☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אינטערעסאנטע קליפס פונעם ליובאוויטשער רבי ז"ל

אינטערעסאנטע קליפס פונעם ליובאוויטשער רבי ז"ל

137 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1657
בלאט: 1 2 3

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:22 pm

· #40142
אינטערעסאנטע קליפס פונעם ליובאוויטשער רבי ז"ל
איך וועל פראבירן - עד כמה שידי מגעת, און וויפיהל עס איז אוועיליבעל אויפ'ן נעט - ארויפצולייגן דא קליפס פונעם ליובאוויטשער רבי ז"ל שיש בהם משום חידוש צו אין תוכן אדער אין חיות וכו', וכל המוסיף משובח.

-----------

דער רבי מיט א משומד ביי דאלאר'ן.

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:43 pm

· #40154
דער רבי גיבט א שטיקל קעיק פאר א אינגל וואס איז איינגעשלאפן נעבן איהם ביי א פארברענגן.

we will » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 6:06 pm

· #40170
The boy dnot know what is going on

Shmilly » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 7:55 pm

· #40207
טויש די קעפעל צו מראות קודש

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 10:24 pm

· #40249
איך גלייב אז סתם מראות קודש איז נישט צו אינטערעסאנט פאר'ן ברייט'ן ציבור.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 10:40 pm

· #40252
ישר כח "ונבנתה" איך האב געזען דיין ערשטן לינק שוין א צייט צוריק, איך בין צודרייט געווארן פון זיין פקחות נעמענדיג דעם ביכל כדי א צווייטער זאל עס נישט באקומען... איך האב אויך גזען עפעס אן איטערעסאנטער קליפ ווי איינער זאגט אים אז ער פארט אויף אומאן ר"ה און ער האט אים געענטפערט עפעס אינטערעסאנט. כעל עס פרובירן צו טרעפן.

ידען » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 10:58 pm

· #40257
די ערשטע קליפ זעהט אויס אז ער האט איהם אביסעל משכנע געווען אז ער איז זייער זייער קראנק מיט א טיעפע קרענק.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:17 pm

· #40265
איך האב עס געטראפן! און נאכאמאל הנאה געהאט!

א איד ביים נעמען דעם דאלאר פון רבי'ן (אין די אשכול איז עס א אויסנאם. ווען איך שרייב דעם "רבי'ן" מיינט עס נישט
הגה"ק בעל ויואל משה מ'סאטמאר זי"ע, מיר רעדן פונעם ליובאוויטשן רבי'ן זצ"ל)

יענער לוקח זאגט פאר'ן רבי'ן אז ער פירט אן די ברסלבע מוסדות אין ישראל, און ער באקומט דערפאר נאך א דאלאר. נאכער
זאגט ער אז ער פארט ר"ה אין אומאן, (ס'זעהט מיר אויס ווי ער וויל א דריטן דאלאר...) דער רבי פארשטייט נישט פונקטליך וואס ער זאגט.
ער זאגט איבער אז ער פארט אויף אומאן. זאגט אים דער רבי ער זאל האבן הצלחה און אז משיח זאל קומען פאר דעם וועט ער זיך איינשפארן
די הוצאות... און יענער מאכט עפעס אזוי מיט די הענט (איך האב עס נישט דייקא באמערקט) ווי איינער זאגט: מאך דיר נישט נאריש... צו וואס דער רבי געט זיך אזא ברום אונטער: "וואס מאכסטע מיט די האנט אזוי?"... איך האב עס איבערגעקוקט 20 מאל נאר פאר די פאר ווערטער... און די TUNE וויאזוי ער זאגט עס, צוקער!
!!SO CUTE AND INFORMAL

ונבנתה העיר » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:07 am

· #40282
זיך מתווכח מיט א ליטוואק ווען יענער קומט פרעגן וואס מען קען ענטפערן די 'בנעי טעירע' פארוואס אין ליובאוויטש שלאפט מען נישט אין די סוכה.

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:44 am

· #40290
מתווכח? דער איד שטייט דארט באמאכט, איינגעמיירעט פארנט פון זיין ווייב און טאכטער, און ער באוואשט עם בעקיפין פון קאפ ביז פוס.
א רחמנות.

ונבנתה העיר » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:51 am

· #40292
געפילטע פיש
מתווכח? דער איד שטייט דארט באמאכט, איינגעמיירעט פארנט פון זיין ווייב און טאכטער, און ער באוואשט עם בעקיפין פון קאפ ביז פוס.
א רחמנות.

נעקסט טיים זאל ער זיך צובייגן צום רבי'ן ווען דער רבי הערט נישט וואס ער זאגט, זאגן אז ער וויל וויסן - נישט 'וואס קען מען ענטפערן פאר די בנעי טעירע', און ווען ער זאגט אז 'ער' איז געפארן מיט ר' חיים מעג ער זאגן ווי אזוי ר' חיים האט געהייסן אויפן משפחה נאמען...

ליטוואק וואס ער איז...

ונבנתה העיר » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:53 am

· #40293

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:19 am

· #40295
ונבנתה העיר
און ווען ער זאגט אז 'ער' איז געפארן מיט ר' חיים מעג ער זאגן ווי אזוי ר' חיים האט געהייסן אויפן משפחה נאמען...

ליטוואק וואס ער איז...

אי משום הא, ער מעג זאגן ר' חיים פונקט ווי דער סאטמערער (אדער לובאוויטשער) מעג זאגן דער רבי.

ונבנתה העיר » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:59 pm

· #40776
ביי כוס של ברכה האט דער רבי באמערקט אז א מיידל האט אנגעהויבן צו זינגן, האט דער רבי געהייסן איהר זאגן שיינערהייט אז זי זאל זינגן מיט די ליפן, למעשה האט איהר איינער געהייסן מיטקלאפן מיט די הענט, דער רבי האט חושש געווען אז זי איז נפגע געווארן האט ער אנגעהויבן צו קלאפן צוזאמען מיט איהר.

סמעטענע » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 1:45 am

· #40797
זר זהב
איך האב עס געטראפן! און נאכאמאל הנאה געהאט!

א איד ביים נעמען דעם דאלאר פון רבי'ן (אין די אשכול איז עס א אויסנאם. ווען איך שרייב דעם "רבי'ן" מיינט עס נישט
הגה"ק בעל ויואל משה מ'סאטמאר זי"ע, מיר רעדן פונעם ליובאוויטשן רבי'ן זצ"ל)

יענער לוקח זאגט פאר'ן רבי'ן אז ער פירט אן די ברסלבע מוסדות אין ישראל, און ער באקומט דערפאר נאך א דאלאר. נאכער
זאגט ער אז ער פארט ר"ה אין אומאן, (ס'זעהט מיר אויס ווי ער וויל א דריטן דאלאר...) דער רבי פארשטייט נישט פונקטליך וואס ער זאגט.
ער זאגט איבער אז ער פארט אויף אומאן. זאגט אים דער רבי ער זאל האבן הצלחה און אז משיח זאל קומען פאר דעם וועט ער זיך איינשפארן
די הוצאות... און יענער מאכט עפעס אזוי מיט די הענט (איך האב עס נישט דייקא באמערקט) ווי איינער זאגט: מאך דיר נישט נאריש... צו וואס דער רבי געט זיך אזא ברום אונטער: "וואס מאכסטע מיט די האנט אזוי?"... איך האב עס איבערגעקוקט 20 מאל נאר פאר די פאר ווערטער... און די TUNE וויאזוי ער זאגט עס, צוקער!
!!SO CUTE AND INFORMAL



ס'האט מיר דערמאנט פון דער דאזיגער קליפ
http://www.chabadworld.org/newvideo/video.php?id=1464

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:17 am

· #40800
LOL 😂
HE MAKES ME LOL

ונבנתה העיר » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 5:46 pm

· #41086
הגרי"ד סאלאווייציק [בלשון חיבה: JB] ביי א פארברענגן, זיי האבן זיך געקענט פון בערלין.

ונבנתה העיר » זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 5:15 pm

· #49146
דער רבי וויינט ביים מסביר זיין פארוואס דער ענין הגלות דארף זיין למעלה מהשגה - חוה"מ סוכות תשמ"ד.

דולה ומשקה » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 2:30 pm

· #49677
ונבנתה העיר
הגרי"ד סאלאווייציק [בלשון חיבה: JB] ביי א פארברענגן, זיי האבן זיך געקענט פון בערלין.



כדאי צו באמערקן אז הגרי"ד סאלאווייטשיק האט געזאגט: "כ'האב איהם נאך געקענט פאר מתן תורה..."

ער איז קיינמאהל נישט געוועהן ביים רבי'ן, נאר דער איינע מאהל, און אפילו אויף דער איינע מאהל האט ער געזאגט "האט ער חרטה..."

we will » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:48 pm

· #50418
I like the Rabbi and his answers

ונבנתה העיר » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 12:01 am

· #60158
דאס איז מיין טבע.

טעפל » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:19 am

· #60249
שכוח ונבנתה איך בין זיך ממש מחיה...ברענג נאך.

ונבנתה העיר » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:17 pm

· #60901
אפשר זאלן די רוסישע זינגען א שטורעמ'דיגן ניגון, דערנאך וועט מען טראכטן פון קריאת שמע שעל המטה.

דער רבי הייסט פייפן.

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=epQNOaS49Kc&t=7m30s">http://www.youtube.com/watch?v=epQNOaS49Kc&t=7m30s</a>

outspoken » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:40 pm

· #61078
פון ווי האט ער גענומען די מנהג פון פייפען? בכלל וואס באדייט דאס?

ונבנתה העיר » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 10:37 pm

· #61259
וויפיהל איך ווייס:

א. פשוט להרבות שמחה.

ב. פייפן אויפן גלות.

ג. ע"ש חולין דף ס"ג ע"א: וגמירי דאי יתיב אארעא ושריק אתא משיחא שנאמר אשרקה להם ואקבצם.

ונבנתה העיר » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 2:32 am

· #61306
מתוק מדבש, א רוסישער איד קומט גראד פון פליגער צום רבי'ן [תשמ"ט], ער קוקט אזוי אן דעם רבי'ן ווי א בריאה פון אן אנדערע וועלט.

אלע מילות מיט ר' געטשע מאך איך...

ונבנתה העיר » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 12:26 am

· #61632
דער רבי איז אין די כלים [עז אלוועיס]...

ונבנתה העיר » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 12:46 am

· #62496
איהר וועט זיך מסתם איינהאלטן...

טעפל » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 11:57 am

· #73092
ונבנתה לייג עס ארויף ביטע
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?feature=player_embedded&v=Rd2V36bwOXM">http://www.youtube.com/watch?feature=pl ... d2V36bwOXM</a>
א איד מר עדס בעט א ברכה אויף "שווארצע געשעפטען", און די רבי בעט איהם ער זאל עס נישט טוהן, אויב נישט אויף איינמאל איז בהדרגה, אטו ער פרעגט אויך אויף א שותפות מיט א באנק און די רבי גיבט זיין ברכה.
היינט נאך 26 יאר האט jem געטראפען דעם מר עדס און ער האט טאקע דערציילט אז ער האט אפגעלאזט אלע זיינע שווארצע געשעפטען און געמאכט אלעס לויטען געזעץ, און ער האט טאקע פארדינט כמה וכמה פעמים אזויפיל, און זיינע חברים וואס האבען נישט געוואלט פאלגען דעם רבי'ן זענען געבליבען אהן גארנישט.

ונבנתה העיר » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:31 pm

· #73117

ונבנתה העיר » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 11:22 pm

· #73508
קער א וועלט היינט!

ונבנתה העיר » מאנטאג יאנואר 21, 2013 4:50 am

· #81194

טעפל » מאנטאג יאנואר 21, 2013 10:04 am

· #81213
ונבנתה העיר

שכוח ונבנתה, אפשר ווייסטו ווער די שליחה איז געווען? אפשר גאר איז די רבי ארויס צו יעדע לויה פון א שליח/ה?

ונבנתה העיר » מאנטאג יאנואר 21, 2013 2:40 pm

· #81282
אויפן וידיאו שטייט אז זי האט געהייסן חיה פויזנער.

דער רבי איז קיינמאל נישט ארויס אויף לוויות, בכלל זעהט עס אויס ווי א רבי'שע מעשה, ער איז געשטאנען און געקוקט 25 מינוט שוין נאכדעם וואס די מטה איז אוועקגעפארן.

ונבנתה העיר » דינסטאג פעברואר 12, 2013 4:37 am

· #86260
דער רבי הייסט די קעמרא קרו זאגן לחיים.



לזכות התמים דולה בן מושקה.

ונבנתה העיר » מיטוואך פעברואר 13, 2013 7:13 pm

· #86694
נייעט נייעט ניקאווא.

דולה ומשקה » מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:54 pm

· #86733
דא זעהט מען ווי דער רבי ווייזט אן פאר איינעם ער זאל אנהויבען פייפען, וכידוע אומרו ז"ל "מ'זאל פאפען אויף דער וועלט", איז פארהאן א קליפ ווי מזעהט דער רבי זעלבסט פאפען מיט די פינגער?

ונבנתה העיר » מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:30 pm

· #86789
איך מיין אז ער אליין האט נישט געפיפן.

ונבנתה העיר » פרייטאג פעברואר 22, 2013 3:59 am

· #89830
ווען מען האט צוריק געברענגט די ספרים, נאכ'ן משפט, איז א גרויסער עולם געשטאנען אינדרויסן פון 770, ווען דער רבי איז ארויסגעקומען האבן זיי אנגעהויבן צו זינגן 'דידן נצח', האט דער רבי געמאכט אויף זיי קולי קולות פארוואס זיי שטייען שעות אינדרויסן אנשטאט זיצן און לערנען.

<a class="postlink" href="http://www.chabadinfo.com/index.php?url=article_en&id=20948">http://www.chabadinfo.com/index.php?url ... n&id=20948</a>

זר זהב » מאנטאג מערץ 25, 2013 12:42 am

· #100032
די רבי טיילט מצות

מאראנצןזאפט » זונטאג מערץ 31, 2013 11:41 am

· #100608
jb פלעגט זאגן: וואס דער ליבאוויטשער רבי זאגט אין 6 שעה זאגט הרב הוטנער אין א שעה, און איך זאג עס בכלל נישט!

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 9:31 pm

· #101493
די רבי דאווענט שחריב 1991

ונבנתה העיר » פרייטאג אפריל 5, 2013 12:16 am

· #101562
א שארפע שיחה איבער די וואס קוקן אויפן רבי'ן ביים דאווענען.

זר זהב » דינסטאג מאי 14, 2013 4:37 pm

· #115062
זייער שיין. "מאך זיכער צו דוכנ'ען שבועות", "הער דעם דאקטארס מיינונג"

good news » דינסטאג מאי 14, 2013 5:41 pm

· #115089
Thanks for all the clips , I really enjoyed it

ונבנתה העיר » פרייטאג מאי 17, 2013 3:36 am

· #115199

good news » פרייטאג מאי 17, 2013 1:04 pm

· #115255
I miss Mrs Schneerson so much…

My heart goes out for this woman

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 19, 2013 11:21 pm

· #115886
ונבנתה העיר
הגרי"ד סאלאווייציק [בלשון חיבה: JB] ביי א פארברענגן, זיי האבן זיך געקענט פון בערלין.


דער איד אינדערמיט, ביים זיך געזעגענען איז דער מושיען של ישראל ר' הרשל שכטר ע"ה

אוהב דעת » מיטוואך מאי 29, 2013 3:32 pm

· #119329
<a class="postlink" href="http://privateinvesigations.blogspot.com/2013/05/video-hundreds-receive-kos-shel-brocha.html">http://privateinvesigations.blogspot.co ... rocha.html</a>

זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 5:24 pm

· #123249
בלאט: 1 2 3