☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » א טרער אויף דדי גראוכר

א טרער אויף דדי גראוכר

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16557

קהל'ס נער » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 3:01 pm

· #536039
א טרער אויף דדי גראוכר
געבוירען איז ער אלץ עודד דוד גראוכר, ער איז געווארען פאפולער אין די פריע ניינציגער יארן, ער האט געזינגען מיטן חסידישן חן, זיין חידוש איז געוועהן צו אריינברענגען אזא קאנסערט ווייב אז ווען מען הערט זיין ניגון זינגט זיך עס אליין מיט ווייל עס שלעפט אריין אין די ספיריט, אזא גאווה דקדושה פארנעם, איך מיין אז מיט די חלק איז ער די קעניג.
איך האב ספעציעל ליב דעם הוא יגאל אותנו און שים שלום


ער איז אוועק די וואך מאנטאג אין עלטער פון 62 יאר אלט
ת.נ.צ.ב.ה.
📎 IMG_5195.jpeg

אלע צוזאמען » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 5:00 pm

· #536050
אוי איז ער געווען א ראק סטאר, ער האט געהויבן א זאל ווי קיינער אנדערש, זיינע אויפטריטן ביי 'העסק' די זאל האט זיך צושאקלט ווען ער איז ארויף אויפן סטעידזש.
וואס איך ווייס נישט איז, וואס האט ער געהאט מיט 'ביבי' און ר' מייליך בידערמאן?

שאלתיאל » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 5:11 pm

· #536051
ער איז געווען זייער א נאנטער פריינט פון משפחת נתניהו פאר לאנגע יארן. (ער האט קאמפאוזד/געזינגען די ניגון 'לבנימין אמר' פאר ביבי'ס קאמפיין אין '96)

אלע צוזאמען » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 5:13 pm

· #536052
שאלתיאל
ער איז געווען זייער א נאנטער פריינט פון משפחת נתניהו פאר לאנגע יארן. (ער האט קאמפאוזד זיין ניגון 'לבנימין'פאר ביבי'ס קאמפיין אין '96)
וועלכע 'לבנימין'? פון 'אברהם פריד? ער האט עס עטליכע מאל געלייקנט.

הערשער » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 5:34 pm

· #536053
אלע צוזאמען
שאלתיאל
ער איז געווען זייער א נאנטער פריינט פון משפחת נתניהו פאר לאנגע יארן. (ער האט קאמפאוזד זיין ניגון 'לבנימין'פאר ביבי'ס קאמפיין אין '96)
וועלכע 'לבנימין'? פון 'אברהם פריד? ער האט עס עטליכע מאל געלייקנט.
אברהם לייקענט אז מ'האט געמאכט די ניגון פאר ביבי, פאקט איז אז ביבי'ס קאמפיין האט געניצט די ניגון.

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2023 5:58 am

· #538593
Re: א טרער אויף דדי גראוכר
די ניגון לבנימין אמר האט משה לאופר קאמפאזט

שפילער » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2023 10:53 am

· #538600
Re: א טרער אויף דדי גראוכר
די ליטווישע מיכאל...