אן אריינגיין אין אלע חשבונות גייט כלל ישראל אין הונדערט יאר ארום זיין א ריזיגע פראצענט פון די אמעריקאנע באפעלקערונג
משיח גייט אוודאי קומען פארדעם, אבער לשבר את האוזן,
די היימישע עסקנים גייען אינדארסירן פרעזידענט קאנידאטן און זיי גייען האבן א ריזיגע השפעה אויף די נאציאנאלע פאליטיק!
מ׳גייט דארפן האבן אן ערך פון דרייסיג מיליאן כפרות א יאר!
דער בלאט גייט פארקויפן צען מיליאן שטיק א וואך!
זלמן ווידער׳ס אייניקל גייט האבן אכט ניין מיליאן צוהערהער א טאג!
נאך תשליך גייט האלבע אושען זיין באדעקט מיט חלה! 🙂
בקיצור מאכט אליין די חשבונות.
און יעצט קום איך צו צום שאלה, וואס גייען די אמעריקאנע גוים טון?
און גייען זיי זיין גערעכט?
דאס הייסט אז זיי גייען זיך טרעפן מיט א פראבלעם אז די יונייטעד סטעיטס ווערט איבער גענומען דורך אידן
די אידן גייען האבן א מיינונג אויף טריט און שריט אינעם לאנד אין קיינער גייט זיי נישט קענען פייטן
און נישט פארגעסן אז דעמאלטס גייט זיך עס דאפלען יעדע אכצן יאר אבער נישט פון א מיליאן, נאר פון אכט מיליאן!
און זיי גייען איינזעהן אז ביז אפאר יאר גייען די אידן זיין מער ווי האלב פון די באפעלקערונג!
די אידן גייען מחליט זיין ווער ס׳זאל זיין די נעקסטע פרעזידענט
די אידן גייען מחליט זיין צו מ׳זאל בויען א וואנט וכו וכו׳
והעיקר גייט רוב פון די פראגראמען גיין פאר אידן
האלב פוד סטעמפס גייט גיין פאר אידן
דער אכטער
וואוטשערס
מעדיקעיר
און זיי גייען באמת האבן א שווערע פראבלעם מיט דעם און מיט רעכט!
משיח זאל אוודאי קומען פריער אבער איך בין נייגעריג צו הערן וואס דער עולם האלט זיי גייען טון און וואס איז בארעכטיגט זיי זאלן טון.
די אמעריקאנע באפעלקערונג גייט נישט האבן קיין פראבלעם דערמיט, אויב עפעס די נעטיוו עמערקינס, די גוים, גייען האבן אן אישו, נו נו, מען וועט טוהן מיט זיי וואס זיי האבן געטוהן מיו די אינדיאנע נעטיוו עמעריקענס...
פאלם טרי מיט אירע גלילות וועלן זיך אפרייסן פון ניו יארק און גרינדען א נייע סטעיט מיטן נאמען ניו סאטמאר, ס׳וועט זיין א ציווילע קריג צווישן מהר״א און וויזניץ וויליאמסבורג איבער די גלילות.
משה דוד נידרמאן וועט זיין גאווערנער פונעם נייעם סטעיט (איין מינוט ער איז פון די זאלונים דאכט זיך, איי געס אז פאר אזא בכבודיגע פאזיציע וועט ער גרייט זיין צי ווערן אן אהרוני)
אדמו״ר ממהרז״ל (אזוי וועלן זיך די אייניקלעך רופן ווייל ס׳וועט פשוט זיין צי קאמפליצירט זיך צי רופן למשל אדמור מסאטמאר-אלט-וויליאמסבורג-החדש-מהרז״ל-ראדני-45-מאחניווקא) וועט אריבער גיין וואוינען אין גרעיסי מענשן, און פשוטע פרייטאג צינאכטס טישן וועט ער פירן אין מעטלייף סטעדיום, און מען וועט לאכן פון עים אז ער האט נעבעך קוים איין סטעדיום, כא כא כא די זאלונים זענען קאלטע חסידים.
צימערמאן וועט זיין די פאליציי שעריף און ווער ס׳וועט נישט פאלגן די תקנות וועט כאפן אפאר גיטע שייגעץ, און טאמער ס׳העלפט נישט קען ער אראפלאזן א קלינגעדיגע ציוני.
חיימאו וועט זיין קאניע וועסט און ביי א יעדע גרויסע נייעס וואס געשעהט וועט דרעזנער עים ארויף ברענגען אויף נאציאנאלע טעלעוויזיע.
UJO גייט ווערן די סטעיט דיפארטמענט און וועט ווערן א דיפ סטעיט.
וועד הצניעות דקרית יואל וועט ווערן די .FBI
מצילי אש פון מאנסי גייט ווערן א עכטע פייער דיפארטמענט….
מען וועט דורך פירן א געזעץ אז אלע גויים ברויכן לערנען כאטש איין שעה א טאג יודיש, פשוט אז זיי זאלן קענען האבן א דזשאב און זיין נערמאלע מענטשן און אינזער לאנד, און נישט אינז אויססאקען מיטן נעמען פוד סטעמפס….
פארשטייט זיך אז א חלק פון די סטעיט בוזדשעט וועט גיין פאר בית רבינו, און שטייט זיך דעם רבין׳ס פריוואטען פליגער וועט אויסגעהאלטן ווערן דורך די סיקרעט סערוויס.
די וועד האישור גייט ווערן די NSA און מען מער נישט קענען ליגנט זאגן פאר די מוסד לגבי די פילטערס זיי גייען פשוט קענען אריינלאגען אין דיין פאון און זעהן צי די האסט א פילטער.
די קארעקשענס דיפארטמענט (המכונה תפיסה) וועט מען פארמאכן איבערנאכט, איז אזוי מאלעסטערס וועט מען פשוט פריי לאזן, רוצחים וועט מען הרגנ׳ן, און פאר גנבים וועט מען מאכן א טשערידי קאמפיין זיי צי העלפן צוריק באצאלן די גניבה, פארשטייט זיך אז דאס איז נאר געזאגט געווארען אויב זענען זיי משלנו, אבער אויב איז ער א גוי וועט מען עים אנהאקען די ביינער עד זוב דם ועד בכלל.
דאגיס וועלן זיין אומלעגאל.
דראגס וועט אויף פאפיר זיין אומלעגאל אבער און יעדע בעסמעדרעש וועט זיין א לאקער ווי מען קען אריינווארפן אפאר טאלער און ארויס נעמען אביסל גראז און לעבן דעים וועט שטיין גאר א שטרענגע לא תגנוב סיין.
קארן וועט נאר זיין ערלויבט פאר אינגעלייט פון צוויי יאר נאכן חתונה, אפגערעדט אז פרויען אין בחורים טארן נישט דרייווען.
מען וועט שטעלן איינע פון אינזערע עקספיריענס מאלעסטערס אויפן אמט פון מעסטן אלע קינדערס הויזן זיכער מאכן אז ס׳דא פלאץ דארט פארן גאנצן אשכול…
ספידינג טיקעטס וועט זיך ווענדן אויב ביסטו א חבירים מעמבער אדער א העלפער פון די שלאק פון די הויז בחור ביסטו אוטאמאטיש גע׳פארדענט פון אלע מאווינג וויעלעישענס.
אונזערע קאורטס גייען זיין שווער קארופטירט, פינקט ווי אינזערע בתי דינים זעהען יעצט אויס נאר די דיינים גייען באקומען א האלצערנעם האמערל.
די FDR וועט מען טוישן צי לבן הארמי, און די ניוארק עירפארט וועט ווערן די רעבאזכיסע עירפארט.
די שאלה איז צו די אלע נומערן גייען אלע בלייבן אינעם סיסטעם אדער חלילה...
איך וואונדער מיך אויב אונזער סיסטעם וועט בכלל קענען דערהייבן אזא וואוקס
Re: ווי אזוי גייען די גוים באהאנדלן אונזער שנעלע וואוקס??
לייק! אויף דעם אשכול.
קהל'ס נער
מען וועט דורך פירן א געזעץ אז אלע גויים ברויכן לערנען כאטש איין שעה א טאג יודיש, פשוט אז זיי זאלן קענען האבן א דזשאב און זיין נערמאלע מענטשן און אינזער לאנד, און נישט אינז אויססאקען מיטן נעמען פוד סטעמפס.
יעדע קאמפאני וואס מ'וועט קלינגען וועט די רעקארדירונג זאגן: פאר אידיש דרוקט איינס, ענגליש טו, ספאניש טרעס
א. די אידיש (AKA אינגליש) וואס היינטיגע חסידישע אינגעלייט רעדן איז נישט אזוי שווער פאר אן ענגליש רעדנדער זיך אויסצולערנען, איך גלייב אז אין 100 יאר פון היינט וועט עס זיין נישט מער ווי נאך א דיאלעקט פון ענגליש.
ב. חסידים זענען נישט די איינציגסטע קוריאזע גרופע וואס וואקסן ווי אויף הייוון, די אמיש און מארמאנס וואקסן פונקט אזוי אדער נאך שנעלער, סאו קאנטראלירן די פאליטיק וועלן חסידים עניוועיס נישט.
און גאווערנאר ניעדערמאן גייט פארדאנען פרעזידענט טראמפ צום 255'סטן מאל (למספרם). און פרעזידענט אבאמא'ס אור אייניקל וועט פריש אנקלאגן פרעזידענט דאנאלד טראמפ דעם דריטן אז ער האט געזאגט ליגנט אויף די אפליקעישן פאר פוד סטעמפס. ער האט געטענה'ט אז ער מאכט נאר 300מיליאן דאללאר א יאר. און אז ער האט נישט מער פון 5.3 ביליאן דאללער אין זיין סעיווינגס אקאונט. און די איבריגע געלט איז אויף זיין (זיבעטע) ווייב'ס נאמען. די באבע מעלאניע , ע"ה האט דאס איהר איבערגעלאזט בירושה.
דער אור אייניקל פון פרעזידענט ביידען זצ"ל וועט שיקן געווער און מיסילס קיין אוקראינע אז זיי זאלן קענען געווינען די מלחמה אקעגן רוסלאנד. פרעזידענט פוטין, הי"ד וועלכער איז אומגעקומען ווען א באמבע האט אויפגעפלאצט אויף זיין (פארזיכערטן) עראפלאן. וואס דער אור אייניקל פון פרעגאזשין זכותו יגון עלינו האט אונטערגעלייגט אלס נקמה פאר זיין עלטער זיידן. וועט זיין באגראבן אין דעם לענין מעמאריעל אין קרעמלין פון מאסקווע. און מיליאנען וועלן שטראמען צו זיין קבר.
Re: ווי אזוי גייען די גוים באהאנדלן אונזער שנעלע וואוקס??
נייעס העדליינס:
- יואלי לאנדא און לואי שיינער שטייען האלדז צו האלדז פאר די 2138 פרעזידענט פארמעסט.
- מאנטאג וועט חדר זיין סוספענדירט אין געוויסע געגענטער נאכדעם וואס די מלמדים יוניען האט דערקלערט א סטרייק צוליב די נידריגע געהאלט.
- א טשאַרטער פלייט בלויז פאר גויים האט זיך צוריק געדרייט פונעם ראנוועי אינעם "רעבעזיכרוינע'ס" (@קהלס קרעדיט) לופטפעלד.
- הרב אליעזר קעסטענבוים איז מנדב א צוועלעפטע פייערלעשער פליגער צו מצלי אש ד'טעקסעס.
- לאנגזאם פעלדמאן געוואונען גאלדען באזער אויף עי דזי טי.
- רייאטן ברעכן אויס אין פארטאריקא וואו פרויען קומען ארויס פראטעסטירן אנקעגען דעם "פרויען דרייוון פארבאט". צווישן די פראטעסטירער האט זיך ליידער אנגעזעהן עטליכע אזויגערופענע היימישע פרויען [בילדער פארווישט].
- שופט ווארפט ארויס קעיס נאכדעם וואס א סעקולארע פרוי קלאגט שומרים ד'אלאסקע איבער דאס אינפארסירן קורצע ארבל פארבאט ביי איר פריוואטע שווים באסיין.
- מאסיווע חברים און חביבים רעאקציע צו עוואקאירן האוואי צום ערווארטעטע וואולקאן אויפרייס, (אויפן בילד, מאטראצן אויסגעלייגט אין פאפא'נע בית המדרש דסאן דיעגאו)
איך האב געהאט געשריבן א תגובה אויף די אשכול אויף אייוועלט אין נישט לאנג דערנאך איז די גאנצע אשכול פארשווינדן פון דארט, דארט האבן זיי ארומגערעדט אז אין מדינת ישראל מוטשעט מען זיך שוין מיט די פראבלעם אז מ'האט מורא אז די חרדים גייען איבערוואקסן די חילונים און די מדינה גייט אונטערגיין
לכאורה וואס גייט געשעהט דארט איז אז די חרדים גייען וואקסן זייער גרויס, אבער די סיסטעם גייט צופאלן, די חרדים גייען זיך אריינבלענדן אין די לאנד און זיי וועלן אנהייבן גיין אין מיליטער און אין די פאליציי, זיי גייען נעמען געהעריג זשאבס, און זאכן גייען פארן געהעריג, די זעלבע זאך וועט געשעהן דא אין אמעריקא, די אידן וועלן ווערן א חלק פון די אמעריקאנע סיסטעם, און זיי גייען זיך צוביסלעך מער צושטעלן, ווייל זיי גייען שוין נישט זיין אזא קליינע מינאריטי וואס קען זיך ארויסדרייען פון די ראדארן.
בנוגע די אינדארסמענטס אין די וואלן, זעהט מען שוין אז די עסקנים קענען נישט קאנטראלן דעם עולם וועם צו וועלן, ביי לאולער און מעלאוני האט דער עולם געוואוט פאר וועם זיי האבן געוואלט אן פרעגן די עסקנים, ווען די ציבור וועט זיין אזוי גרויס וועט זיין חסידישע אידן אין אלע פארטייען, קאנסערוואטיוון ליבעראלן און פארשטייטצעך קאנספיראציאטארן.
וועגן כפרות וועט מען קענען שלאגן מיט פיש, הצלה וועט מערזשן מיט די אי עם טי סערוויס, העכסטנס וועט מען ערלעדיגן אז ס'זאל זיין אויסצופאסטן מוצאי יום כיפור אין די אמבולאנסן...
און די חלה וואס גייט אנפילן די טייך ביי תשליך איז טאקע א פראבלעם וואס מ'וועט מוזן אויפקומען מיט אן עצה...
אבער לויט די היסטאריע איז געווען יעדע הונדערט יאר צו מער א גרויסע שחיטה אויף אידן וואס האט געמאכט די אידישע פאלק קלענער, סאו קען זיין דאס וועט געשעהן ח"ו.
סקעפטיקעראיך וואונדער מיך אויב אונזער סיסטעם וועט בכלל קענען דערהייבן אזא וואוקס
קלאר אז נישט.
חוץ, אויב די סיסטעם וועט זיך דראסטיש אויסברייטערן.
סוועט שוין זיין א טיילונג ביי דעמאלטס לכאורה פון סמארטפון אויפגעקלערטע און נישט
איך האב אמאל געליינט אין די געפגר'טע ריעדער'ס דיידזשעסט, ימ"ש אז איינער האט געזאגט אז ס'נאך א מזל אז ס'זענען נישט געווען קיין קאמפיוטערס מיט 150 יאר צוריק. ווייל אנישט וואלטן זיי פאראויסגעזאגט א סטאטיסטיק אז ביז הונדערט יאר וועללן זיין אזויפיהל פערד אז זייער אפפאל וועט באדעקן אלע גאסן.
תרמבאבער לויט די היסטאריע איז געווען יעדע הונדערט צו מער א גרויסע שחיטה אויף אידן וואס האט געמאכט די אידישע פאלק קלענער, סאו קען זיין דאס וועט געשעהן ח"ו.
הגם איך קען נישט זעהן וויאזוי דאס זאל געשעהן, אבער פאר'ן האלאקאוסט האט מען אויך נישט געזעהן וויאזוי ס'קען געשעהן, סאו יו נעווער קנאו. בנוגע דיין היסטארישע סטאטיסטיק, ווי ווייט איך בין באקאנט זענען די שחיטות פון וואס דו רעדסט נאר געוועהן אין אייראפע וואס איז סתם אזוי א בלוט-דורכגעווייקטע קאנטינענט וואו מ'האט זיך הונדערטער יארן ארומגעהארגעט אויף שטותים און נארישקייטן אפילו אן די אידן אלץ פאקטאר, הגם יעדעס מאל זענען די שחיטות געקומען פאר א צווייטע סיבה אבער משום איזה סיבה האבן די אלע סיבות זיך נאר געמאכט אין אייראפע.
לענ"ד וועט חרדיזם (סיסטעמאטישע ארעמקייט און קריים) סייווי צוגיין ווי א זייפן בלאז ערגעצוואו אין די קומענדיגע צוואנציג יאר.
זיי נישט אזוי זיכער מיט אמעריקע: קרוינהייטס יוכיח. אין יארע 1991 למספרם איז געשעהן א טראגישער עקסידענט, ווען א קאר פון די מאטארקאדע פון ליובאוויטשער רבי'ן שליט"א זצ"ל איז אדורכגעפארן אן אינטערסעקשאן, און די לעצטע קאר, געטריבן דורך א חסיד'ישן יונגערמאן, איז אדורכגעפארן "געל" לייט. און אן אנדער אויטא, געטריבן דורך א אפריקאנער אמעריקאנער, האט אנגעהויבן פארן צו פריה (נאך פאר ס'איז געוען גרין פאר איהם), און ער האט אריינגעקראכט אין דעם סטעישן וועגאן פון דעם יונגערמאן, מר. ליפש, און ער האט איהם אריינגעשטויסן אויפ'ן סיידוואק, וואו 2 שווארצע שרצים'לעך האבן זיך געשפילט, און איין קליינער קינד איז אומגעקומען. און די אפריקאנער אמעריקאנער האבן געמאכט א ראיאט. זיי האבן געפלינדערט, געהרג'ט און גערויבט פאר א גאנצע וואך, אלס "נקמה" פון דעם שווארצן קינד, און דער בהמה מעיאר פון ניו יארק האבן זיי צוגעלאזט צו ווילדעווען פאר א גאנצע וואך, ביז דער דאמאלס'דיגער גאווערנאר מאריא קואמא האט געווארנט אז אויב דער בהמה מאכט נישט ארדענונג וועט ער אריינשיקן די נעשאנעל גארד.
די פארשאלטענע מערדערס האבן געהרג'ט 2 מענטשן. איינעם א אידישן בחור, און דעם צווייטן אן איטאליענער גוי וואס האט געהאט א בארד, און זיי האבן געמיינט אז ער איז א איד. ווען מ'האט ארעסטירט דעם מערדער ימ"ש, האבן זיינע שווארצע קאלעגעס אויף די דזשורי איהם באפרייט.
לידיעתך שבת אחים: איך בין א גרויסער און שטארקער ראסיסט אין דיין בוק. נאר מיין אידיש (נישט סאציאליסט ליבעראל) הארץ בלוטיגט אויף די שנאה וואס די שווארצע ווייזן ארויס צו די אידן, וועלכע האבן זיי איביג געהאלפן בעת צר, ווען די ווייסע אמעריקאנער גויים האבן זיי געלינטשט און פארברענט און פשוט גע'הרג'ט. דאס צאלן זיי צוריק פאר די אידן.
.
צקון לחשלענ"ד וועט חרדיזם (סיסטעמאטישע ארעמקייט און קריים) סייווי צוגיין ווי א זייפן בלאז ערגעצוואו אין די קומענדיגע צוואנציג יאר.
די וויכטיגסטע קאמפאונענט פון אינזער סיסטעם איז דאס אז עס איז (רעלאטיוו) קליינע עולם, און מען זעהט טאקע אז היסטאריש ווי גרעסער מען איז געווארען אלץ ברייטער זענען די גרעניצן פונעם סיסטעם געווארען, סטאטיסטיש גייען מיר זיך דאבלען אין די נעקסטע צוואנציג יאר, דאס מיינט אז די פארשריט וואס מען האט געמאכט און די לעצטע צעהן יאר גייט זיך אויך דאבלען, כן יעזור ה׳.
מיין פרעדיקשען איז אז אינז גיימער ווייטער בלייבן א סיסטעם אבער א מאדערנער ארטהאדאקס סיסטעם מיטן חסידישן חן, מען וועט בלייבן שטריימל בעקיטשע יודן, מען וועט ווייטער עסן פאר ר׳ שייעלע וכו׳ די חסידישע קולטור וועט בלייבן, אבער די וועלטבליק וועט ווערן מאדערן.
אגב
@צקון לחש די ביסט מגדיר חרדיזם אלץ ארעמקייט און קריים, איך וואלט ענדעשער עס מגדיר געוועהן אלץ כצאן לטבח
די שטריימל בעקיטשע קען זיך האלטן פאר נאך א 200 יאר, די וואכעדיגע לבוש גייט לכאורה אונטערגיין אסאך שנעלער, רבי שייע בן רבי משה מיט די אנדערע חסידישע דמיונות גייען זיך ענדיגן ווען דער עולם גייט פארכאפט ווערן אינעם ניו אייג'/גורוס/סעלף העלפ קולטור.
פולין האט געהאט 3 און האלב מיליון יודען פארן מלחמה
רוב מאכערס אין האליוואוד זענען אידן
Re: ווי אזוי גייען די גוים באהאנדלן אונזער שנעלע וואוקס??
סקעפטיקעראיך וואונדער מיך אויב אונזער סיסטעם וועט בכלל קענען דערהייבן אזא וואוקס
אוודאי נישט
פרנס החודש סקעפטיקעראיך וואונדער מיך אויב אונזער סיסטעם וועט בכלל קענען דערהייבן אזא וואוקס
אוודאי נישט
פארוואס נישט?
רבותי! ס'קומט גוטע צייטען, ממש ווי פון הימעל ווייס מען גייט רעדען אין שטיבל איז פונטק 2 טעג צרוק ארויס א טיימס ארטיקל וואס זאגט פאר אז די וועלט פאפולאציע האלט אט ביים הויעכפונקט און וועט גאר אין גיכען אנהייבן שרינקן,
די תוצאה פון דעם וועט זיין, צו ווייניג ארבעטס פעיגע צו קענען שפייזען די אזוי געריפענע "בעיבי בומערס". נו, ווערט וועט קומען צו הילף? אה, אט די היילגע נשמות וואס די אידישע מאמעס שטיפן ארויס בלי ליאות, אלס טאפ דאללער שטייצעך. ס'וועט זיין ממש א בחינה פון והי' באחרית הימים ווען די סעקולרע סאסייעטי וועט האלטן ביים צאמברעכן דאן, וינהרו אליך כל (כסף) הגוים. אין אזוי וועט אויך מקיים די נבואות'ער פון @קהל מער און אנדערע.
סוף דבר, ווידמעטס אידילעך ווידמעטס!
צקון לחשלענ"ד וועט חרדיזם (סיסטעמאטישע ארעמקייט און קריים) סייווי צוגיין ווי א זייפן בלאז ערגעצוואו אין די קומענדיגע צוואנציג יאר.
צקון לחש: ווען דו רעדסט פון קריים דאפסטו זאגן אז מ'מיינט "ווהייט קאללער קריים". ווייל סוכ"ס היימישע אידן גייען נאכנישט ארום מיט גאנס און מעסערס און מאגן מענטשן אין די סאבוועיס. אדער מאכן האלדאפס. נאר די אידישע קעפ ווערן אויסגעניצט אויף שווינדל און סקיעמס.
טראללרוב מאכערס אין האליוואוד זענען אידן
שוין נישט היינט...!
מען דארף אויך נעמען אין קאנסידירעישען די אימיגרעישען ראטע. מען קען אייביג אריינברענגען לעגאלע און אומלעגאלע צו סטאביליזירן די מצב.
צקון לחשלענ"ד וועט חרדיזם (סיסטעמאטישע ארעמקייט און קריים) סייווי צוגיין ווי א זייפן בלאז ערגעצוואו אין די קומענדיגע צוואנציג יאר.
אין וואס ביסטי ? די ביסט א פרייער ?
דאס הייסט אין קנאפע הונדערט יאהר, וועלן האלב פון די באפעלקערונג לערנען אין זייער עלטער איבער "עקספענשינעל גראוס" פון עפעס א מגיד מיט א מעשה פון שאך. בשעת די איבעריגע האלב וועלן לערנען אין עלעמענטרי סקול איבער exponential growth צווישן אסאך אנדערע מושגים.
צקון לחשלענ"ד וועט חרדיזם (סיסטעמאטישע ארעמקייט און קריים) סייווי צוגיין ווי א זייפן בלאז ערגעצוואו אין די קומענדיגע צוואנציג יאר.
לשיטתך וואלט סעקיולעריזם געברויכט צו גיין ווי א זייפן בלאז וועגן אזוי פיל ארעמקייט און קריים נישט קיין חינוך אזוי ווי אלע סטאטיסטיקס ווייזן. עס וואלט ווען געדארפט זיין זייער אסאך גרים.
Re: ווי אזוי גייען די גוים באהאנדלן אונזער שנעלע וואוקס??
קורטיס סליווא האט גערעדט פון דעם ווען ער איז געלאפן פאר מעיאר און האט היילייטעד די פוינט אלס די וויכטיגקייט פון זיך צאמנעמען קעגן די בלאק וואוט. די פראבלעם אין ברוקלין איז אז דו האסט אזא שמעלץ טאפ פון מענטשן פון אלע דעמעגראפיקס, נאצינאליטעיטן, שפראכן, און שטעט אז די קיבוץ גלות איז גרויס.
איין זאך וואס מ'קען זיכער פרידיקטן אויף די לאקל לעוועל, אז די באבל גייט פלאצן אסאך פאר דעם; דירות קריזיס, ישיבה קריזיס, שידוכים קריזיס, רבניש'ע אטאקראטיע קריזיס ועוד. נישט מעגליך אז די סטאטוס קווא גייט אהאלטן צו סאך לענגער, איך בין גרייט צו וועטן א חמור צוויי דערויף...
אבער אז מ'וויל יא פארזאגן עתידות דארף מען האבן די גאנצע פיקטשער פאר מ'ווערט אזוי עקסייטעד וועגן א חלה אויסגיס אויפן האדסאן ריווער.
לאמיר נישט פארגעסן אז די אטעאיסטישע און אומאפילאירטע שטרעמונגען זענען אויך גרויסע מינאריטיס וואס וואקסן אין די זעלבע צייט מיט א שנעלקייט, יעצט אין די צייט וואס מיר גרייטן זיך איבערצונעמען די לאנד (האסט נישט געקריגן די מעמאו? מיר פירן עס שוין לאנג...) לאמיר נישט פארגעסן אז די דיקליין פון רעליגיע טרענד אראפ אנטקעגנזייטיג פון אונזער טרענד. יעצט לאמיר אויך נישט פארגעסן, אז אזוי ווי אונז האב מיר אויסווארפן מיט סמארטפאונס האבן די קריסטן אויך און נישט אומזינסט וואקסן די ליבעראלע קריסטן אויף הייוון. למשל לויט א שנעלע קוויטל צו מיין מורה דרך הבעל עי.איי. גיט ער מיר איבער אזוי:
the religious left is growing. The pandemic has
made people more open to spirituality in general.
Politico
Liberal Christianity, also known as Liberal Theology and Christian Modernism, interprets Christian teaching by taking into consideration modern knowledge, science, and ethics.
The percentage of people belonging to some form of Christianity decreased from 52.2% in the 2016 Census to 43.9% in the 2021 Census. The Pew Charitable Trusts projects that Christians will shrink from 64% of Americans of all ages in 2020 to between 54% and 35% by 2070.
אטעאיסטן שטייען יעצט ביי 30%
דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, מענטשן וואס זענען אזוי ווי מיר און דיר אויפן פרינדזש, וואס דארט איז די סליפערי סלאופ גליטשיגער, זענען מער אומשטאנד צומאכן א סוויטש און נעם א געס אין וועלכע וועג... סא אויב פארט עס אויף בערך דעם פעיס פאר די נעקסטע פופציג יאר, גייען די צוויי פאלס טרעידן פלעצער. אזוי ווי ס'איז אין למשל ענגלאנד אדער סקאנדינעוויע. פרייע וואס זענען יעצט די מינאריטי גייט ווערן מעדזשאריטי און די ווידעראום די אלטע פארשטארבענע זיידעס גייען ווערן שארית הפליטה פון מלחמה איבערלעבער וואס וועלן זוכן א מנין...
אבער די בעסטע לאמיר לאזן פאר די לעצטע, כאמאס גייט נאך לכאורה אנגיין שטארק ווייל איסלאם איז קעטישנג אפ מיט קריסטנטום, ווער דא איז זיך גרייט צו פארמעסטן מיט זייערע פערצן ווייבער און און דריי און צוואנציג קינדער
In 2023, there are approximately 1.9 billion Muslims globally. The number of Muslims is expected to increase rapidly in the coming decades, growing from about 1.6 billion in 2010 to nearly 2.8 billion in 2050. Muslims are expected to grow twice as fast as the overall global population.
The young median age and high fertility rate of Muslims relative to other religious groups are significant factors behind Islam's population growth.
By 2050, the number of Muslims around the world will nearly equal the number of Christians. If current trends continue, Muslims will make up 26.4% of the world's total projected population of 8.3 billion in 2030, up from 23.4% of the estimated 2010 world population of 6.9 billion