☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » אשכול פארשפארט

אשכול פארשפארט

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16565

שעפטאל » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:14 pm

· #536175
אשכול פארשפארט
כ'האב אויפגעפרישט דעם אשכול אנצוהייבן דעם נייעם יאהר מיט שמחה.

אפאר מינוט שפעהטער זעה איך ס'איז געווארן אפגעשפארט.
כ'בין כידוע א וואנערבול נשמה.. כ'פיהל זיך אביסל אפגעפאטשט.

ווער שפארט עס אפ, און פארוואס? כ'וויל וויסן פאר די קומעדיגע מאל וואס צו פאררעכטן.

כ'האב גע'אישי'ט דעם פותח אנפרעגן, ער האט עס נאכנישט געליינט, כנראה ס'האט נישט מיט עם. עמער אנפרעגן ביי די חשובע גבאים. ביטע געבט מיך א קלארקייט.

יישר כחכם

שעפטאל » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 6:40 pm

· #536180
יישר כח פאר די אחראים פארן מסביר זיין ב'אישי בטוב טעם ודעת!!

מר. קלונימוס » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 7:15 pm

· #536182
מעג איך אויך פארשטיין

שעפטאל » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 7:36 pm

· #536186
ביטע הערץ אויף צו פרעגן דא אדער ב'אישי.
ווען ס'וואלט געוועהן פאבליק נאלידש וואלטעך עס געשריבן.

כ'האב געלייגט מיין שאלה ברבים ווייל ק"ש איז נישט קיין חדר ווי מ'מעג נישט פרעגן. ווען כ'ווייס די סיבה וואלטעך געפרעגט פריוואט...
אבער אלס מענטשליך'קייט האבעך מודיע געוועהן בשער בת רבים אז ס'איז ב"ה קלאר, בצדק וביושר.
--

אבער דאך לאמיר צולייגן א ביינדל.. די מעשה הייבט זיך אהן מיט בערך אכט יאהר צוריק ס'געוועהן א מיטינג.. פון קעלנער אליין מיט די גרעסטע פיליסופן. מ'האט דאן אפגעמאכט אז ווען שעפטי וועקט אויף אשכולות גייט מען עס פארשפארן. למעשה האט מען זיך יעצט צוריק געזעצט און אפגעמאכט אז מ'וועט מער נישט פארשפארן.. אקעי ס'איבריגע איז שוין קלאסיפאצירטע דאקומענטן..

צוזאמגעדרייט » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 8:47 pm

· #536200
Re: אשכול פארשפארט
דעם אשכול רוף איך מיטן צונאמען "שעפטאל'ס פּאדקעסט"

טמיר » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 10:36 pm

· #536218
Re: אשכול פארשפארט
כ'האב מיך אויך געוואנדערט אויף דעם. כ'האב שוין געמיינט אז עמעזאן האט יעצט שלעסער אויף סעיל

געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=25&t=15698&start=25

שעפטאל » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 10:48 pm

· #536221
גלייבסט מיר, קיין שום אומרעכט איז נישט באגאנגען געווארן.

ס'האט נישט קיין פאליטיק נישט קיין ווארע.
מ'האט מיך גענטפערט אין אישי פאר א פארשטענדליכע סיבה.

די סיבה איז אזוי נישט אינטרעסאנט און ניטאמאל ווערד די טינט פונעם צינג. (אדער שעם איך זיך פשוט צו זאגן..)

און כדי אויפצוהערן דעי שטותים העל'עך זאפארט פארשפארן דעם אשכול. פארוואס? מן הסתם האט מיך קעלנער גע'אישי'ט, געסטראשעט שעפטי גייט טאנצן פונעם פענסטער.. העכסטענ'ס וועט ענק די הנהלה ענטפערען אין אישי...

בּיי בּיי צום פארשפארט'ן אשכול, און מיט דעם ווערט געשלאסן שעפטי'ס פאדקעסט..

געשריבן לזכות א חברותא פאר אונזער באליבטער טמיר