☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » ישיבה ווארלד נייעס

ישיבה ווארלד נייעס

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16488

היכי דמי » דינסטאג אוגוסט 22, 2023 10:21 am

· #533987
ישיבה ווארלד נייעס
געזוכט א פאסיגע אשכול ווי מען קען ארומשמועסן איבער די אידישע וועבסייט "ישיבה ווארלד" וואס איז באקאנט אז זיי גיבן נישט קיין דעקל פאר קיינעם און שרייבן וואס אימער זיי ווילן און נעמען צדדים און פאליטיק און ארגאניזאציעס. איך האב נישט געטראפן דא אינעם פארום וועל איך עפענן איינס. (עס איז דא עטליכע אשכולות וואס רעדן ארום איבער פרשות ארום די וועבסייט)

די וואך האבן זיי געהאט צוויי נייעס באריכטן וואס האט געהויבן די אויגן ברעמען:

ביי די זוכעריי אין די קעטסקילס האבן זיי געגיבן די גאנצע אטענטשן פאר איין ספעציפישע ארגאניזאציע, און אריינגעכאפט אריינצופליקן אלע אנדערע ארגאניזאציעס וואס האבן זיך באטייליגט. די באריכט איז שפעטער געטוישט געווארן אויף זייער וועבסייט, אבער געבליבן אויף זייער סאשעל מידיע.
נאכדעם האבן זיי געהאט אן ארטיקל קעגן דעם וואס איינוואוינער אין דזשעקסען ניו דזשערסי ווילן עפענען אן אייגענע הצלה:

די באריכט איבער די זוכעריי: REAKING – MISSING SPECIAL NEEDS BOYS LOCATED BY ROCKLAND CHAVEIRIM IN DANGEROUS TERRAIN

YWN has confirmed that the highly trained search and rescue team from Rockland Chaveirim who deployed on Friday morning have located both of the missing special needs boys at Sam’s Point. They are B”H both alive and in good conditon. After more than 17 hours of Hatzolah and other agencies – nearly all of them not properly trained – Rockland Chaveirim located the boys less than two hours after entering the area with their team.


די באריכט איבער דזשעקסען:
YWN Editorial: Why “Jackson Jewish Volunteer Ambulance” Must Be Stopped

It is not often that the YWN Editorial Board opines on communal concerns, and it is only following deep contemplation and discussions with the relevant stakeholders that we weigh in on the following matter – and only due to the jarring fact that it is a literal life-and-death issue.

READ FULL STORY ON YWN: https://www.theyeshivaworld.com/news/general/2217823/ywn-editorial-why-jackson-jewish-volunteer-ambulance-must-be-stopped.html

קהל'ס נער » דינסטאג אוגוסט 22, 2023 5:28 pm

· #534025
פארוואס מעיג נישט זיין קיין קאמפאטישען פאר נאנ-פראפיטס?

קידוש » דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:16 pm

· #534030
אויב די מיינסט אז די נייעס באריכטן איז פאני און בייעס,
קוק די קאמענטארן אונטען.... שרעקלעך ליטוויש ....

BTW זיי אפראווען זייער שווער צו זיין א קאמענטירער, אדרבא פרוביר זיך איינצושרייבן,
הצלחה

קהל'ס נער » דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:58 pm

· #534034
דעי אנטי ג׳עקסאן-אמביולענס-סערוויס באשרייבונג שטינקט, און איז לכאורה באצאלט דורך הצלה-לעיקוואד.
יוו״נ מאכט די איד און דער בלאט אויסזעהן לעג׳יט

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 22, 2023 8:10 pm

· #534036
קידוש
אויב די מיינסט אז די נייעס באריכטן איז פאני און בייעס,
קוק די קאמענטארן אונטען.... שרעקלעך ליטוויש ....

BTW זיי אפראווען זייער שווער צו זיין א קאמענטירער, אדרבא פרוביר זיך איינצושרייבן,
הצלחה
איך בין געווען א קאמענטירער פאר א שטיק צייט. נאר איך האב עס אפגעלאזט ווען ס'איז געווארן זייער באורינג. ווען 2 אדער 3 הויפט מחותנים פון ליטווישן חדר האבן (הויך) געשמועסט צווישן זיך און איגנארירט א יעדן איינעם אנדערש.

א שטיקל בענעפיט האב איך דאך געהאט פון דעם נארישן פארום. איך האב מיך (א ביסל) אויסגעלערנט די ליטוויש/ישיב'ישע שפראך.

למשל אויב דו וועסט זאגן אז דו האסט געזעהן עפעס אין א "שאלות ותשובות ספר" וועט מען דיך אנקוקן ווי דו ביסט אראפגעקומען פון די לבנה.

מיין שוואגער, א איד א תלמיד חכם האט אמאל געכאפט א שמועס מיט א ליטוואק. האט יענער איהם געזאגט דאס ווארט "שוט/שאאט". מיין שוואגער האט נישט אנגעהויבן צו וויסן וואס יענער רעדט.

תשפג » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 8:52 pm

· #534201
נאך א ארטיקעל ווי יעשיווע וועלט נעמט א שטעלע…

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 10:01 pm

· #534218
תשפ"ג: אבער זיי שרייבן דאך זייער קלאר א דיסקלעימער אז די מיינונגען וועלכע ווערן אויסגעדרוקט זענען נישט, דווקא די מיינונג פון די רעדאקציע.

דער איד האט פאר יארן געהאט דעם דיסקלעימער מיט דעם זעלבן נוסח.

איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 11:20 pm

· #534232
יענע ווידאו איז ביאנד עקלהאפטיג פון סיי וועלכע קוקווינקל מען זאל עס נאר אנקוקן, מען דארף נישט זיין קיין עדיטער פון יונ פארדעם.