☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אימפיטשמענט

אימפיטשמענט

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16550

אלע צוזאמען » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 12:08 pm

· #535885
אימפיטשמענט
נעקסטע פרעזידענט, זעלבע שמוץ.

'קאנגרעס ספיקער מעקארטי' האט עטליכע מינוט צוריק אנאנסירט אז ער שטיצט ארטיקלען פון אימפיטשמענט קעגן 'דזשאו ביידען'. וואס גייט יעצט געשעהן איז, אז מ'גייט ארויפברענגען א וואוט אין די 'האוז' צו מ'זאל עפענען אזא פראצעס.

כ'מיין אז ס'נישט שווער צו פאראויסזאגן די ענדע פון די שאו, מ'גייט אים אימפיטשן אינעם נידריגן טשעמבער, און דערנאך ריינוואשן אין סענאט.

דעמאקראטן האבן עס געעפענט ביי 'טראמפ', און יעצט זעצן די 'רעפובליקאנער' פאר מיט די שמוץ, פון 'טראמפ' און ווייטער, גייט יעדע אמעריקאנע פרעזידענט ווערן אימפיטשט.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 12:27 pm

· #535886
עכט האבן עס די רעפאבליקאנער געעפענט קעגן פרעזידענט קלינטאן, און אזוי איז ממשיך די הייליגע מסורה.

אלע צוזאמען » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 2:26 pm

· #535888
קענסטו צוריקגיין צו 'ניקסאן'.

אלע צוזאמען » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 2:44 pm

· #535889
ס'האט גענומען 186 יאר, פון December 16, 1773 באסטאן טיי פארטי, ביז August 21, 1959 ווען 'האוואי' איז געווען די לעצטע טערעטאריע צו ווערן א שטאט צו אויפבויען די מאכטפולסטע לאנד אין די וועלט'ס היסטאריע.
אבער ס'האט גענומען פאר פאליטישענס בלויז עטליכע יאר עס צו חרוב מאכן.