א טערעפיסט געזוכט פאר א ווייב וואס וויל זיך אויסטון די שייטל
41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16483
א טערעפיסט געזוכט פאר א ווייב וואס וויל זיך אויסטון די שייטל
מיין נאנטע חבר דערציילט מיר אז זיין ווייב רעד לעצטעס פון זיך אויסטון די שייטל
ער האט זייער ליעב זיין ווייב ער איז עכט גוט אין נאנט מיט איר זיי האבן שוין צוויי קינדער
אבער אויב זי טוט אן א שפיצעל האלט ער וועט עס הרגענען די מעריטש
ווייסט איינער פון א גוטע טרעפיסט לייוו קאוטש וואס קען העלפן א פרוי מיט דעם
פאר עם אדער פאר איר?
איך וויל זאגן עפעס למחשבה און נישט למעשה ווייל מ'דארף דורך טון די זאך פאר מ'גיט עצות.
אויב זי וויל אויסטון די שייטעל און ער האלט אז דאס איז דער סוף, טאר ער להלכה נישט וואינען מער מיט איר. כיוון שנתן עיניו לגרשה.
מילא דארף ער א רב זאל דאס מסביר זיין פאר זיין ווייב. אויב גייט זי ווייטער פאר דעם, מיינט דאס אז ער האט נישט קיין ווייב סייווי.. ויקוב הדין ההר עכשיו מלהיות גר בכפיפות אחת עם נחש. כי זה מר ממוות.
Chaimschwפאר עם אדער פאר איר?
פאר ביידע
/
Re: א טערעפיסט געזוכט פאר א ווייב וואס וויל זיך אוסטון די שי
עפעס שטימט נישט דא, אויב האט ער איר עכט ליעב, דאן וואס האט עס צו טוהן וויאזוי זי גייט אנגעטוהן? ממש אז דאס גייט הארגענען די מערידזש?! און דאס אז ער האט געהאט צוויי קינדער מיט איר מיינט נאך נישט אז זיי האבן זיך ליעב. וויפיל קאפל גט'ן זיך נאכן האבן פינף קינדער. און בכלל אז זיי האבן זיך ליעב, דאן וויאזוי טוט זי אזא זאך וואס נעמט עם ממש ארויס פון די כלים??? נעה, אזא ליבשאפט פאר מיינע שונאים!
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
דער גאלדענער אדלערעפעס שטימט נישט דא, אויב האט ער איר עכט ליעב, דאן וואס האט עס צו טוהן וויאזוי זי גייט אנגעטוהן? ממש אז דאס גייט הארגענען די מערידזש?! און דאס אז ער האט געהאט צוויי קינדער מיט איר מיינט נאך נישט אז זיי האבן זיך ליעב. וויפיל קאפל גט'ן זיך נאכן האבן פינף קינדער. און בכלל אז זיי האבן זיך ליעב, דאן וויאזוי טוט זי אזא זאך וואס נעמט עם ממש ארויס פון די כלים??? נעה, אזא ליבשאפט פאר מיינע שונאים!
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
עס איז זייער שווער אריינצוגיין בריבים אין די פרטים
א איד בעט הילף ברויך מען אים העלפן נישט קיין חילוק די אלע פרטים
איינער ווייסט אפשר פון א גוטע טערעפיסט וואס קען העלפן אין די נושא.
זאלן ביידע גיין צוזאמען צי א טעראפיסט/סאושעל ווארקער.
מיר זעיט עס אויס ווי א מיס-קאמיוניקעישען אישו, א נערמאלע פרוי וויל זיך געפעלן פארן מאן, אויב ווי ער זאגט אויבן אז זיי האבן זיך ליב און דאך טיט זי עס, מסתם איז זי אויפגערייצט געווארען דורך עפעס א פרימע רעבעצין וואס געט נישט קיין דעקל פאר איר שלום בית, און נאך מען מסביר׳ט עס איר, מעגליך זי וועט עס אננעמען.
און אויב דאס העלפט נישט, איז די קשיא נאך גרעסער פארוואס וויל זיך די פרוי נישט געפעלן פאר איהר מאן, די פרוי האט סאך א גרעסערע פראבלעים ווי בעצם זיך אנטוען א שפיצל, און יעצט דארפן ענק שוין איינמאל טהערעפי.
(נאוט: איך זאג ענק דארפן טהעראפי, און נישט זי דארף טהעראפי)
[ציטאט אראפגענומען]
ביי שלום בית אישוס איז נישט נוגע ווער ס׳גערעכט, אנלעס די ווילסט די גט׳ן, זיין גערעכט מאכט נישט האבן שלום בית.
א טערעפיסט געזוכט פאר א ווייב וואס וויל זיך אויסטון די שייטל
זיין גערעכט קען אפילו פארערגערן די שלום בית, נישט נאר וואס די ביזט א בהמה ביזטו נאך גערעכט אויך.
נישטא אזא זאך ווי א טעראפיסט מאכט איינעם יא טון אדער נישט טון אויב יא איז יענער אנלייסענסד אדער קארופטירט
לאז זי אויסטון די שייטל און נאכדעם גייטס ביידע צו מערידזש קאונסעלינג נישט צו ראטעווען די שייטל נאר ווייל די גאנצע מערידזש איז נישט בסדר אויב דאס מאכט אזוי פיל אויס
די שאלה איז פארוואס זיין ווייב וויל אויסטון די שייטל און אנטון א שפיצל. אפשר האט זי געהערט א דרשה פון א "הייליגע" אידענע און ס'איז איהר אריין אין די ביינער. אדער אפשר האט זי באקומען א שווערן דיאגנאז און זי האט זיך מקבל געווען קבלות טובות. אדער גאר אלס סטייל. ווייל איהרע פרענדס גייען שפיצלעך.
די שאלה איז אויב זי האט די ערנסטקייט צו וויסן וואס דאס איז מחייב.
היינטיגע צייטן קענמען נישט וויסן. איך האב געזעהן אין איינס פון די היימישע בלעטלעך אן אדעווערטייזמענט פאר שפיצלעך...די קאמערשל גייט (בערך) אזוי..."ווילט איהר זיין "באטעמ'ט" (כלשון ווילי-טאון) דאמאלס קויפט די און די שפיצל..לאל. ווען א פרוי וויל זיין "באטעמ'ט" טוט זי נישט אן א שפיצל. זי טוט אן א לאנגע שייטל.
איך האב אמאל געזעהן (אין בארא פארק) 2 הייליגע פרויען שפיצל/שווארצע זאקן קייענדיג אויפ'ן גאס. אוכל בשוק. ארויסגייענדיג פון א רעסטאוראנט. וואס האבן בכלל "הייליגע" אידן צו זוכן אין א רעסטאוראנט?!
א יעדע איינס פון די אויבנדערמאנטע סיבות דארף אן אנדער'ן מהלך.
My friend also had such a story, his wife wanted to take off her wig. He made clear to her that if she does that, then it goes both ways and he will also do something that he wants to do and she doesn't like. For example he will completely remove his smartphone filter, start to not wear his striemel at the shabbos table, etc. She got the message and backed off
דער עולם דא האט זייער גרויסע עקספעקטעישאנס פון היימישע קאפלס. ס'איז א פראבלעם וואס אונזער סאסייעטי איז געשלאגן נישט פון היינט אז דער מאן און די ווייב קענען לעבן אויף צוויי אנדערע פלאנעטן, ער איז ביזי מיט זיינע שטותים און זי מיט אירע שמייליגע האטליינס. די שלום בית אין אונזער פאל איז זיכער נישט עפעס מורא'דיג, אבער ס'מוז אויך נישט זיין אזוי עק וועלט אז זי זאל ווערן איבערגענומען בעניני רוחניות פון די נארישע רעביצין, א טיפיקל היימישע פארפאלק ליידער.
היבש אסאך אינגעלייט חלשן אז זייער ווייב זאל זיך אנטיען א שפיצל.....
איר רצון אנצוטוהן א שפיצל קען קומען פון א קטנות, און זיין שפירן אז דאס איז עק וועלט קומט אויך לענ"ד פון א קטנות, ער מיינט אז ווען זי טוט דאס אן "ווערט" זי מיט דעם אן אנדערע מענטש צוזאמען מיט אים.... ער שפירט ווי זיין גאנצע אידענטיטעט איז אין א סכנה, ער ווערט א שפיצל אינגערמאן...
קעשקעטעלהיבש אסאך אינגעלייט חלשן אז זייער ווייב זאל זיך אנטיען א שפיצל.....
קום אריין מיט מער דיטעילס וויפיל מיינט היבש אסאך?
א שייטל איז שענער ווי א שפיצל?
בלויע רעקלא שייטל איז שענער ווי א שפיצל?
עס איז נישט נוגע, דער אינגערמאן האלט אזוי און אים שטערט עס. איינער וואס האלט אז א שפיצל איז שענער און זיין ווייב וויל זיך אנטון א שייטל קען לכאורה נוצן די זעלבע טעראפיסט
אפשר פורים. איך וועל ענדערש לאזן מיין ווייב ארויסגיין מיט א גאטשע אויפ'ן קאפ ווי מיט א שפיצל. ביי מיר זענען ביידע אויפן' זעלבן (חשוב'ן) פלאץ.
ווען איך זאל זעהן אז די שפיצלטרעגערינס זענען ערנסטער ווי די וואס טראגן שייטלעך, וואלט איך (אפשר) געטראכט אז מיין ווייב זאל אנטון א שפיצל. וואס לדעתי איז אן איבריגע זאך. און נאך א סטייל.
berlbalagulehאפשר פורים. איך וועל ענדערש לאזן מיין ווייב ארויסגיין מיט א גאטשע אויפ'ן קאפ ווי מיט א שפיצל. ביי מיר זענען ביידע אויפן' זעלבן (חשוב'ן) פלאץ.
ווען איך זאל זעהן אז די שפיצלטרעגערינס זענען ערנסטער ווי די וואס טראגן שייטלעך, וואלט איך (אפשר) געטראכט אז מיין ווייב זאל אנטון א שפיצל. וואס לדעתי איז אן איבריגע זאך. און נאך א סטייל.
אַ שפּיצל איז טעכניש א גאַטשע.
אַ פרוי וואָס וויל זיך צעשפּיצלען, איז געווענליך איר שייטל ווערד ווי אַ ראָציגער טאַשטוכל.
בלויע רעקלא שייטל איז שענער ווי א שפיצל?
ווענדט זיך ווי לאנג, שיין, סטייל פון די שייטעל (שפיצעל) , אין אויך די טראגערין וכו' בעיוטי איז אין די איי אף די בעהאלדער, וואט עווער דעט מינס.
א מאן וויל בדרך כלל זיין פרוי זאל וועלין געפעלען פאר אהים עס קען זיין אז די מאן (די חבר פון פותח האשכול..) פילט אז זי איז שוין נישט אזוי אינטערסירט אים צו געפעלען וכו'.
במוצאי יום מנוחה...
די עולם דא איז זייער נייגעריג פארוואס
איך מיין עס מאכט אפילו נישט אויס
א איד בעט הילף ביטע אויב איינער ווייסט פון א גוטע טערעפיסט וואס קען העלפן די ווייבל זאל שרייבן די אינפארמאציע
בלויע רעקלא שייטל איז שענער ווי א שפיצל?
יעדער האט זיך זיין טעם, פינקט ווי איינער האט בעסער ליב א בלויע רעקל ווי א שווארצע...
קעשקעטעלהיבש אסאך אינגעלייט חלשן אז זייער ווייב זאל זיך אנטיען א שפיצל.....
וויפיל?
איך וואלט ג'עצהט אז ער קען איר זאגען קיין פראבלעים אבער לאז וואקסען דיין האר....
געהערט אמאל געדענק נישט פינקטליך. א פרוי איז אריין צו איר רבי געזאגט אז זי וויל טוישן צו א שפיצל האט די רבי איר געזאגט אז זי זאל נישט הערן קיין האטליינס פאר א האלבע יאר אדער א יאר. און דעמאלץ זען צו זיוויל זי נאך אלץ טוישן.
שמן למאור קעשקעטעלהיבש אסאך אינגעלייט חלשן אז זייער ווייב זאל זיך אנטיען א שפיצל.....
וויפיל?
קענסט מאכן א סקר, ס׳איז די עידזש פון סקרים, נישטא מער קיין ב״ש, פאר יעדע פראגע, א קלארע סקר!
Re: א טערעפיסט געזוכט פאר א ווייב וואס וויל זיך אויסטון די ש
משה זעקעלדי עולם דא איז זייער נייגעריג פארוואס
איך מיין עס מאכט אפילו נישט אויס
א איד בעט הילף ביטע אויב איינער ווייסט פון א גוטע טערעפיסט וואס קען העלפן די ווייבל זאל שרייבן די אינפארמאציע
דער עולם איז נישט נייגעריג פארוואס, מען שמועס פשוט אויס וואס די סיבה קען זיין, און לויט דעם וואס די צוגאנג זאל זיין.
די ס"ה איז, די עניין איז נישט עפעס וואס דארף א טעראפיסט וואס ספעשילייזט בענייני שייטלעך ושפיצלעך. נאר פשוט א גוטע מערידזש טעראפיסט, וואס זאל זיי ארויסהעלפן צו פארשטיין איינער דעם צווייטנס צרכים און רצונות, און וויאזוי צו בעסער קאמיוניקירן, און וויאזוי צו מוותר זיין און אין די זעלבע צייט נישט זיך אינגאנצן מבטל זיין.
פונעם קעפל האב איך געמיינט אז די רעדע איז פון א ווייבל וואס וויל אויסטון דעם שייטל און גיין מיט די אייגענע האר ר"ל. אה, דאס איז שוין א שטיקל פראבלעם להלכה. אבער אז זי וויל זיך אנטון א שפיצל, הו קעירס? מ'קען מיינען אז די ווייב ווארט אפ די מאן יעדע נאכט ווען ער קומט אהיים פון די ארבעט, אנגעטון מיטן שענסטן שייטל. אבערוואס. זי האט אן דעם באנדענע/סנוכל /טורבאן וואטעווער. ווילאנג זי איז צאמגעקומען, און ציכטיג שיין אנגעטון זאל זי טראגן אויפ'ן קאפ וואטעווער מאכט איר העפי. אדרבה, זאל זי פילן אז זי דארף זעהן צו זיך מער אנשטרענגן גיבן די מאן זיינע געברויכן ווייל ער האט איר געלאזט אויסטון די שייטל.
Re: א טערעפיסט געזוכט פאר א ווייב וואס וויל זיך אויסטון די ש
ס'דא אסאך שפיצל פרויען וואס האבן סאך ווייניגער מיט אידישקייט און פרומקייט ווי אסאך פרויען מיט לאנגע שייטלען און שמאלע געפאסטע קליידער.
די אונטערליגענדע פראבלעם דא שיינט צו זיין אז די 'סיבה' פארוואס זי וויל אנטון דעם שפיצל באדערט אים, און דאס וועט לכאורה בלייבן אפילו אויב ער וועט ביי איר פועל'ן צו בלייבן מיטן שייטל.
אי משום הא ברויך מען זיך ווענדן צו די אשכולות וואס זענען דן אינעם נושא פון נשים דעתן קלות און ווי אזוי צו געבן א ברייטערן בליק אויפן לעבן
Re: א טערעפיסט געזוכט פאר א ווייב וואס וויל זיך אויסטון די ש
יעקב מעקסוועל
די ס"ה איז, די עניין איז נישט עפעס וואס דארף א טעראפיסט וואס ספעשילייזט בענייני שייטלעך ושפיצלעך. נאר פשוט א גוטע מערידזש טעראפיסט, וואס זאל זיי ארויסהעלפן צו פארשטיין איינער דעם צווייטנס צרכים און רצונות, און וויאזוי צו בעסער קאמיוניקירן, און וויאזוי צו מוותר זיין און אין די זעלבע צייט נישט זיך אינגאנצן מבטל זיין.
לדעתי איז די עניין נישט איבער שייטלעך ושפיצלעך - און אויך נישט איבער מערידש. עס איז איבער די מעגליכקיייט פון פריוואטע מענטשען אין אונזער סאסייעטי צו זיין מקושר מיט די אייגענע רצונות, און זיין independent thinkers.
איך קען נישט די ספעציפישע מדוברת, אבער פילע פרויען אין די חרדישע קאמיוניטי זענען מוח פארשווענקט דורך כל מיני רבניות און דרשניות - דורך די פילע האטליינס המתחדשים בכל יום. מען רעדט נישט פון קיין אמת'ע אידיאולוגישע פארשידנהייט צווישן מאן און ווייב.
מען דארף א טערעפיסט וואס קען איר ברענגען צו א פלאץ פון פארשטיין אז נישט יעדע ווארט וואס עפעס א רעבעצן זאגט איז קדוש מרחם, און אז נישט אלעס וואס מען האט אריינגעבאקן אין שולע איז באמת אזוי.
אויב האט זי אליינס דורכגעטון די נושא - געלערנט די מקורות (אהן קיין third party וד''ל) און צוגעקומען על דעת עצמה אז זי האט א שיטה אין די נושא, דאן איז דא וואס צו דן זיין.
Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
דער גאלדענער אדלערעפעס שטימט נישט דא, אויב האט ער איר עכט ליעב, דאן וואס האט עס צו טוהן וויאזוי זי גייט אנגעטוהן? ממש אז דאס גייט הארגענען די מערידזש?! און דאס אז ער האט געהאט צוויי קינדער מיט איר מיינט נאך נישט אז זיי האבן זיך ליעב. וויפיל קאפל גט'ן זיך נאכן האבן פינף קינדער. און בכלל אז זיי האבן זיך ליעב, דאן וויאזוי טוט זי אזא זאך וואס נעמט עם ממש ארויס פון די כלים??? נעה, אזא ליבשאפט פאר מיינע שונאים!
אהבה תוצאה מקשר - יש קשרים וקשר אחד נפסק. סיבות יש כמה,
ער גלייכט איר פערסאנאליטי, אבער ער איז פארכאפט איז זיין אינדענטיטעט -
די שפיצל קומט פין א קיצונית'דיג פארכאפעניש בנוגע נאר דעם ענין.
דרך אגב יכול להיות אז זי וויל אויסטון דעם שייטל און פשוט גיין מיט איר אייגענע האר (נאר האט ניט קיין מהלך דירעקט אהין)
קהל'ס נערזאלן ביידע גיין צוזאמען צי א טעראפיסט/סאושעל ווארקער.
מיר זעיט עס אויס ווי א מיס-קאמיוניקעישען אישו, א נערמאלע פרוי וויל זיך געפעלן פארן מאן, אויב ווי ער זאגט אויבן אז זיי האבן זיך ליב און דאך טיט זי עס, מסתם איז זי אויפגערייצט געווארען דורך עפעס א פרימע רעבעצין וואס געט נישט קיין דעקל פאר איר שלום בית, און נאך מען מסביר׳ט עס איר, מעגליך זי וועט עס אננעמען.
און אויב דאס העלפט נישט, איז די קשיא נאך גרעסער פארוואס וויל זיך די פרוי נישט געפעלן פאר איהר מאן, די פרוי האט סאך א גרעסערע פראבלעים ווי בעצם זיך אנטוען א שפיצל, און יעצט דארפן ענק שוין איינמאל טהערעפי.
(נאוט: איך זאג ענק דארפן טהעראפי, און נישט זי דארף טהעראפי)
יש לעיין - נארמאלע פרוי געפעלן פאר די מאן אדער נארמאלע פרוי האט איר זעלבסט ווירדע, ובזה תמצא חן.
Re: א טערעפיסט געזוכט פאר א ווייב וואס וויל זיך אויסטון די ש
בעל אחריותאיר רצון אנצוטוהן א שפיצל קען קומען פון א קטנות, און זיין שפירן אז דאס איז עק וועלט קומט אויך לענ"ד פון א קטנות, ער מיינט אז ווען זי טוט דאס אן "ווערט" זי מיט דעם אן אנדערע מענטש צוזאמען מיט אים.... ער שפירט ווי זיין גאנצע אידענטיטעט איז אין א סכנה, ער ווערט א שפיצל אינגערמאן...
פארוואס מיינט ער אזוי ?
Moshe itcheMy friend also had such a story, his wife wanted to take off her wig. He made clear to her that if she does that, then it goes both ways and he will also do something that he wants to do and she doesn't like. For example he will completely remove his smartphone filter, start to not wear his striemel at the shabbos table, etc. She got the message and backed off
יאפ.
געהערט די זעלבע אויף פארקערט, א אינגערמאן האט געוואלט אז די ווייב זאל גיין א א לאנגע שייטל, האט מען געזאגט דעם מאן אז אויב וויל ער זי זאל גיין ווי א פלעטבוש פרוי, מעג זי פארלאנגען ער זאל זיך אנטוהן ווי א פלעטבוש אינגערמאן... אויסטוהן דעם שטריימעל גיין א בענד דאון וכו'
דארט האט זיך די שמועס געענדיגט.
יעקב מענטשגעהערט די זעלבע אויף פארקערט, א אינגערמאן האט געוואלט אז די ווייב זאל גיין א א לאנגע שייטל, האט מען געזאגט דעם מאן אז אויב וויל ער זי זאל גיין ווי א פלעטבוש פרוי, מעג זי פארלאנגען ער זאל זיך אנטוהן ווי א פלעטבוש אינגערמאן... אויסטוהן דעם שטריימעל גיין א בענד דאון וכו'
דארט האט זיך די שמועס געענדיגט.
דער יונגערמאן איז א טיפש, אז ער פארלאנגט פון זיין פרוי צי גיין א לאנגע שייטל איז נישט מער פון נאטירלעך צי באקימען אזא רעאקציע, ער זאל בעטן ווי א מענטש צי גיין ציביסלעך און צוזאמען וועלן זיי אנקימען צי א עמק השווה
קהל'ס נער יעקב מענטשגעהערט די זעלבע אויף פארקערט, א אינגערמאן האט געוואלט אז די ווייב זאל גיין א א לאנגע שייטל, האט מען געזאגט דעם מאן אז אויב וויל ער זי זאל גיין ווי א פלעטבוש פרוי, מעג זי פארלאנגען ער זאל זיך אנטוהן ווי א פלעטבוש אינגערמאן... אויסטוהן דעם שטריימעל גיין א בענד דאון וכו'
דארט האט זיך די שמועס געענדיגט.
דער יונגערמאן איז א טיפש, אז ער פארלאנגט פון זיין פרוי צי גיין א לאנגע שייטל איז נישט מער פון נאטירלעך צי באקימען אזא רעאקציע, ער זאל בעטן ווי א מענטש צי גיין ציביסלעך און צוזאמען וועלן זיי אנקימען צי א עמק השווה
איך וואלט נישט געזאגט אז ער איז א טיפש. כ'רילעיט גאנץ גוט מיט זיינע דיזייערס, נאר איך וואלט נישט געוואלט מיין ווייב זאל זיך באשייטלען, מסיבות הידועות ושאינן ידועות.
אבער מיט דיין פוינט בין איך מסכים הונדערט פראצענט. ביי מיר (15 יאר חתונה געהאט) איז מען גאר פרום, מיט די גאנצע שמונה בגדים וכו' וכו' און חומרות און שיקאנען מבית ומבחוץ. איך האב אנגעהויבן זייער שטייט, נאך יארן צוריק. היינט האלט עס ביי דעם אז מיין ווייב וואלט געקענט באשטיין איך זאל איר בעטן זי זאל זיך טוישן אסאך עקסטרעמע לבושים. הגם איך גיי איר נישט בעטן, אבער ווען אזא ארומיגע קאנווערסעישן קומט ארויף שמייכל איך זיך אונטער וואספארא לאנגע וועג מ'זעמיר געקומען. מיט אסאאאאאאך געדולד, און מיט א קלארע וויזיע אז זאכן דויערן אסאך צייט, קען מען אנקומען העט ווייט.
יעקב מענטש Moshe itcheMy friend also had such a story, his wife wanted to take off her wig. He made clear to her that if she does that, then it goes both ways and he will also do something that he wants to do and she doesn't like. For example he will completely remove his smartphone filter, start to not wear his striemel at the shabbos table, etc. She got the message and backed off
יאפ.
געהערט די זעלבע אויף פארקערט, א אינגערמאן האט געוואלט אז די ווייב זאל גיין א א לאנגע שייטל, האט מען געזאגט דעם מאן אז אויב וויל ער זי זאל גיין ווי א פלעטבוש פרוי, מעג זי פארלאנגען ער זאל זיך אנטוהן ווי א פלעטבוש אינגערמאן... אויסטוהן דעם שטריימעל גיין א בענד דאון וכו'
דארט האט זיך די שמועס געענדיגט.
סטראשען? בלעק-מעילן? דאס קען יעדער!
און איך קען א מעשה אז דער מאן האט געזאגט אויב דו טוסט דאס געב איך דיר צוויי פראסקעס!
כ'מיין וואס פאר סאלושען איז דאס??
מ'רעד דא פון מענטשן וואס וויל העלפן פארשטיין איינער דעם צווייטן און פראבירן זיך צו אדזשאסטן צו זייערע (האפענטליכע צייטווייליגע) פרומענישע משוגעתן.
סוף טוב הכל טוב יעקב מענטש Moshe itcheMy friend also had such a story, his wife wanted to take off her wig. He made clear to her that if she does that, then it goes both ways and he will also do something that he wants to do and she doesn't like. For example he will completely remove his smartphone filter, start to not wear his striemel at the shabbos table, etc. She got the message and backed off
יאפ.
געהערט די זעלבע אויף פארקערט, א אינגערמאן האט געוואלט אז די ווייב זאל גיין א א לאנגע שייטל, האט מען געזאגט דעם מאן אז אויב וויל ער זי זאל גיין ווי א פלעטבוש פרוי, מעג זי פארלאנגען ער זאל זיך אנטוהן ווי א פלעטבוש אינגערמאן... אויסטוהן דעם שטריימעל גיין א בענד דאון וכו'
דארט האט זיך די שמועס געענדיגט.
סטראשען? בלעק-מעילן? דאס קען יעדער!
און איך קען א מעשה אז דער מאן האט געזאגט אויב דו טוסט דאס געב איך דיר צוויי פראסקעס!
כ'מיין וואס פאר סאלושען איז דאס??
מ'רעד דא פון מענטשן וואס וויל העלפן פארשטיין איינער דעם צווייטן און פראבירן זיך צו אדזשאסטן צו זייערע (האפענטליכע צייטווייליגע) פרומענישע משוגעתן.
עס איז אינו דומה צו צוויי פראסקעס. עס גיבט יענעם די הבנה אז אויב טוסטו זאכן אן זיך רעכענען מיט יענעם מעג יענער טוהן זאכן אן זיך רעכענען מיט דיר
פארשטייט זיך דאס איז נאר נאך וואס דער מאן האט קלאר געזאגט אז דאס שטערט אים. אויב זאגט ער עס נישט און האלט זיין ווייב האט א פראבלעם פארן בכלל זיך וועלן אנטוהן אנדערש, דארך ער ענדערש א טעראפיסט אויף גוטע קאמיוניקעישאן
פונדאַמענטאַל יעקב מעקסוועל
די ס"ה איז, די עניין איז נישט עפעס וואס דארף א טעראפיסט וואס ספעשילייזט בענייני שייטלעך ושפיצלעך. נאר פשוט א גוטע מערידזש טעראפיסט, וואס זאל זיי ארויסהעלפן צו פארשטיין איינער דעם צווייטנס צרכים און רצונות, און וויאזוי צו בעסער קאמיוניקירן, און וויאזוי צו מוותר זיין און אין די זעלבע צייט נישט זיך אינגאנצן מבטל זיין.
לדעתי איז די עניין נישט איבער שייטלעך ושפיצלעך - און אויך נישט איבער מערידש. עס איז איבער די מעגליכקיייט פון פריוואטע מענטשען אין אונזער סאסייעטי צו זיין מקושר מיט די אייגענע רצונות, און זיין independent thinkers.
איך קען נישט די ספעציפישע מדוברת, אבער פילע פרויען אין די חרדישע קאמיוניטי זענען מוח פארשווענקט דורך כל מיני רבניות און דרשניות - דורך די פילע האטליינס המתחדשים בכל יום. מען רעדט נישט פון קיין אמת'ע אידיאולוגישע פארשידנהייט צווישן מאן און ווייב.
מען דארף א טערעפיסט וואס קען איר ברענגען צו א פלאץ פון פארשטיין אז נישט יעדע ווארט וואס עפעס א רעבעצן זאגט איז קדוש מרחם, און אז נישט אלעס וואס מען האט אריינגעבאקן אין שולע איז באמת אזוי.
אויב האט זי אליינס דורכגעטון די נושא - געלערנט די מקורות (אהן קיין third party וד''ל) און צוגעקומען על דעת עצמה אז זי האט א שיטה אין די נושא, דאן איז דא וואס צו דן זיין.
Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
ווי זאגט
@רביה''ק זי''ע זאגן פאר יענעם וואס ער האלט 'באמת' איז די שטערקסטע ארויפצווינגונג וואס קען זיין
רביה''ק זי''ע
ווען א מענטש זאגט דיר קלאר און דייטליך "דאס איז וואס איך וויל" און דו זאגסט איר אז ס'קען נישט זיין אז זי וויל דאס טאקע, "דו זאגסט עס נאר ווייל דו ביזט פויל, טראומעטייזד, וכו', אבער באמת באמת ווילסטו אנדערש", דאס רוף איך "ארויפצווינגען" דיין מיינונג. און דאס גייט אויך אריין אין די אישו פון "גלייכע רעכטן"
פאנגסט אן אז מ'רעדט דא וועגן זיין מקושר מיט די אייגענע רצונות, האב איך מיך שוין איינגערעדט אז דו גייסט פארטיידיגן די פרוי וואס האט מחליט געווען צו גיין א שפיצל אז זי איז בארעכטיגט מיט אירע רצונות (שטעל דיך פאר ווען די מעשה איז פארקערט זי וויל זיך אנטון א לאנגע שייטל, און דער מאן זאגט אז ס'גייט צוברעכן זיין שטוב), אבער דו ענדיגסט צו אז ס'איז א השפעה פון די רבניות און דרשניות, שוין....
איך וואונדער מיר טאקע פארוואס
@בת קול נעמט זיך נאכנישט אן פאר די ארימע פרוי....