☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » א מנחה אין 770

א מנחה אין 770

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1649

גאלד » זונטאג אוגוסט 26, 2012 11:34 pm

· #39875
א מנחה אין 770
היינט האב איך צוליב געוויסע סיבות אפגעשטאט א באזוך אין די אפיסעס פון די ליבאוויטשער באוועגונג,
די אפיסעס פון ליבאוויטש, (עמטליכער נאמען מרכז לעניני חינוך) זענען אויף די שטאקן העכער דער 770 ביהמ"ד, אויף איסטערן פארקוויי אין קינגסטאן עוו.
דער ביהמ"ד איז אונטען האלב אונטער דער גראונד, צו אריינגיין אין ביהמ"ד מוז מען אראפ גיין א 6-7 שטיגן,
אונטערן ביהמ"ד איז דא נאך א שטאק א בעיסמענט דארט זענען די בתי כסאות, און נאך צימערן פאר די באדערפענישט פון ביהמ"ד,
קיין מקוה איז נישטא דארט,
די שטאקן העכער די ביהמ"ד ווערן געפירט דורך אן אנדערע גרופע ווי די גבאים פון ביהמ"ד אונטען,
דארט איז סטאנצינירט צענליגע אפיסעס וואס פירט אן אלע טעטיגקייטן פון חב"ד איבער די וועלט, בראש הרב יהודה קרינסקי מזכיר הרבי,
דער טיר וואס פירט צו די שטיגן ארויף צו די אפיסעס האט א עפענונג צו א גאלערי וואס דינט אלס א שטיקל עזרת נשים פאר די ביהמ"ד,

שטייענדיג ביי די טיר צו ארויפגיין צו די אפיסעס ווארטנדיג איינער זאל מיך אריינבאזן, הער איך ארויף דאס דאווענען מנחה פון אונטען,
מען ענדיגט די לעצטע קדיש נאך לדוד ה' אורי,
א קיבוץ נשים שטייען אין גאלערי און האלטן מיט דאס דאווענען
ווי נאר מ'ענדיגט דאווענען הערט זיך זיסע קעלעכלעך פון ילדי ישראל אויסשרייען:
יחי אדונינו מורינו ורבינו מלך המשיח לעילאם ועד!!
והציבור עונה אחריו:
יחי אדונינו מורינו ורבינו מלך המשיח לעילאם ועד!!
אזוי שלש פעמים, אין יעדעס מאל הייבט זיך דא טאן העכער און העכער,
אין די זעלביגע צייט שטייען די געזעמיל נשים שטילערהייט מיט די סידור ציגעדריקט צום פנים און פאר'דביקה'ט
נאך די שלש פעמים הכרזה יחי אדונינו,
לאזט מען זיך ארויס און א פייערדיגע רקידה פאר בערך 3 מינוט,
מיט די ניגון הידוע,
יחי אדונינו מורינו ורבינו מלך המשיח לעולם ועד,

ואח"כ נפרד הציבור בשלום לביתם,

לאדיך אפ » זונטאג אוגוסט 26, 2012 11:37 pm

· #39876
געהערט אמאל פון א אלטע ליובאוויטשע חסיד האט אויסגעשריגן נאכן הכרזה מיטן ליובאוויטשער קנייטש: "איר זאלט אזוי לעבן ווי ער לעבט"...

גאלד » זונטאג אוגוסט 26, 2012 11:40 pm

· #39881
האלטן זיי אז ער לעבט? אדער דער יחי איז מער א סימבאלישע הכרזה,

אזוי גאר » זונטאג אוגוסט 26, 2012 11:52 pm

· #39888
אמאל פלעגן זיי ריקן א בענקל אריין און ארויס. ווי איך פארשטיי אז די זאגסט עס נישט מנהסתם טיען זיי דאס מער נישט. ממיילא וועלן זיי א שטיק צייט ארום דאס אויך נישט טיען

חכם מחוכם » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:03 am

· #39892
געהערט אמאל א גוט ווארט, ר’ יענקל מילער, איז לעצטענס געווען אין 770 פאר א מנחה, נאך מנחה האט זיך אנגעפאנגען א געשטיפעניש, יענקל קוקט זיך אום, ער זעהט ווי אין פראנט פון אים מאכן אפאר משיח’יסטן פלאץ פארן רבי’ן, יענקל האט אינגאנצן נישט פארשטאנען וואס דא טוט זיך,קיינער איז דאך נישט דא, האט ער ארויסגעשטעקט א פוס, מ’האט אים געגעבן אחת ואחת, רופט ער זיך אן, קודם הייבט אויף דען רבי’ן, נאכדעם קענט איר קומען צו מיר....

גאלד » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 10:15 am

· #39958
איינער קען ערקלערן וואסי איז זייער שיטה פון ווי נעמען זיי אזא השגה צו זאגן יחי אדונינו אויף א פארשטארבענעם רבי'ן, וויזוי איז נולד געווארן דער רעיון, און וואס פונקטליך האלטן זיי?

נס קאווע » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:50 am

· #39995
ווי איך פארשטיי האט זיך עס אנגעהויבן מקרב צו זיין די גאולה און נישט פארן רבינס וועגן הגם איך ווייס נישט וויזוי דאס ארבייט

אזוי גאר » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:53 pm

· #40036
נס קאווע
ווי איך פארשטיי האט זיך עס אנגעהויבן מקרב צו זיין די גאולה און נישט פארן רבינס וועגן הגם איך ווייס נישט וויזוי דאס ארבייט


ווי איך פארשטיי????

עס איז דא איינער וואס פארשטייט דעי שיטה,
זיי אליין פארשטייען עס נישט,

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:14 pm

· #40136
עס איז מיר אמאל איינגעפאלן א גוטן חשבון פאר די משיח'סטן.

דער רמב"ן שרייבט סוף שיר השירים אז תחיית המתים וועט זיין כאטשיג 200 יאהר פאר'ן סוף אלף השישי, דאס קומט אויס בשנת ת"ת [מען קען זיך שוין גרייטן רבותי, נאך 27 יאהר].

רש"י שרייבט סוף ספר דניאל אז משיח וועט נתגלה ווערן און דערנאך נתכסה ווערן 45 יאהר און דערנאך צוריק נתגלה ווערן.

פון תשנ"ד [ווען דער רבי איז אוועק] ביז ת"ת איז פונקט 45 יאהר.

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 6:30 pm

· #40180
ונבנתה, דו ביסט צוקער זיס.
ער וועט נתכסה ווערן אין א קבר מיט תכריכים?

משה רוקח » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 7:05 pm

· #40193
ונבנתה, דיין אוועטער איז דער רבי וואס לעבט נאך (נישט)?

NAVY SEAL » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 7:48 pm

· #40204
חכם מחוכם
געהערט אמאל א גוט ווארט, ר’ יענקל מילער, איז לעצטענס געווען אין 770 פאר א מנחה, נאך מנחה האט זיך אנגעפאנגען א געשטיפעניש, יענקל קוקט זיך אום, ער זעהט ווי אין פראנט פון אים מאכן אפאר משיח’יסטן פלאץ פארן רבי’ן, יענקל האט אינגאנצן נישט פארשטאנען וואס דא טוט זיך,קיינער איז דאך נישט דא, האט ער ארויסגעשטעקט א פוס, מ’האט אים געגעבן אחת ואחת, רופט ער זיך אן, קודם הייבט אויף דען רבי’ן, נאכדעם קענט איר קומען צו מיר....


כאב געזעהן אפאר יאר צוריק א קליפ פון מוצאי ראש השנה, נאך מעריב האט די רבי געמאכט הבדלה און נאך הבדלה האט מען געטיילט שיריים פון די וויין (וואס פארשטייט זיך אז סבכלל נישט געווען און די בעכער ) איז געווען א יונגל וואס האט זיך אויך געשטעלט און די רייע צו באקומען וויין, די יונגל קומט ענדליך אן און די גבאי געט אזא דריי מיט די בעכער אריין און זיין קאפ און ער שיקט אים ווייטער, די יונגל קוקט אריין און די קאפ און.... והילד איננו..... נישטא קיין וויין גייט ער צו צום גבאי און זאגט אים די קאפ איז ליידיג.... די גבאי האט אים אראפגעלאזט צוויי קלינגעדיגע פראסקעס און געשריגן דו מחוצף, כופר טראג אפ פון דא.........

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 7:52 pm

· #40206
די משיחיסטן האבען דאך עפעס א גאנצע חשבון אז דער רבי מלך המשיח איז יעצט באהאלטן און וועט זיך אמאל מגלה זיין, דער פראבלעם איז נאר אז מען האלט און איין אפשטיפן די דעדליין אנפאנג איז עס געווען א יאר דערנאך דריי יאר איך האלט נישט מיט ווי מען האלט היינט.

דערמאנט מיר וואס מען זאגט נאך בשם החפץ חיים אז די מדינה וועט חרוב ווערן נאך עקס עמאוינט אויף יארן, אמאל פלעג מען זאגן 40 יאר ווען די צייט איז געקומן און געגאנגן האט מען עס געריקט אויף 50 שפעטער 60 70 מן הסתם האלט עס היינט ביי 80.

נעווי, אויב ביסטו אמאל אין געגנט פון סעווען סעוונטי און ביסט דורשטעריג זייט וויסן אז דער רבי מה"מ טיילט נאך דאלערס יעדע זונטאג.

chosen people » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 8:30 pm

· #40216
אזוי גאר
אמאל פלעגן זיי ריקן א בענקל אריין און ארויס. ווי איך פארשטיי אז די זאגסט עס נישט מנהסתם טיען זיי דאס מער נישט. ממיילא וועלן זיי א שטיק צייט ארום דאס אויך נישט טיען

מען טוהט עס נאך עד היום הזה.

qwerty » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 9:04 pm

· #40230
מנינים אין אינטערנעט
chosen people
אזוי גאר
אמאל פלעגן זיי ריקן א בענקל אריין און ארויס. ווי איך פארשטיי אז די זאגסט עס נישט מנהסתם טיען זיי דאס מער נישט. ממיילא וועלן זיי א שטיק צייט ארום דאס אויך נישט טיען

מען טוהט עס נאך עד היום הזה.



יא יא מקען עס זעין 3 מאל א טאג בא דע הויבט מנינים אין אינטערנעט
<a class="postlink" href="http://www.770live.com">http://www.770live.com</a>

זיי גייען יעדער מאל א טענצל יחי סיי פארען דאוונען אין סיי נאכען דאוונען די ווערטער זענען שטעניק די זעלבע אבער דעם ניגון טוישט מען אמאל.

שחרית יעדען טאג 10:00 נאכען דאווענען פארען טאנצען יחי זאגט איינער אין מייקרעפאן א קירצען ווארט וועגען משיח'ן

מנחה יעדען טאג 3:15 אין מעריב איז 9:30

זיי מאכען פין 770 א לייוו בראדקעסט 24/6 אויך דירכען טעלעפאן
718-682-0770
אין ווען דער טעלעפאן ענטפערט דריקט מען 1

פריינדליך » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 9:30 pm

· #40237
איך אויך


דערמאנט מיר וואס מען זאגט נאך בשם החפץ חיים אז די מדינה וועט חרוב ווערן נאך עקס עמאוינט אויף יארן, אמאל פלעג מען זאגן 40 יאר ווען די צייט איז געקומן און געגאנגן האט מען עס געריקט אויף 50 שפעטער 60 70 מן הסתם האלט עס היינט ביי 80.
.


???

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:54 am

· #40354
נאך איין פרט
ווען די רבי קומט אריין, איז דא מענטשען (?) וואס זעהן אים גיין. מ'דערקענט דאס אויף זייערע אויגען ווי זיי קוקען אים נאך.
און ווען די תשב"ר שרייען אויס "יחי אדונינו" ווייזן זיי מיט די פינגער אויפן חלל וואס איז צווישען די בענקעל און די שטענדער.

נאך איין זאך.
בשעת זיי דאווענען מנחה, איז דא מנינים שחרית אויפן פלאץ, אויף די זייט (אן קיין שום מחיצה)

זענען זיי משוגע? קען זיין. אבער דו מיט דיין שטריימעל אין די היצן ליידסט אויף די זעלבע משוגעת.

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:11 pm

· #40711
קאווע טרינקער
זענען זיי משוגע? קען זיין. אבער דו מיט דיין שטריימעל אין די היצן ליידסט אויף די זעלבע משוגעת.


❓ ❓ ❓ ❓ ❓ ❓ ❓ ❓ ❓
איך לייען גוט ???????????????????????
❓ ❓ ❓ ❓ ❓ ❓ ❓ ❓ ❓

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:14 am

· #40848
שמעקעדיג
קאווע טרינקער
זענען זיי משוגע? קען זיין. אבער דו מיט דיין שטריימעל אין די היצן ליידסט אויף די זעלבע משוגעת.


❓ ❓ ❓ ❓ ❓ ❓ ❓ ❓ ❓
איך לייען גוט ???????????????????????
❓ ❓ ❓ ❓ ❓ ❓ ❓ ❓ ❓

יא און ניין.
ווייל א שטריימל אין די ווינטער איז גארנישט בעסער.
קען זיין דו ביסט פראוד מיט דיין שטריימל, אבער ווען דו טראכטס גוט אריין, וועסטו פילן ווי א שמאטע.

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:16 pm

· #40905
הייסט עס אז אלע רוסקיס/אוקריינער מיט די פור ספאדיקס פילן זיך ווי שמאטעס? זאג נאר וואס האט מען דיר אזוי שלעכט געטוהן אין דיין לעבן אז דו ביסט נעבעך אזא סעלף העיטינג דשוא? [לאו דוקא נאר פאר די תגובה].

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 1:57 pm

· #40954
איך אויך
הייסט עס אז אלע רוסקיס/אוקריינער מיט די פור ספאדיקס פילן זיך ווי שמאטעס? זאג נאר וואס האט מען דיר אזוי שלעכט געטוהן אין דיין לעבן אז דו ביסט נעבעך אזא סעלף העיטינג דשוא? [לאו דוקא נאר פאר די תגובה].

א שטריימיל מאכט דיך ווארעם?
אז א חבד'סקע וועט זיך אפרעדן אויף משוגעת'ן אין 770 וועסטו זאגן " אג נאר וואס האט מען דיר אזוי שלעכט געטוהן אין דיין לעבן אז דו ביסט נעבעך אזא סעלף העיטינג דשוא? "?

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 5:34 pm

· #41966
אזוי גאר
אמאל פלעגן זיי ריקן א בענקל אריין און ארויס. ווי איך פארשטיי אז די זאגסט עס נישט מנהסתם טיען זיי דאס מער נישט. ממיילא וועלן זיי א שטיק צייט ארום דאס אויך נישט טיען

ער האט נישט געקענט זעהן. ער איז נישט געווען אין ביהמ"ד. עיין במאמר המקורי.

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 5:42 pm

· #41967
חכם מחוכם
געהערט אמאל א גוט ווארט, ר’ יענקל מילער, איז לעצטענס געווען אין 770 פאר א מנחה, נאך מנחה האט זיך אנגעפאנגען א געשטיפעניש, יענקל קוקט זיך אום, ער זעהט ווי אין פראנט פון אים מאכן אפאר משיח’יסטן פלאץ פארן רבי’ן, יענקל האט אינגאנצן נישט פארשטאנען וואס דא טוט זיך,קיינער איז דאך נישט דא, האט ער ארויסגעשטעקט א פוס, מ’האט אים געגעבן אחת ואחת, רופט ער זיך אן, קודם הייבט אויף דען רבי’ן, נאכדעם קענט איר קומען צו מיר....

נאר ס'דערמאנט מיך פון א געוויסע חסידות וואס איך האלט זייער טייער און חשוב. דעם ערשטן טאג וואס איך האב דארט געלערנט, שטייענדיג אין האללוויי בין הסדרים, הער איך פלוצלינג קולות פון פיסגייער, כאילו טויזנטער סאלדאטן וואלטן זיך אראפגעלאזט אויף דעם פלאץ און ס'הייבט זיך אן א שטופעניש פון אלע זייטן. פרעג איך איינעם וואס גייט דא פאהר. זאגט ער מיר "וואס הייסט, דער רעבע גייט...".

berlbalaguleh » מוצ"ש סעפטעמבער 1, 2012 10:00 pm

· #41982
פריינדליך
איך אויך


דערמאנט מיר וואס מען זאגט נאך בשם החפץ חיים אז די מדינה וועט חרוב ווערן נאך עקס עמאוינט אויף יארן, אמאל פלעג מען זאגן 40 יאר ווען די צייט איז געקומן און געגאנגן האט מען עס געריקט אויף 50 שפעטער 60 70 מן הסתם האלט עס היינט ביי 80.
.


???

מסתמא האט פרוינדליך די זעלבע קשיא וואס איך: דער חפץ חיים איז נפטר געווארן א סאך יארן איידער די מדינה איז געבוירן.

נחום » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 1:54 pm

· #42139
ווער איז מער "משוגע"?
קאווע טרינקער
נאך איין פרט
ווען די רבי קומט אריין, איז דא מענטשען (?) וואס זעהן אים גיין. מ'דערקענט דאס אויף זייערע אויגען ווי זיי קוקען אים נאך.
און ווען די תשב"ר שרייען אויס "יחי אדונינו" ווייזן זיי מיט די פינגער אויפן חלל וואס איז צווישען די בענקעל און די שטענדער.

נאך איין זאך.
בשעת זיי דאווענען מנחה, איז דא מנינים שחרית אויפן פלאץ, אויף די זייט (אן קיין שום מחיצה)

זענען זיי משוגע? קען זיין. אבער דו מיט דיין שטריימעל אין די היצן ליידסט אויף די זעלבע משוגעת.


וואס איז א גרעסרע "משוגעת"?

ווער איז מער משוגע? טויעזענטער, וואס ריפן, צוויי לא לייפס, די וואס גייען אין קארט, - (מקריגט זיך ארים וועגען געלט מיט רילעסטייט) - א "רבי"??????? 🙄

אדער די וואס ריפן א נשמה פין א געוועזענעם אמת'ן צדיק, אז זיין נשמה, גיט מען נאך היינט אויך אפ כבוד אלס"רבי"?

גאלד » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 2:18 pm

· #42141
די ליבאוויטשע זענען דאך אויך אין קארט, אבער די זעלבע רילעסטייט,

נחום » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 3:37 pm

· #42161
גאלד
די ליבאוויטשע זענען דאך אויך אין קארט, אבער די זעלבע רילעסטייט,


חב"ד'סקער מחלוק'תן איז נישט צעווישען מענטשען וואס ריפען זיך "רבי'ס".

אשכנ » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 10:43 pm

· #42304
berlbalaguleh
פריינדליך
איך אויך


דערמאנט מיר וואס מען זאגט נאך בשם החפץ חיים אז די מדינה וועט חרוב ווערן נאך עקס עמאוינט אויף יארן, אמאל פלעג מען זאגן 40 יאר ווען די צייט איז געקומן און געגאנגן האט מען עס געריקט אויף 50 שפעטער 60 70 מן הסתם האלט עס היינט ביי 80.
.


???

מסתמא האט פרוינדליך די זעלבע קשיא וואס איך: דער חפץ חיים איז נפטר געווארן א סאך יארן איידער די מדינה איז געבוירן.

די מימרא איז באמת געזאגט אין די וועלט אין נאמען פון חזון איש זצ"ל.

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 11:09 am

· #42459
איך האב א קאפי פון כת"י ר' חיים קניבסקי, בלשון הזה
"בשם החזון איש... 50 שנה"

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 11:30 am

· #42470
פיין מ'האט מיר געכאפט ביים ווארט עס איז דער חזון איש נישט דער ח"ח אבער די פוינט איז די זעלבע.