☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » פערל פון וויליאמסבורג

פערל פון וויליאמסבורג

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16481

עסקן בדברים » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:35 am

· #533730
פערל פון וויליאמסבורג
פריידא וויזעל האט אין די לעצטע פאר חדשים ארויפגעלייגט יוטוב ווידיואס מיט אינטערוויוס מיט א סאטמערע פרוי פון וויליאמסבורג מיטן נאמען פערל. זי איז 100% ערליך אינעם סיסטעם און גענצליך אן apologist דערפאר, אבער זי איז זייער knowledgeable (צ.ב.ש. זי האט גאנץ גוט פארשטאנען צו די ריפארם און קאנסערוויטיוו, און האט דערמאנט אז זי ליינט יעדער בוך אויף די האלאקאסט, אפילו די נישט פרומע) און קלוג, און האט א ספיציעלע וועג צו ענטפערן צום זאך מיט ווארעמקייט און מיט ווייזן acceptance צו יעדעם. די comments section אויף די ווידיואס זענען פיל מיט comments פון מענטשן--פון פרייע ביז גוים פון ארום די וועלט--וואס ווערן משוגע פאר איר. טייל פון די commentators האפן אז זי וועט עפענען אן אייגענעם podcast. זי האט זיכער אסאך אויפגעטון פארצושטעלן די חסידישע וועלט אין א גוטע ליכט, און וועט מעגליך במשך הזמן האבן א האנט אין מחזיר זיין אסאך אידן בתשובה פון די ווידיואס אליין. ימים יגידו אויב זי וועט ווערן מער א שטערן. זי קען זיכער אויב זי וויל.

איינער ווייסט מער וועגן איר? איר משפחה נאמען (אויב זי לאזט מפרסם זיין)?

צועקים וזועקים » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:37 am

· #533731
מחזיר בתשובה זיין אידן פון אראפמאלן די סיסטעם אין א פאזעטיווע ליכט? נעע איי דאונט טינק סאו...

עסקן בדברים » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:40 am

· #533733
צועקים וזועקים
מחזיר בתשובה זיין אידן פון אראפמאלן די סיסטעם אין א פאזעטיווע ליכט? נעע איי דאונט טינק סאו...
האסט געליינט די comments?

Lee » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 1:51 pm

· #533746
ביטע לייגט ארויף די לינק פונעם ווידיא

סקעפטיקער » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:36 pm

· #533758
עסקן בדברים
איינער ווייסט מער וועגן איר? איר משפחה נאמען (אויב זי לאזט מפרסם זיין)?
ענגלמאן

אוד מוצל מאש » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 5:13 pm

· #533759
Lee
ביטע לייגט ארויף די לינק פונעם ווידיא
https://youtu.be/IaqonzHozVM

שמן למאור » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 5:31 pm

· #533761
דא איז די גאנצע פלעי-ליסטע פון אלע פערל ווידיאוס.
https://youtube.com/playlist?list=PLhW2QoO54ycylVdMte0xOgmKWkyksKzyv

עסקן בדברים » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 7:51 pm

· #533773
סקעפטיקער
עסקן בדברים
איינער ווייסט מער וועגן איר? איר משפחה נאמען (אויב זי לאזט מפרסם זיין)?
ענגלמאן
Wow! געדענק איך איר דענמאלט פון יארן צוריק ווען זי האט געגעבן אינטערוויוס צו די מידיע וועגן איר זון.

יואליש » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 10:35 pm

· #533783
איר זוהן יואלי האט נארוואס ערהאלטן זיין דאקטאראט (PhD) אין קליניקעל פסיכילאגיע.

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 10:41 pm

· #533784
צועקים וזועקים
מחזיר בתשובה זיין אידן פון אראפמאלן די סיסטעם אין א פאזעטיווע ליכט? נעע איי דאונט טינק סאו...
צוריקברענגען ארויסגעפאלענע קליענטן איז דאך פשוט אז זי גייט נישט ווייל ס'נישט דא גארנישט וואס זי קען אונז זאגן וואס אונז האבן נישט געוואוסט פון פריער, איך ווייס דאך שוין פונקטליך וואס טוט זיך דארט, די "גוטע" און די "שלעכטע", און מיט דעם אלעם האב איך באשלאסן אז ס'נישט פאר מיר, אבער העלפן שאפן נייע קליענטן פאר חסידים קען זי לכאורה יא.