☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » צדקה בּעקעלעך עריוה"ק ביי מנחה

צדקה בּעקעלעך עריוה"ק ביי מנחה

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16561

הבחור_הזעצער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 12:01 am

· #536128
צדקה בּעקעלעך עריוה"ק ביי מנחה
זינט איך בין א קליין קינד, איז ביי מיר אין מוח איינגעקריצט די סצענע וואס שפילט זיך אפ אין די בתי מדרשים יעדן עריוה"ק ווי זילבערנע בעקעלעך פון אלע סאָרטן און מאָסן זענען אויסגעשפרייט אויף די טישן, מיט מאדנע צעטלעך צוגעקלעבט דערויף מיט פארשידענע צדקה-צוועקן. תמיד האב איך דעם נייגער צו וויסן ווער עס שטייט דערונטער; ווען ווערט דאס אויסגעשפרייט; איז דאס אן אינדיווידואל, אדער מערערע נצרכים; און נאך מער נאגט דער נייגער צו וויסן ווען ווערט דאס צונויפגענומען?

אנאנים » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 12:05 am

· #536129
ווער שטייט דערונטער? יעדער וואס וויל געלט.
ווען לייגט מען עס אויס? פאר דו קומסט אן.
ווען נעמט מען עס צאם? נאך דו גייסט.

כף הקלע » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:45 am

· #536143
ביי אונז אין סמעדריש לייגט ארויס די שאמעס אלע בעקערליך. אלס דייט צו איין קאסע, פאר'ן שול, אבער אויפ'ן בעקעליך איז ארופגעשריבען, תלמוד תורה, קנין ספרים, הכנסת כלה, פדיון שבויים, און צדקה תציל ממוות.
כעין זה איז דא פלעצער ווי אויף די וואנט הענגט א שיינע גרוסע צדקה פישקע מיט 5 אדער 6 פלעצער אריינצולייגען געלט, אבער אינעווייניגאיז איין גרויסע באקס.

טמיר » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 10:01 pm

· #536212
Re: צדקה בּעקעלעך עריוה״ק ביי מנחה
כף הקלע
ביי אונז אין סמעדריש לייגט ארויס די שאמעס אלע בעקערליך. אלס דייט צו איין קאסע, פאר'ן שול, אבער אויפ'ן בעקעליך איז ארופגעשריבען, תלמוד תורה, קנין ספרים, הכנסת כלה, פדיון שבויים, און צדקה תציל ממוות.
כעין זה איז דא פלעצער ווי אויף די וואנט הענגט א שיינע גרוסע צדקה פישקע מיט 5 אדער 6 פלעצער אריינצולייגען געלט, אבער אינעווייניגאיז איין גרויסע באקס.
פשש, א חידוש פון א גנב. באגאנווענען מאסן יודן אין סאמע ערב יו"כ ביפאר כל נדרי. מען דארף האבן ביצים פאר דעם

געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=25&t=15698&start=25

מן הסתם » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:19 pm

· #536290
און ווער לייגט אן די בתי אבלים מיט בעקעלעך?

הבחור_הזעצער » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:34 pm

· #536296
מן הסתם
און ווער לייגט אן די בתי אבלים מיט בעקעלעך?
לכאורה די זעלבע פון עריוה"ק.

שעפטאל » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:36 pm

· #536298
.

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 12:41 am

· #536337
אנאנים
ווער שטייט דערונטער? יעדער וואס וויל געלט.
ווען לייגט מען עס אויס? פאר דו קומסט אן.
ווען נעמט מען עס צאם? נאך דו גייסט.
געענטפערט צום זאך, אן די אלע ליצנות.
צרכי עמך ישראל מרובים. די אלע וואס גייען יעדן טאג אין די שולן נאך געלט, מסתמא זיי לייגן אויס די בעקעלעך.
אז מען פרעגט מיר, איך וואלט ענדערש געקענט באשטיין עס זאל יעדן טאג זיין בעקעלעך אין שול, ווי איידער מען זאל ארומגיין נאך געלט יעדע רגע.
דערפאר וועל איך ענדערש אריינווארפן אפאר פרוטות אין וואנט פושקע, ווייל דארטן קען איך (יא אדער נישט) געבן ווען און וויפיל איך וויל.

שעפטאל » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:16 am

· #536342
יעך בין שוין עקספיריענסט, פאר יעדע צוועק לייגעך א באזינדערע בעקעלע, מיט א הארציגע תחינה, טייערע רחמנים בני רחמניות, יעדער איד האט א גרויסע צדיק.

ראטעוועט א

ציצית קניפער, טבק שמעקער, לולב שלייפער, כפרות אינטער'ווישער. מילה אויסטשעק'ער.
דשאב געווארפן'נער, אין חובות דערטראנקן'ער, פון בריק געטאנצן'נער, אויפ'ן שיף געפאלן'נער, מיט ניסים געראטע'ווער, אין ריהעב געהיילט'ער, פון בושות בעמאכט'ער, פון דיפּרעשן פארשלאפן'ער, פון לעבן פארעקל'טער.

ווארפט'ס אריין אין אלע מיינע פושקעס ביטע
זאלסט עטץ האבן א יאהר א גוטע!

במילים אחרות: אונז זאלן קיינמאל נישט עקספיריענסן דעם חרפת העניות!

מרדכי מרדכי » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 7:46 pm

· #536411
טמיר
כף הקלע
ביי אונז אין סמעדריש לייגט ארויס די שאמעס אלע בעקערליך. אלס דייט צו איין קאסע, פאר'ן שול, אבער אויפ'ן בעקעליך איז ארופגעשריבען, תלמוד תורה, קנין ספרים, הכנסת כלה, פדיון שבויים, און צדקה תציל ממוות.
כעין זה איז דא פלעצער ווי אויף די וואנט הענגט א שיינע גרוסע צדקה פישקע מיט 5 אדער 6 פלעצער אריינצולייגען געלט, אבער אינעווייניגאיז איין גרויסע באקס.
פשש, א חידוש פון א גנב. באגאנווענען מאסן יודן אין סאמע ערב יו"כ ביפאר כל נדרי. מען דארף האבן ביצים פאר דעם

געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=25&t=15698&start=25
ממש אן עבירה הבאה במצווה

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 8:14 pm

· #536414
ווי די גמ' זאגט (ערגעץ, כ'בין זיכער. מס' סוכה?) גדול עבירה לשמה ממצוה שלא לשמה... אז אן עבירה ועלכע ווערט געטון מיט גוטע כונות איז מער חשוב (אין הימל) ווי א מצוה וואס ווערט געטון אן כוונה. אדער מיט פניות.