כף הקלע yatzmachpזאג מיר פונקטליך די רולס פאר טשיקנס עס זאל נישט זיין קיין צער בעלי חיים. זאג מיר אויך די מקור וועלכע טשיקן האט דיר פארציילט וואס עס איז אים בעסער. אויב איז עס א זאך וואס דו שטעלסט זיך סתם אזוי פאר האף איך אז דו וועסט מיר אויך געבן רשות זיך פארצושטעלן מיינע רולס.
דיין כפרה האט דיר פארציילט אז ער האט עס ליב פארקוועטשט אין א קעסטל מיט 20 אנדערע טשיקענס, אין די זון אן א טראפ וואסער, אויף אזעלכע אומשטענדן וואס טויזענטע עופות שטארבן יעדעס יאר?
ס'איז מיר שווער צו גלייבען אז די מיינסט באמת וואס דו זאגסט און דו שרייבסט נישט לקנטר.
מיין כפרה האט מיר פארציילט אז ער האט מח א פיצלס. ער קען נישט טראכטן ער ווייסט נישט וואס ער וויל, ער ווייסט נישט וואס איז גוט פאר אים אדער שלעכט, ער טראכט בכלל נישט ער רעאגירט נאר צום אינסטינקט. וועגן דעם קען ער זיך זיך אויפפירן רשעות'דיג צו זיינע קאלעגן, און קריגט זיך מיט חיות וואס זענען שטערקער פון אים און גייען אים פארציקן. מיין כפרה טוט זאכן וואס זענען שעדליך פאר אים ווען נישט די גוטע מענטשן וואס מכלומרשט עביוזן אים און עסן אים אויף וואלט ער שוין לאנג געשטארבן און פון זיין מין וואלט נישט געבליבן קיין זכר.
מיין תורה האט מיך געלערנט אז מען טאר נישט מצער זיין קיין בעלי חיים ווען מען האט קיין שום סיבה און מען טאר נישט צוברעכן קיין כלים אן קיין סיבה און מען טאר נישט שאדן מאכן קיין צומח אן קיין שום סיבה און אז איך טאר מיך אליין נישט שעדיגן אן קיין שום סיבה ווייל די תורה וויל אז דער מענטש זאל זיך נישט פירן ווי די בעלי חיים וואס האבן נישט קיין שכל נאר ווי דער מענטש וואס האט יא שכל. אבער אויב איז דא א סיבה און עס גייט ארויס קומען א תועלת פון דעם וואס מען איז מצער א בעל חי אדער מען צוברעכט א כלי וכו דאן מעג מען עס טוהן.
אוודאי מיינט עס נישט אז מען זאל ברענגען טשיקנס און קיין שום חשבון ווי אזוי צו נעמען קעיר אויף זיי אבער דאס איז ווייל דער מענטש דארף זיך אויפפירן ערליך און נישט ווייל דער טשיקן איז א מענטש אדער האט סיי וועלכע אנושיות.