☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וועלכע קרבן איז די מערסטע קיל - וואס וואלט איר מקריב געווען?

וועלכע קרבן איז די מערסטע קיל - וואס וואלט איר מקריב געווען?

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16543

חקרן » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 11:51 pm

· #535614
וועלכע קרבן איז די מערסטע קיל - וואס וואלט איר מקריב געווען?
לערנענדיג יעצט אביסל איבער קרבנות, איז מיר איינגעפאלן צו עפענען אן אשכול דא אויף קאווע שטיבל.

שטעלט אייך פאר, איר זענט יעצט אין די צייטן פון בית-המקדש. מיט וועלכע קרבן וואלט איר זיך געפילט די מערסטע 'קאאל', וואס רעדט פאר אייך?

איך למשל, גיי פאר 'איל נזיר'. ס'איז א קילע קרבן.

וואס איז אייער טרענד?

שמעון וואלף » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 11:58 pm

· #535619
מיר שמעקט עפעס אן אשם שפחה חרופה

כרם זית » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 12:04 am

· #535621
איך האב גראדע געברענגט א פעטן איל און עס אפגעכאפט אויף מיין אייפאון [דער חניוקישער כהן האט געשאסן עטעטוט, אבער דער כהן פון 'היהודים באים' האט אים מסדר געווען]. כ'האב עס ארויפגעלייגט אויף מיין טיקטאק קאנאל אבער נאך דריי שעה האבן זיי עס אראפגענומען אלס ברוטאלקייט צו חיות. ד''ר מיכאל אברהם האט געפאוסט וועגן דעם און שארף געשריבן קעגן די חרדים וועלכע זענען נישט מודה צו הרב קוק'ס שיטה אז נאר מנחות און וועדזיש זענען ערלויבט, איך אבער וועל בלייבן מיט מיין חומש סעודה אידישקייט און ברענגען פלייש פעטע פרישע פארן מזבח.

צוזאמגעדרייט » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 12:12 am

· #535624
Re: וועלכע קרבן איז די מערסטע קיל - וואס וואלט איר מקריב געו
כ'ווייס נישט וועגן קרבנות, איך וואלט זיך געהאלטן צום בעקיאַרד גרילל, דאס איז מיין מסורה. וואס רייצט מיר יא איז די לחם הפנים.

יום טוב ליפמאן צונז » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 12:22 am

· #535630
Re: וועלכע קרבן איז די מערסטע קיל - וואס וואלט איר מקריב געו
איך וואלט זיכער מקריב געווען אפאר פון מיינע משגיחים אין ישיבה

שמן למאור » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 12:56 am

· #535636
די ברסלבע חברה זענען מער אריינגעטון אין קרבן עולה ויורד

די סאטמארע ברענגען א חטאת שמינה

די באבובע זענען מער פאר קרבן סולת

דער גורער ברענגט אשם מצורע

די סטאלינע חסידים האבן ליב קרבן תמיד אבער די רבי האט ליב אשם שפחה חרופה

די סקולענע ברענגען א עולה

די חב"ד'סקער ברענגען אשם מעילות

די בעלזע איז מער פאר קרבן חגיגה

וויזניץ בני ברק און מרכז גייען מער פאר תור ובני יונה

ר' מיילעך בידערמאן גייט פאר קרבן תודה

סאדיגורא ירושלים קאכט זיך אין אשם גזילות

סאדיגורא בני ברק ברענגען א כבש אחד בן שנתו

די צאנזער גייט פאר בכור

די סקווירא איז פר העלם דבר מן הציבור

די סקאליער ווערט משוגע פון שתי הלחם

מענדעלע בן מהר"א ברענגט א פר אחד בן בקר (אהרן מרדכי גייט אויך פאר דעם)

די פאפא'נע גייען גאגא פאר פרה אדומה

ברוך שפינוזה » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 12:59 am

· #535638
איך וואלט געוואלט מקריב זיין א פסול'ע קרבן וואס אם עלה לא ירד.

איך וואלט געוואלט שחט'ן א קרבן און אינזין האבן אז איך גיי עס עסן א וואך שפעטער (ווען ס'שוין פארדארבן...) און עס דערנאך מקריב זיין, ספוילער אלערט, ס'נישט פיגול, עיין בתוספות.

מעלה זיין א חטאת לכיפה און צוקוקן ווי ס'גייט אויס פון הונגער וואלט אויך געוועהן גאנץ געשמאק.

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 1:07 am

· #535642
Re: וועלכע קרבן איז די מערסטע קיל - וואס וואלט איר מקריב געו
שלמים!

די כהנים ווערן גוט קער גענומען חזה ושוק. און ס'איבעריגע פאר די בעלי בתים. אלע פיינע קאטס, אינקלאדעט באט נאט לימיטעד טו (לעגאלע שפראך) טשאק איי (שמעלקע'ס קאט אין אידיש) דעם גאנצן בעק ריבס, די באקן פלייש אריין אין די טשולענט! אוי אבער ס'דאך נאר נאכל לשני ימים ולילה אחד?! שוין, העט מען מוזן מאכן א ליל ששי טשולענט, געסעטעלט. מארעך ביינער, אויך אריין אין די טשולענט, אקס טעילס בלע"ז געווענליך גייט דאס אויך אריין אין די טשולענט. פינף ביינערדיגע און דריי ביינערדיגע פלאנקן, פילעי מיניאן, ריב סטעיק קאו בוי סטייל, גראבע כשר זאלץ, פעפער און ארויף אויפן גריל. לאנדאן ברויל, דעלמאניקאו אדער אויסטער קאט, הא לן והא להו. שוין.. ווער איז אין פאר א שלמים??

די ווארעמע לחם הפנים קוקט אויך נישט אויס צו זיין שלעכט, ס'שיינט צו זיין ראפאגאש ארום און ארום, נישט ווי די אמעריקאנער פאפוטש חלות וואס מ'קען עס קוועטשן ווי א ספאנדזש.

די פערציג לחמי תודה גלוסט זיך מיר גראדע. אבער דאס קומט מיט א פרייז, די הויכע קאלאריעס!

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

קהל'ס נער » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 3:24 am

· #535649
דער גאלדענער אדלער
שלמים!

אינקלאדעט באט נאט לימיטעד טו (לעגאלע שפראך) טשאק איי (שמעלקע'ס קאט אין אידיש) דעם גאנצן בעק ריבס א פרייז,

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
שטעל דיך פאר איצא שייגעץ עסט א טשאק איי/שמעלקא קאט, ס׳וואלט אויסגעזעהן ווי די געשלעג צווישן די אראלים און די מצוקים…….

לפורקנך סברית » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 1:26 pm

· #535691
איך בין וועדזשעטעריען, סאו איך בין גראד געגאנגען פאר די קטורת..אאאההה.....
ווען נישט די חלבנה שטיי איך נאך יעצט ביים פנימי מזבח...

בעל אחריות » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 2:30 pm

· #535697
לייק פאר די גאנצע אשכול... 😂

צפת » זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 3:49 pm

· #535763
מליקה אויף אן עוף, דאס איז די זאך!

מ'טוט עס אזוי פריפעשנל, שנעל, איינס צוויי... ס'איז געלונגען!

ערנסטגערעדט » זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 11:39 pm

· #535794
קרבן פסח איז מיר די מערסטע אינטרעסאנט
איך בין נישט זיכער ווי קיל דער קרבן איז זעלבסט, אבער איך וואלט זיכער געמאכט צו זיין אין איינע פון די קילע חבורות…

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 12:10 am

· #535799
ערנסטגערעדט
קרבן פסח איז מיר די מערסטע אינטרעסאנט
איך בין נישט זיכער ווי קיל דער קרבן איז זעלבסט, אבער איך וואלט זיכער געמאכט צו זיין אין איינע פון די קילע חבורות…
קרבן פסח איז גראדע גאנץ א געשמאקע מצב. א פאמיליע צוזאמענקום, א בארביקיו, ווער רעדט נאך פון די פיינע סאסעס מיט וואס מ'קען אנשמירן דעם קרבן פסח, פיינע פרישע פיטא, כומאס, מיט פיינע פרישע סאלאטן, איבערגעגאסן מיט פיינע ירושלים סטייל רינעדיגע טחינה. אהה זכר למקדש כהלל, כן עשה הלל, היה כורך פסח מצה ומרור ואוכלם ביחד לקיים מה שנאמר.... אזוי ביינאכט, אהנגעלאנט אינטער די פיינע פרישע ירושלים'דיגע פרילינג לופט, דרך חירות, אינעם אייגענעם לאנד אהנע דאגות. הלוואי מי יתן והי בקרוב ממש

וואלווי » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 2:53 am

· #535806
קרבן קינוי וסתירה

טמיר » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:41 am

· #535814
Re: וועלכע קרבן איז די מערסטע קיל - וואס וואלט איר מקריב געו
וואלווי
קרבן קינוי וסתירה
ווילסט פטור ווערן פון דיין ווייב אהן צאלן א כתובה?
כ'מיין אז די כתובה וועט זיין ביליגער ווי 2 2-וועי טיקעטס

וואלווי » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 6:58 pm

· #535845
טמיר
וואלווי
קרבן קינוי וסתירה
ווילסט פטור ווערן פון דיין ווייב אהן צאלן א כתובה?
כ'מיין אז די כתובה וועט זיין ביליגער ווי 2 2-וועי טיקעטס
כתובה איז מען מסדר מיט דין מורדת...

לעצם הקרבן, קוק עס אן ווי די ליד אקטרעס (שלעכט מיידל/יונגעל) אין א ראמאנס טהרילער...

ברוך שפינוזה » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 7:20 pm

· #535847
צוזאמגעדרייט
כ'ווייס נישט וועגן קרבנות, איך וואלט זיך געהאלטן צום בעקיאַרד גרילל, דאס איז מיין מסורה.
דאס איז די אריגינעלע זבח משפחה (אדער זבח היום) וואס מ'פלעגט מקריב זיין בעפאר יאשיהו האט פארבאטן די במות, אויף א געוויסע פארנעם איז עס נאך פארבליבן ביים זבח פסח אבער ס'האט שוין פארלוירן די גאנצע היימישקייט און געשמאק (שפעטער האט מען דאס שוין אויך פארבאטן...) עכ"פ, די עכטע אויטענטישע אידן אשר לא כרעו ל... האלטן זיך צום אריגינעלן אויסגעטרויטענעם וועג און זענען מקריב דעם זבח משפחה על דרך ישראל סבא לריח ניחוח אשה ל#!@&

צפת » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 8:06 pm

· #535855
איך בין פון די פאזעטיווע מענטשן - שלום ארוש סטייל... שטענדיג זאגן אונז 'טענק יו השם'...

איךבין אפט מקריב א תודה.

אויסער דעם האב איך א מעמעבערשיפ אין די תודה כולל, וואו מען איז מקריב יעדן טאג א תודה פאר א מינימאלע אפצאל. דער כהן ליינט אויס אלע נעמען - מען זעט אין דעם געוואלדיגע ישועות.

צפור בודד » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 5:46 pm

· #535896
עולה. זאל דער כהן זיך נישט אנפרעסן אויף מיין חשבון.

צפת » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 7:27 pm

· #535900
איך גלייך זיך צו קרבנ'ען אסאך.

איך בין א קרבן איד.

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 8:18 am

· #535936
צפור בודד
עולה. זאל דער כהן זיך נישט אנפרעסן אויף מיין חשבון.
פשיהא. איינער איז פארווייטאגט...
דער כהן פלעגט זיך אנפרעסן? האסט נישט געטראפן מער א איידעלע אויסדרוק?

זאגסטו ענדערש פארברענען לחלוטין ווי איידער א איד זאל הנאה האבן?

דו ווייסט אז דער כהן האט נישט געהאט קיין חלק ונחלה און האט בעיקר געלעבט פון די מתנות כהונה וכו'? זיי האבן סערווירט די ישראלים no charge און זיי האבן באקומען וואס דער באשעפער האט געהייסן זיי געבן.

אדער ביסטו סתם סארקאסטיש 😕

צפת » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 8:21 am

· #535937
...
איך האב מקריב געווען פערצן עולות במשך פון פערצן טעג און ביי יעדע עולה געזאגט פערצן מאל ויהי נועם אהין און צוריק, דורך פערצן לויים, און אנגצינדן פערצן ליכט. איך האב געזען א ישועה חוץ לדרך הטבע.

איך האב זיך אונטערגענומען דאס מפרסם צו זיין.

צפת » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 6:48 pm

· #535987
לפורקנך סברית
איך בין וועדזשעטעריען, סאו איך בין גראד געגאנגען פאר די קטורת..אאאההה.....
ווען נישט די חלבנה שטיי איך נאך יעצט ביים פנימי מזבח...
וועדזשיטעריענס קענען אויך נהנה זיין פון ביכורים.

וואלווי » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 8:29 pm

· #535993
און פון אלע מנחות און נסכים

חקרן » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 11:42 am

· #536030
וואס טוט זיך מיטן בת יפתח?

מקריב זיין א מיידל, א בתולה, פאר גאט... אוח אוח.

אלע צוזאמען » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 11:47 am

· #536031
חקרן
וואס טוט זיך מיטן בת יפתח?

מקריב זיין א מיידל, א בתולה, פאר גאט... אוח אוח.
תאוות וואס מ'קען אלץ האבן.

צפת » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 12:14 pm

· #536158
לוג שמן של מצורע.

וואלווי » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 2:35 pm

· #536167
על תנוך אוזן הימנית

מילך טראק » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 8:28 pm

· #536197
עפעס איז ראנג מיט מיר אז איך האב נישט די תאוות?

צפת » דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 9:17 am

· #536476
קומט יעצט יום-כיפור.

וואס הערט זיך מיטן שעיר לעזאזל? - א קאאל קרבן.

מען איז מקריב א קרבן פאר שדים... סתם אזוי איז דאס פארבאטן ביי אונז, אבער דא האט די תורה געמאכט אן אויסנאם, מען קען עס טון לעגעטים.

קאאאאלל!!

צפת » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:54 pm

· #536679
עס זענען דא אזעלכע וואס קרב'ענען זיך נישט אזוי פיל אינעם לאקאלן בית-המקדש. זיי גייען ענדערש צום דערנעבנדיגען טאל.

דער גיא אויפן ארט איז אסאך מער קאאל און דראמאטיש. אלעמאל איז דא דארט וואס צו טון...

חקרן » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 4:35 pm

· #536782
דארט אינעם גיא איז מען מקריב קינדער פארן מולך... קאאלל!

וואס טוט זיך מיטן בעל און אשרות?