☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #16478

אשכול אן א טיטל #16478

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16478

— » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 12:50 pm

· #533640

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

אוד מוצל מאש » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 12:59 pm

· #533641
בד"ה
ווי אלט איז די רבי געווען?
ווי גייט מען איהם לייגן?

ששון ושמחה » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 1:01 pm

· #533642
אוד מוצל מאש
בד"ה
ווי אלט איז די רבי געווען?
92

אינגערמאנטשיקל » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 1:18 pm

· #533644
ששון ושמחה
אוד מוצל מאש
בד"ה
ווי אלט איז די רבי געווען?
92
היינט געווארן.

(מפי הסטאטוס)

חדשים » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 1:23 pm

· #533645
געבוירן Aug 17 און אוועק Aug 16

אפשר איז א ראי’ פון דא אז ממלא שנותיהם של צדיקים מיום ליום גייט מען לויט די קאלענדער בלע”ז... אדער מיום ליום מוז זיין די זעלבע טאג ממש, וצ”ע...

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 1:33 pm

· #533646
מען גייט אים לייגן אין "הר שלום", די נייע גרויסע בית החיים אין מאנסי.

נישטא קיין הספדים אין זייער חדר.

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 1:45 pm

· #533649
בד"ה: די רבי האט א זכי' צו ליגן אין איין ביה"ח צוזאמען מיט...שוין. כ'זאג נישט.

ערנסט גערעדט. ר'איז געווען א גרויסער צדיק, ענוותן ושפל ברך. אויף איהם קענמען זאגן דעם מאמר פון די גמרא...שייף עייל. שייף נפיק. ולא מחזיק טיבותא לנפשיה.

ווער ס'האט אמאל געזעהן דעם רבי אריינקומען צו א טיש. מיט אזא עניוות. כאילו נישט איהם מיינט מען. איך האב עס כמה פעמים געזעהן. זכותו יגן עלינו...!

נחבא » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:01 pm

· #533652
חדשים
געבוירן Aug 17 און אוועק Aug 16

אפשר איז א ראי’ פון דא אז ממלא שנותיהם של צדיקים מיום ליום גייט מען לויט די קאלענדער בלע”ז... אדער מיום ליום מוז זיין די זעלבע טאג ממש, וצ”ע...
באקאנטער חתם סופר אז מען גייט נאך די גויאישע יאר אין די זאך.

תפוח » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 5:19 pm

· #533656
יעדע טונא-בייגל אין בארא פארק וואס פארמאגט לייטס און סיירענס האט געהאט א חיוב עס אנצוצינדען דורכאויס די לעצטע שעה-צוויי.

ווער נישט זאל זאפארט עס צוריקגעבן.

חדשים » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 5:47 pm

· #533659
נחבא
חדשים
געבוירן Aug 17 און אוועק Aug 16

אפשר איז א ראי’ פון דא אז ממלא שנותיהם של צדיקים מיום ליום גייט מען לויט די קאלענדער בלע”ז... אדער מיום ליום מוז זיין די זעלבע טאג ממש, וצ”ע...
באקאנטער חתם סופר אז מען גייט נאך די גויאישע יאר אין די זאך.
איר קענט אפשר צוצייכענען?

עס איז דא א אנדערע חידוש אין חת”ס אז מען רעכענט פון די טאג וואס ער האט אנגעפאנגען צו דינען דעם אייבירשטען.

נחבא » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 9:55 pm

· #533684
חדשים
נחבא
חדשים
געבוירן Aug 17 און אוועק Aug 16

אפשר איז א ראי’ פון דא אז ממלא שנותיהם של צדיקים מיום ליום גייט מען לויט די קאלענדער בלע”ז... אדער מיום ליום מוז זיין די זעלבע טאג ממש, וצ”ע...
באקאנטער חתם סופר אז מען גייט נאך די גויאישע יאר אין די זאך.
איר קענט אפשר צוצייכענען?

עס איז דא א אנדערע חידוש אין חת”ס אז מען רעכענט פון די טאג וואס ער האט אנגעפאנגען צו דינען דעם אייבירשטען.
דרשות חתם סופר לז' אדר.

ברוך שפינוזה » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 11:16 pm

· #533691
אז מ'רעדט פון ז' אדר שרייבט דער רד"ק אנפאנג ספר יהושע אז ער האט געהערט אז ס'דא וואס זאגן אז משה רבינו איז אוועק אום שבת, זאגט ער אז ס'איז כפירה ואפיקורסת אזוי צו זאגן ווייל די גמרא זאגט אז משה רבינו איז אוועק ז' באדר, ווי אויך זאגט די גמרא אז יריחו איז איינגענומען געווארן יח בניסן(?) וואס איז אויסגעפאלן אום שבת, און ער מאכט דארט א חשבון אז אין א יאר וואס ז באדר קומט אויס אום שבת קען יח בניסן נישט אויסגעפאלן שבת... איין זאך האט ער נאר פארזעהן אז ס'דא א מדרש אז משה רבינו איז אוועק אין חודש אדר א, נאך א מדרש איז דא אז ער איז בכלל אוועק אין חודש שבט... סאו כפירה ואפיקורסת קען עס נישט זיין.

נחבא » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 11:45 pm

· #533692
ברוך שפינוזה

אפאר הערות.

1 דער רד"ק נוצט נישט די ווארט כפירה.

2 דער רד"ק דערמאנט די מדרש אז משה רבינו איז אוועק אום שבט.

חדשים » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 11:59 pm

· #533694
ברוך שפינוזה
אז מ'רעדט פון ז' אדר שרייבט דער רד"ק אנפאנג ספר יהושע אז ער האט געהערט אז ס'דא וואס זאגן אז משה רבינו איז אוועק אום שבת, זאגט ער אז ס'איז כפירה ואפיקורסת אזוי צו זאגן ווייל די גמרא זאגט אז משה רבינו איז אוועק ז' באדר, ווי אויך זאגט די גמרא אז יריחו איז איינגענומען געווארן יח בניסן(?) וואס איז אויסגעפאלן אום שבת, און ער מאכט דארט א חשבון אז אין א יאר וואס ז באדר קומט אויס אום שבת קען יח בניסן נישט אויסגעפאלן שבת... איין זאך האט ער נאר פארזעהן אז ס'דא א מדרש אז משה רבינו איז אוועק אין חודש אדר א, נאך א מדרש איז דא אז ער איז בכלל אוועק אין חודש שבט... סאו כפירה ואפיקורסת קען עס נישט זיין.
יש ע”ז אריכות גדולה בשאילת יעב”ץ ח”א סימן ל”ג.

חדשים » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 12:07 am

· #533697
נחבא
חדשים
נחבא
חדשים
געבוירן Aug 17 און אוועק Aug 16

אפשר איז א ראי’ פון דא אז ממלא שנותיהם של צדיקים מיום ליום גייט מען לויט די קאלענדער בלע”ז... אדער מיום ליום מוז זיין די זעלבע טאג ממש, וצ”ע...
באקאנטער חתם סופר אז מען גייט נאך די גויאישע יאר אין די זאך.
איר קענט אפשר צוצייכענען?

עס איז דא א אנדערע חידוש אין חת”ס אז מען רעכענט פון די טאג וואס ער האט אנגעפאנגען צו דינען דעם אייבירשטען.
דרשות חתם סופר לז' אדר.
איך האב מיר פארגעשטעלט אז אויב עס שטייט אין חתם סופר דארף עס שטיין אין א ז’ אדר דרשה. האסט אפשר מער א פונקטליכערע מראי מקום?

אגב, גאר א אינטערסאנטע סטאטיסטיק.

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:13 am

· #533717
[ציטאט אראפגענומען]
ברוך דיין האמת

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:18 am

· #533718
berlbalaguleh
בד"ה: די רבי האט א זכי' צו ליגן אין איין ביה"ח צוזאמען מיט...שוין. כ'זאג נישט.
איך מיין איך ווייס וועמען דו מיינסט, טאמער בין איך גערעכט, איז עס טאקע א זכי' ווייל ער איז אויך געוועהן א צדיק און א

טאקע לאמיר נישט רעדען פאר...

חובב ציון » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 5:49 pm

· #533763
ביים לוויה האט מען אויסגערופן אז ווער עס איז נישט געווען אין מקווה און איז נישט אויסגעהאלטן בענייני טעכנאלאגיע מעג נישט צורירען די מיטה..
קוקט אויס ווי דאס גייט זיין די לעיטעסט טרענד..
נעקסטע לוויה וועט מען אויסרופן ווער עס עסט מזונות ראולס מיט וואלאווע הכשר זאל נישט צורירען די מיטה..

צקון לחש » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 7:01 pm

· #533769
חובב ציון
נעקסטע לוויה וועט מען אויסרופן ווער עס עסט מזונות ראולס מיט וואלאווע הכשר זאל נישט צורירען די מיטה..
און אויך נישט מיטהאלטן די באגרעבעניש צערמאניע אויפ'ן פארענטשע

כלבאשבוע » פרייטאג אוגוסט 18, 2023 12:16 pm

· #533825
שיינע פערזענליכע רישומא פון ידיד השטיבל @לעיקוואד
📎 IMG_8279.jpeg

אוד מוצל מאש » פרייטאג אוגוסט 18, 2023 1:07 pm

· #533827
א בריוו צו הר שלום סעמעטערי פון די שכינים, ליינט זוך אז ביי די נעקסטע גרויסע לוויה וועט מען מוזן לאזן וויסן 6 חדשים פריער, אויב מוויל פארשפארן די ראודס.
ווייסן זיי נישט אז ביי אונז מאכט מען די לוויה די זעלבע טאג? קענען זיי דאס הינפארסען?
📎 F30LXpwWQAEl5Md.jpg 📎 F30LZpCXYAAjWwu.jpg

יין שרף » פרייטאג אוגוסט 18, 2023 1:39 pm

· #533829
אוד מוצל מאש
א בריוו צו הר שלום סעמעטערי פון די שכינים, ליינט זוך אז ביי די נעקסטע גרויסע לוויה וועט מען מוזן לאזן וויסן 6 חדשים פריער, אויב מוויל פארשפארן די ראודס.
ווייסן זיי נישט אז ביי אונז מאכט מען די לוויה די זעלבע טאג? קענען זיי דאס הינפארסען?
שטייט נאר אז אויב מען פלאנט אויס פין פאראויס, דארף מען זיי מודיע זיין

כלבאשבוע » פרייטאג אוגוסט 18, 2023 4:38 pm

· #533837
אוד מוצל מאש
א בריוו צו הר שלום סעמעטערי פון די שכינים, ליינט זוך אז ביי די נעקסטע גרויסע לוויה וועט מען מוזן לאזן וויסן 6 חדשים פריער, אויב מוויל פארשפארן די ראודס.
ווייסן זיי נישט אז ביי אונז מאכט מען די לוויה די זעלבע טאג? קענען זיי דאס הינפארסען?

זייער עיקר טענה איז אז מהאט יעדן מודיע געווען, חוץ זיי

למעשה, האבן די ארגאנאזירער ארומגעשיקט בריוון צו די שכנים מיט א שטיקל דורון מנחה אין טאג פון די לויה און מדארף פארשטיין פארוואס זיי האבן טאקע איגנארירט די טשעסטנאט רידזש חברה

סאיז משמע צווישן די שורות אז זיי האבן געוויסט אז מוועט מיט זיי אין ערגעץ נישט אנקומען, ממילא, איז דאס געווען בכוונה אזוי
📎 1000052604.jpeg 📎 56d209e5-d703-44ef-8898-e4e2e5e92dab.jpeg

פנחסבןאלעזר » זונטאג אוגוסט 20, 2023 12:18 am

· #533853
דברי הספד וסיפורים נפלאים על כ"ק אדמו"ר מרחמיסטריבקה זצוק"ל
הרב אלעזר ברוך באלד

https://youtu.be/sIVPRqbj_7w

אילין מאסק » זונטאג אוגוסט 27, 2023 12:18 am

· #534401

סאשי פיש » זונטאג אוגוסט 27, 2023 1:14 am

· #534410
@אילין מאסק
פליס סטאפ ספעמען מיט אלע דיינע ניקים

@אנאנים

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 27, 2023 1:23 am

· #534412
סאשי פיש
@אילין מאסק
פליס סטאפ ספעמען מיט אלע דיינע ניקים

@אנאנים
ואפשר לפורטם כי מעטים הם. אויך. איין ניק קאמפלימענטירט דעם צווייטן. לאל...!