☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » מאמענט אנטשולדיגט זיך פאר חברים

מאמענט אנטשולדיגט זיך פאר חברים

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16497

ששון ושמחה » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 6:43 pm

· #534181
מאמענט אנטשולדיגט זיך פאר חברים
די מאמענט אויסגאבע האט ארויסגעלייגט א אנטשולדיגונג פאר די חברים ארגאניזאציע נאכדעם וואס ר' חיים שלמה בערגער האט קריטיקירט חברים'ס אויפפירונג ביי די לויה פון אדמור מראחמיסטריווקא.
📎 IMG_20230824_184259_735.jpg

וואלווי » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 7:10 pm

· #534185
טיפיקעל חרד'ישע אפאלאדזשעטיק

היכי דמי » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 8:02 pm

· #534191
דאס קומט נאך שווערע טעראר פון חברים און אלע מאנסי גראסעריס האבן עס ארויסגעווארפן ביז די בריוו איז ארויס

קהל'ס נער » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 8:45 pm

· #534200
נו, זאל חברים מאנסי ארויסלייגן א אפ-עד אפצופרעגן דער מאמענט, פארוואס דארף דער מאמענט פאלן כורעים פאר חבירים, גרויליג.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 8:55 pm

· #534203
וואלווי
טיפיקעל חרד'ישע אפאלאדזשעטיק
איך האב (נאכ)-נישט געליינט דעם ארטיקל אין מאמענט. קען איך (דערווייל) נישט האבן קיין מיינונג לכאן או לכאן.

נאכ'ן איבערליינען דעם ארטיקל 'עמיר קענען זאגן אויב ס'איז זיך געקומען אן אנטשולדיגונג אדער נישט.

אלפא » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 8:57 pm

· #534204
קען איינער ציטירן אדער לייגן א שטיקל פונעם ארטיקל?

תשפג » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:01 pm

· #534205
מאנכע זאגן אז דעיס איז געווען זייער פלאן פון אנהייב, קודם שרייבען דעם ארטיקעל, אין דערנאך ארויסקומען מיט אן אנטשולדיגונג. אזוי זאגט מען וואס מ׳האט צו זאגן, אין דערנאך איז מען א גוטער ווייל מ׳בעט זיך שיין איבער.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:43 pm

· #534214
מעניין לעניין: אין בלאט איז געווען פאר 2 וואכן צוריק אן אנטשולדיגונג. זיי האבן געענדיגט מיט דעם פסוק..."ושגיאות מי יבין"...האט דער נייגער מיך בייגעקומען. איך האב פונקט געהאט דעם בלאט פון פ' עקב. איך האב עס מיט געדולד אדורכגעבלעטערט. זייענדיג זיכער אז די נישט פאסיגע אדווערטייזמענט וועלכע איז "בטעות" אריינגעפאללן האט עפעס צו טון מיט מזרחי, ציונות אדער דף היומי (הס מלהזכיר.). והנה. איך האב עס געטראפן...ס'איז געווען אן עד פון נ.י. סיטי. מיט'ן נאמען סיטי סטריעטס. ס'איז נאר געווען א סקעטש. נישט קיין בילד. אבער זייער שטארק פריצות'דיג כדרכי הגויים. איז זיך באמת געקומען אן אנטשולדיגונג.

ייש"כ פאר די רעדאקציע פון בלאט. נאר די קשיא איז, וויאזוי איז אזא עקל'דיגע עד אריינגעקומען אין "בלאט". דאס וואלט געפאסט פאר דעם "דזשואיש פרעס" פון אמאל. וואו זיי האבן געברענגט פריצות'דיגע אדווערטייזמענטס באופן רגיל. ס'זיצט דאך דארט אן עדיטאר. (און אויב נישט איז הא גופא קשיא) וואס דארף אפראוון א יעדער אדווערטייזמענט.

איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 11:26 pm

· #534235
תשפג
מאנכע זאגן אז דעיס איז געווען זייער פלאן פון אנהייב, קודם שרייבען דעם ארטיקעל, אין דערנאך ארויסקומען מיט אן אנטשולדיגונג. אזוי זאגט מען וואס מ׳האט צו זאגן, אין דערנאך איז מען א גוטער ווייל מ׳בעט זיך שיין איבער.
סטאנדארט פראקטיס אין אלע חרדישע צייטונגען, פאני אז מאנכע פאלן נאך פאר דעם שפיל.

שמן למאור » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 11:41 pm

· #534238
אפשר שטעלט איינער אהער דעם ארטיקל?

ערנסטגערעדט » פרייטאג אוגוסט 25, 2023 12:07 am

· #534246
Re: מאמענט אנטשולדיגט זיך פאר חברים

ערנסטגערעדט » פרייטאג אוגוסט 25, 2023 12:08 am

· #534248
Re: מאמענט אנטשולדיגט זיך פאר חברים

שמן למאור » פרייטאג אוגוסט 25, 2023 1:00 am

· #534255
📎 IMG_20230825_005934_302.jpg

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 25, 2023 3:35 pm

· #534321
איך האב יעצט געענדיגט ליינען דעם ארטיקל פון הרב חיים שלמה בערגער.

איך זעה נישט אין קיין איין פאראגראף אדער ווארט וואו ער זאל אטאקירן עמיצן פערזענליך. סיי א יחיד אדער אן ארגאניזאציע. ער האט נאר ארויסגעברענגט די געפילן פון אנדערע מענטשן וועלכע זענען אנוועזנד געווען ביי די לויה פון רחמיסטריווקא רבי זצ"ל. ער האט פארציילט ערשטהאנטיגע געשיכטעס פון מענטשן וועלכע זענען געווארן אנגעזידלט און געשרידן דורך אינדיווידואלע חברים מעמבערס. אויך אז עטליכע חברים מעמבערס האבן אפגעזאגט צו העלפן אן עלטער'ן איד.

דאס זענען זייער הארבע און ערנסטע באשולדיגונגען וועלכע דארפן פארראכטן ווערן ווי אמשנעלסטן. לטובת די ארגאניזאציע חברים און לטובת הכלל.

ס'קומט זיך נישט קיין שום אנטשולדיגונג. סיי מצד דעם שרייבער אדער "מאמענט".

לפענ"ד איז דער פראבלעם ביי די חברים ארגאניזאציע, אן ארגאניזאציע וועלכע איז כולו חסד. זיי האבן מיר אויך שוין עטליכע מאל געהאלפן. און נישט געוואלט נעמען קיין געלט. נאר ס'פעהלט איבערזיכט. סופערוויזשן. למשל. אזוי ווי ביי די פאליס דעפט. אויב אן אינדיווידועלער פאליציי אפיציר טוט עפעס נישט ריכטיג קענמען אייביג בעטן צו רעדן צו א "סארדזשענט".

ס'זענען דא צענדליגער מעשיות איבער דעם. איכ'ל נאר ברענגען איין מעשה וואס איז זיך פארלאפן אין בארא פארק. א פאליס האט געוואלט ארעסטירן א איד פאר אדמיניסטראטיווע פארלעצונגען. (אזוי ווי סוספענדעד לייסנס אדער רעגיסטרעישן.). דער עולם האט מוחה געווען. און נישט געלאזט דעם פאליס אוועקפארן. ביז א סארדזשענט איז אנגעקומען און באפרייט דעם איד.

בכלל האבן די עסקנים ערלעדיגט אז אין בארא פארק קען א פאליס נישט ארעסטירן פאר אדמיניסטראטיווע פארלעצונגען. נאר א סארדזשענט.

די זעלבע איז ביי חברים. אין געויסע (אנגעצויגענע) מצבים קענען אינדיווידואלע מעמבערס זיך פארלירן און אנשרייען אדער מבזה זיין מענטשן. אדער אפזאגן צו העלפן. דארף זיין א נאמבער וואו מ'קען אריינרופן מיט די איי.די. פון דעם מעמבער.

אילין מאסק » פרייטאג אוגוסט 25, 2023 4:24 pm

· #534340
ששון ושמחה
די מאמענט אויסגאבע האט ארויסגעלייגט א אנטשולדיגונג פאר די חברים ארגאניזאציע נאכדעם וואס ר' חיים שלמה בערגער האט קריטיקירט חברים'ס אויפפירונג ביי די לויה פון אדמור מראחמיסטריווקא.
אז איר רעדט שוין פון דעם דארף מען רעדן איבער בראיר פייער דעפארטמענט וואס רייסט אראפ הרב חיים שלמה בערגיר אז ער נעמט זיך אן פאר מצילי אש ד'מאנסי

אילין מאסק » פרייטאג אוגוסט 25, 2023 4:26 pm

· #534341
היכי דמי
דאס קומט נאך שווערע טעראר פון חברים און אלע מאנסי גראסעריס האבן עס ארויסגעווארפן ביז די בריוו איז ארויס
דעיס איז פשוט נישט נארמאל

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 25, 2023 7:23 pm

· #534356
אילין מאסק
ששון ושמחה
די מאמענט אויסגאבע האט ארויסגעלייגט א אנטשולדיגונג פאר די חברים ארגאניזאציע נאכדעם וואס ר' חיים שלמה בערגער האט קריטיקירט חברים'ס אויפפירונג ביי די לויה פון אדמור מראחמיסטריווקא.
אז איר רעדט שוין פון דעם דארף מען רעדן איבער בראיר פייער דעפארטמענט וואס רייסט אראפ הרב חיים שלמה בערגיר אז ער נעמט זיך אן פאר מצילי אש ד'מאנסי
דארט (ביי ברוער ווס.מצילי אש ד'מאנסי) איז דער מצב נישט אזוי פשוט. (ווי דא.) ס'זענען נאך דא כמה ראיות לכאן ולכאן. ווער ס'איז גערעכט. און אויב מ'האט אויספרובירט אלע מיטלען בדרכי נועם. כדי אויסצוארבעטן די עקזיסטירנ'דע, מעגליכע הלכה'דיגע פראבלעמען. ס'דא א יש אומרים אז דער גאנצער ספליט מיט ברוער פייער דעפט. איז געטריבן געווארן דורך מענטשן מיט אן אגענדא.

איך נעם נישט קיין שטעלונג. איך ברענג נאר די פאקטן. די פאקטן זענען אז עטליכע יחידים האבן פון אנהייב אן גענימען אן עטיטוד פון "אש וגפרית ומלח". אנגעהויבן מיט מחאות און פראטעסטן בקול רעש גדול. און מניה וביה האט מען געגרינדעט אן אייגענע, נייע ארגאניזאציע מצילי אש.

אלפא » מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 6:35 pm

· #534358
צום עצם ארטיקל:
דא https://www.yiddish24.com/miscellanies/118/89982 טענה'ט אליעזר קרויס אז עס איז נישט ממש קיינעמ'ס שולד די מצב ביים לויה.
הגם מ'קען מחלק זיין צווישן די ברייטע מציעות און אינדיווידואלע מעשיות.

טראמפ 24' » מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 10:08 pm

· #534368
berlbalaguleh
אילין מאסק
ששון ושמחה
די מאמענט אויסגאבע האט ארויסגעלייגט א אנטשולדיגונג פאר די חברים ארגאניזאציע נאכדעם וואס ר' חיים שלמה בערגער האט קריטיקירט חברים'ס אויפפירונג ביי די לויה פון אדמור מראחמיסטריווקא.
אז איר רעדט שוין פון דעם דארף מען רעדן איבער בראיר פייער דעפארטמענט וואס רייסט אראפ הרב חיים שלמה בערגיר אז ער נעמט זיך אן פאר מצילי אש ד'מאנסי
דארט (ביי ברוער ווס.מצילי אש ד'מאנסי) איז דער מצב נישט אזוי פשוט. (ווי דא.) ס'זענען נאך דא כמה ראיות לכאן ולכאן. ווער ס'איז גערעכט. און אויב מ'האט אויספרובירט אלע מיטלען בדרכי נועם. כדי אויסצוארבעטן די עקזיסטירנ'דע, מעגליכע הלכה'דיגע פראבלעמען. ס'דא א יש אומרים אז דער גאנצער ספליט מיט ברוער פייער דעפט. איז געטריבן געווארן דורך מענטשן מיט אן אגענדא.

איך נעם נישט קיין שטעלונג. איך ברענג נאר די פאקטן. די פאקטן זענען אז עטליכע יחידים האבן פון אנהייב אן גענימען אן עטיטוד פון "אש וגפרית ומלח". אנגעהויבן מיט מחאות און פראטעסטן בקול רעש גדול. און מניה וביה האט מען געגרינדעט אן אייגענע, נייע ארגאניזאציע מצילי אש.
דא האט איר זיין ארטיקל
📎 20230826_220645.jpg

טראמפ 24' » מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 10:12 pm

· #534371
מצילי אש ד'מאנסי
צוויטע זייט
📎 20230826_220959.jpg

היכי דמי » מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 10:15 pm

· #534372
ווי קומט צו א פריוואטע מענטש וואס פירט א פריוואטע ארגאניזאציע אזא פאוער אין מאנסי צו קענען פארלאנגן פון געשעפטן ארויסציווארפן די מאמענט ווייל מען האט געשריבן קעגן זיין ארגאניזאציע

טראמפ 24' » מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 10:16 pm

· #534373
איך אויך
תשפג
מאנכע זאגן אז דעיס איז געווען זייער פלאן פון אנהייב, קודם שרייבען דעם ארטיקעל, אין דערנאך ארויסקומען מיט אן אנטשולדיגונג. אזוי זאגט מען וואס מ׳האט צו זאגן, אין דערנאך איז מען א גוטער ווייל מ׳בעט זיך שיין איבער.
סטאנדארט פראקטיס אין אלע חרדישע צייטונגען, פאני אז מאנכע פאלן נאך פאר דעם שפיל.
איך האב געהערט פון די חברים מעמבער וואס האט גערופן מאמענט אויסגאבע איבער די ארטיקל, אז בערגער האט גוט אנגעשריגן די אנפירער פונעם מאמענט ווייל ער האט געלייגט א צעטיל געקן זיין ארטיקל

טראמפ 24' » מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 10:18 pm

· #534374
היכי דמי
ווי קומט צו א פריוואטע מענטש וואס פירט א פריוואטע ארגאניזאציע אזא פאוער אין מאנסי צו קענען פארלאנגן פון געשעפטן ארויסציווארפן די מאמענט ווייל מען האט געשריבן קעגן זיין ארגאניזאציע
איך זאג דיר דער חברים אין מאנסי ווערן א געהעריקע דיקטאטור

טראמפ 24' » מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 10:22 pm

· #534377
טראמפ 24'
צוויטע זייט
די ארטיקל פון בראיר פייער דעפארטמענט אקעגן דעם ארטיקל
📎 20230826_222025.jpg

טראמפ 24' » מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 10:22 pm

· #534378
2
📎 20230826_222042.jpg

טראמפ 24' » מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 10:23 pm

· #534379
3
📎 20230826_222112.jpg

טראמפ 24' » מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 10:23 pm

· #534380
4 די לעצטע!
📎 20230826_222130.jpg

berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 10:31 pm

· #534381
טראמפ 24'
berlbalaguleh
אילין מאסק
ששון ושמחה
די מאמענט אויסגאבע האט ארויסגעלייגט א אנטשולדיגונג פאר די חברים ארגאניזאציע נאכדעם וואס ר' חיים שלמה בערגער האט קריטיקירט חברים'ס אויפפירונג ביי די לויה פון אדמור מראחמיסטריווקא.
אז איר רעדט שוין פון דעם דארף מען רעדן איבער בראיר פייער דעפארטמענט וואס רייסט אראפ הרב חיים שלמה בערגיר אז ער נעמט זיך אן פאר מצילי אש ד'מאנסי
דארט (ביי ברוער ווס.מצילי אש ד'מאנסי) איז דער מצב נישט אזוי פשוט. (ווי דא.) ס'זענען נאך דא כמה ראיות לכאן ולכאן. ווער ס'איז גערעכט. און אויב מ'האט אויספרובירט אלע מיטלען בדרכי נועם. כדי אויסצוארבעטן די עקזיסטירנ'דע, מעגליכע הלכה'דיגע פראבלעמען. ס'דא א יש אומרים אז דער גאנצער ספליט מיט ברוער פייער דעפט. איז געטריבן געווארן דורך מענטשן מיט אן אגענדא.

איך נעם נישט קיין שטעלונג. איך ברענג נאר די פאקטן. די פאקטן זענען אז עטליכע יחידים האבן פון אנהייב אן גענימען אן עטיטוד פון "אש וגפרית ומלח". אנגעהויבן מיט מחאות און פראטעסטן בקול רעש גדול. און מניה וביה האט מען געגרינדעט אן אייגענע, נייע ארגאניזאציע מצילי אש.
דא האט איר זיין ארטיקל
יא: אבער אין דעם ארטיקל האקט ער (ר.ח.ש.בערגער) נישט אויף ברוער. ער קאנצענטרירט זיך בעיקר אז מ'זאל שטיצן מצילי אש.

טראמפ 24' » מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 10:34 pm

· #534382
ער דארף יא האקן אויף בראיר פייער דעפארטמענט וואס זענען אפענע מחלל שבת!

טראמפ 24' » מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 10:40 pm

· #534383
ס'קומט זיך די פאטש פאר חברים!
ווי איר קענט ליינען האט ראַחמיסטריווקער עסקנים אויך געלייגט א צעטיל גענויגט אנטקעגן חברים

ווייל ס'איז געווען דעי פאר חברים וואלונטירן וואס האבן ערנסט איבערגעדרייט די לויה
אבער וואס יעדער חברים מעמבער האט זיכער נישט גוט געטאן איז אז דעי פשוטע טובה צו געבן א היטש פאר אַן עלטערע יאד האבן זיי נישט קעגענט טוען ל"ע
📎 Screenshot_20230826_222639_Chrome~2.jpg

קאצקע ציקער » מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 10:47 pm

· #534385
ער שרייבט גארנישט שלעכט , ער זאגט קלאר איך רעד נישט וועגן די הייליגע ארגענעזאציע איך רעד אנטקעיגן די אינדיווידואלע מענטש וואס מיינט ער קען זיין נעסטי ווייל ער איז א חברים מעמבער. און די אמת מיז געזאגט ווערן

אשריך ר' חיים שלמה!!

טראמפ 24' » מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 10:50 pm

· #534386
קאצקע ציקער
ער שרייבט גארנישט שלעכט , ער זאגט קלאר איך רעד נישט וועגן די הייליגע ארגענעזאציע איך רעד אנטקעיגן די אינדיווידואלע מענטש וואס מיינט ער קען זיין נעסטי ווייל ער איז א חברים מעמבער. און די אמת מיז געזאגט ווערן

אשריך ר' חיים שלמה!!
אזוי ווי די זאגסט!

רבותי לייק דאס וואס קאצקע צוקער האט געשריבן!

אילין מאסק » זונטאג אוגוסט 27, 2023 12:26 am

· #534405

אילין מאסק » זונטאג אוגוסט 27, 2023 2:29 am

· #534416
קאצקע ציקער
ער שרייבט גארנישט שלעכט , ער זאגט קלאר איך רעד נישט וועגן די הייליגע ארגענעזאציע איך רעד אנטקעיגן די אינדיווידואלע מענטש וואס מיינט ער קען זיין נעסטי ווייל ער איז א חברים מעמבער. און די אמת מיז געזאגט ווערן

אשריך ר' חיים שלמה!!
לייענענדיק די ארטיקל זע איך ווי קערכיט ער איז מיט די נושא!

ס'איז ממש א פאקט
ער ברענגט עס זייער גוט ארויס דער בערגער