☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » חב"ד-אונגארן איז זיך משתלט אויף די ארטאדאקסישע קהילה

חב"ד-אונגארן איז זיך משתלט אויף די ארטאדאקסישע קהילה

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16477

תוכו כברו » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 6:12 pm

· #533499
חב"ד-אונגארן איז זיך משתלט אויף די ארטאדאקסישע קהילה
אין די לעצטע שטיק צייט איז עטליכע מאל געווען אין די נייעס די געפעכט צווישן ר' ברוך אבערלענדער פון חב"ד-אונגארן און ארטיגע אידישע איינוואוינער נאכדעם וואס אבערלענדער פרובירט צו פארכאפן קאנטראל אויף ארטיגע קהל'ישע בנינים און שטחים וואס געהערן צו די אונגארישע ארטאדאקסישע קהילה.

יעצט זע אין די jdn נייעס איבערזיכט אז מ'האט אויפגענומען א נייע רב פאר די ארטאדאקסישע קהילה אין בודאפעסט. פאלגנד איז א קאפי-פעיסט פון jdn:


א גרויסע מעמד הכתרה איז פארגעקומען נעכטן זונטאג אינעם ווייטן אונגארן, אין די הויפטשטאט בודאפעסט, וואו עס איז אויפגענומען געווארן א נייער רב פאר די ארטאדאקסישע קהילה, אין די גרויסע באקאנטע בית המדרש אויף רחוב קאזינצי.

דער נייער רב הרה"ג ר' ארי' מרדכי ראבינאוויטש שליט"א, וועלכער ציעט זיין יחוס בן אחר בן צום הייליגן יו"ד הקדוש זי"ע פון פשיסחא, וועט פון היינט און ווייטער שטיין בראש פון די קהילה "קהל עדת יראים" אין בודאפעסט, מיסודו פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע.

די גרויסע מעמד הכתרה איז פארגעקומען אין היכל בית המדרש, וואו דער נייער רב האט צוערשט געמאכט א סיום הש"ס, דערנאך האט ער אויפגעטרעטן מיטן ערשטן דרשה פאר די חברי הקהילה, און א לענגערע צייט משמיע געווען דברי פלפול דרוש ואגדה. דערנאך האט איינער פון די ראשי הקהילה פארגעליינט עטליכע מכתבי ברכה פון גדולי הרבנים, און געוואונטשן מזל טוב פה אחד בשם אלע חברי הקהילה.


דער וואס ווייסט נאך פרטים איז העפליך געלאדנט אריינצוקומען מהנה צו זיין דעם עולם!
📎 unnamed.jpg

אינגערמאנטשיקל » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 7:46 pm

· #533508
שכוח פארן אויפמאכן די אשכול. איך בין אויך זייער נייגעריג וואס גייט דארטן פאר.

אגב, הרב ברוך אבערלענדער איז א וויליאמסבורגער אינגל.

שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:38 pm

· #533521
איז די בילד סתם א ליצנות?

תנחום » דינסטאג אוגוסט 15, 2023 1:58 am

· #533526
אויב איינער קען דא די גאנצע מערכה זאל ביטע אריינקומען מיט דעטאלירטע באריכט. שכועח פון פאראויס.

נחום הסופר » דינסטאג אוגוסט 15, 2023 3:04 pm

· #533554
כ'האב עפעס אויך געהערט רעדן דערפון, אבער מיט נישט צופיל מער פרטים ווי דאס אז חב"ד בודאפעסט פרובירט איבערצונעמען קאנטראל (אויף מאמע לשון: אוועק'גנב'ענען) די ארטאדאקסישע קהילה'ס שטחים אין בודאפעסט

ס'איז א לשון הרע וואס מ'מעג גלייבן, היות זיי זענען פארנומען מיט אזעלכע שטיק אויך אויף אנדערע פלעצער (דא ווערט די גאנצע אהבת ישראל וכדו' פארשוואונדן)

תוכו כברו » דינסטאג אוגוסט 15, 2023 6:02 pm

· #533576
נחום הסופר
כ'האב עפעס אויך געהערט רעדן דערפון, אבער מיט נישט צופיל מער פרטים ווי דאס אז חב"ד בודאפעסט פרובירט איבערצונעמען קאנטראל (אויף מאמע לשון: אוועק'גנב'ענען) די ארטאדאקסישע קהילה'ס שטחים אין בודאפעסט

ס'איז א לשון הרע וואס מ'מעג גלייבן, היות זיי זענען פארנומען מיט אזעלכע שטיק אויך אויף אנדערע פלעצער (דא ווערט די גאנצע אהבת ישראל וכדו' פארשוואונדן)
נישט נאר אין בודאפעסט, נאר אין נאך אסאך פלעצער לענגאויס אונגארן צווישן זיי קאלוב, אוהעל און קערעסטיר.

בייגעלייגט א קול קורא פון די עדה החרדית קעגן זייערע מעשים תעתועים. מערקט ווי עדה"ח נוצט אויס דעם פאקט אז ס'האנדלט זיך פון די "מוחרם'דיגע" שטאטוסקווא קהילה כקורדום לחפור בו...
📎 מכתב בד''ץ העדה החרדית.pdf

תוכו כברו » דינסטאג אוגוסט 15, 2023 6:14 pm

· #533577

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 15, 2023 7:06 pm

· #533580
נחום הסופר
כ'האב עפעס אויך געהערט רעדן דערפון, אבער מיט נישט צופיל מער פרטים ווי דאס אז חב"ד בודאפעסט פרובירט איבערצונעמען קאנטראל (אויף מאמע לשון: אוועק'גנב'ענען) די ארטאדאקסישע קהילה'ס שטחים אין בודאפעסט

ס'איז א לשון הרע וואס מ'מעג גלייבן, היות זיי זענען פארנומען מיט אזעלכע שטיק אויך אויף אנדערע פלעצער (דא ווערט די גאנצע אהבת ישראל וכדו' פארשוואונדן)
וגם ב'קרוינהייטס. ר' ג.ב. (ע"ה) יוכיח. ער האט מיר אליין פארציילט.

רכילות אלערט!

דוראק » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 5:08 am

· #534109
נחום הסופר
כ'האב עפעס אויך געהערט רעדן דערפון, אבער מיט נישט צופיל מער פרטים ווי דאס אז חב"ד בודאפעסט פרובירט איבערצונעמען קאנטראל (אויף מאמע לשון: אוועק'גנב'ענען) די ארטאדאקסישע קהילה'ס שטחים אין בודאפעסט

ס'איז א לשון הרע וואס מ'מעג גלייבן, היות זיי זענען פארנומען מיט אזעלכע שטיק אויך אויף אנדערע פלעצער (דא ווערט די גאנצע אהבת ישראל וכדו' פארשוואונדן)
וואָס עס טוט זיך אין אונגאַרן – ווייס איך ניט. אָבער ס׳איז מיר שווער צו גלויבן אַז ס׳איז דאָרטן געווען אַ ריכטיקע אָרטאָקסישע קהילה איידער ר׳ ברוך איז אָנגעקומען (להוציא נעאָלאָגן וואָס זײנען אַלעמאָל געוועזן).

אבן הפינה » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:01 pm

· #534135
דוראק
וואָס עס טוט זיך אין אונגאַרן – ווייס איך ניט. אָבער ס׳איז מיר שווער צו גלויבן אַז ס׳איז דאָרטן געווען אַ ריכטיקע אָרטאָקסישע קהילה איידער ר׳ ברוך איז אָנגעקומען (להוציא נעאָלאָגן וואָס זײנען אַלעמאָל געוועזן).

פאר גנבים איז אייביג שווער צו גלייבען .....

חב’’ד באשטייט פין א קהלה/אנהענגער’ס/חברים האלבע יודען גאנצע גוים אין איין חרדישע יוד זייערע רב, משא’’כ די ’ריכטיקע ארטאקסישע’ קהלה עדת יראים באשטייט פון אלע ערנסטע חרדישע יודען אין בודאפעסט פאר די לעצטע זיבעציג יאר, נישט קיין גאר גרויסע קהלה אבער אן ערנסטע היימישע ערליכע אונגערישע קהלה, אפילו א שטריימל צוויי איז אויכט דא דארט

תוכו כברו » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 6:13 pm

· #534173
כ'הער שמועסן אז היינט איז פארגעקומען א גרויסע פראטעסט אין בודאפעסט קעגן חב"ד'ס צווייפלהאפטיגע אקטיוועטעטן.

איינער מיט נאך אינפארמאציע?

דוראק » פרייטאג אוגוסט 25, 2023 6:23 am

· #534271
אבן הפינה
דוראק
וואָס עס טוט זיך אין אונגאַרן – ווייס איך ניט. אָבער ס׳איז מיר שווער צו גלויבן אַז ס׳איז דאָרטן געווען אַ ריכטיקע אָרטאָקסישע קהילה איידער ר׳ ברוך איז אָנגעקומען (להוציא נעאָלאָגן וואָס זײנען אַלעמאָל געוועזן).

פאר גנבים איז אייביג שווער צו גלייבען .....
(וועמען האָב איך באַ׳גנב׳עט??)
אבן הפינה
חב’’ד באשטייט פין א קהלה/אנהענגער’ס/חברים האלבע יודען גאנצע גוים אין איין חרדישע יוד זייערע רב, משא’’כ די ’ריכטיקע ארטאקסישע’ קהלה עדת יראים באשטייט פון אלע ערנסטע חרדישע יודען אין בודאפעסט פאר די לעצטע זיבעציג יאר, נישט קיין גאר גרויסע קהלה אבער אן ערנסטע היימישע ערליכע אונגערישע קהלה, אפילו א שטריימל צוויי איז אויכט דא דארט
לגופו של עניין – איך טענה ניט אַז אין בודאַפּעשט זײנען ניט געווען קיינע פרומע אידן, אָבער ווער עס מיינט אַז במציאות איז געווען שייכות אַ דויערהאַפטיקע קהילה, דער ווייס ניט וואָס עס איז אַזוינס אַ קאָמוניסטישער רעזשים...

אבן הפינה » זונטאג אוגוסט 27, 2023 3:22 pm

· #534464
גענומען פין א ידיד’ס סטאטוס


עיני עיני יורדה מים על שבר בת עמי !!
זדים ופושעים פלשו למקום שהתפללו בו אבותי משך כמה דרות, במסווה של שיפוץ. זרקו המתפללים לרחובות קריה ושדדו רכוש בית המדרש והקהילה, זה מה שמתרחש עכשיו בבודפשט תחת הנהלת חב’’ד מנסים להציל מה שנשאר אבל מתמודדים עם עבריינים וגבר אלים בסיוע השלטונות נגד פסק בית דין. זכיתי לבקר שם ביחד עם אבי מורי ז’’ל בשנת תשל’’ח כשהונגריה היה תחת שלטון הקומוניסטית והיה הכל על מקומו כמו שהיה לפני המלחמה ,
שלטון הפושעים מחב’’ד עוללו מה שלא עשו כל השונאי ישראל .


בשבת שעברה חיללו עוד מקום תפילה של קהילת האורטודוקסים בבודפשט ושדדו הריהוט בעיצומו של יום השבת . זהו בנוסף שכבר השחיתו מקום תפילה קבוע ברחוב קוזינסי וסגרו 3 בתי תפילה במרכז הקהילה בקוזינסי השם ירחם


לכל אלו ששואלים אותי.. הייתי בבודפשט כמה פעמים לאחרונה. הייתי שמה לפני פורים ועוד היה הכל על מקומו חוץ ממה שרחף עליהם הפחד שעלולים השלטונות להעביר הנכסים לשלוחי חב’’ד אבל היה תקווה שזה לא יתרחש. הייתי שמה השבת וראיתי החרס וחורבן מה שעוללו הפושעים והרשעים קגלסי חב’’ד , מי שיכול לעזור הקהילה מצפרני הרשעים המשחיתים ’’במסווה של קירוב’’ נא ונא לעזור הקהילה לחזור הנכסים והבית המדרש להם ולהמשיך הקהילה האוטורדוקסית עדת יראים כימים מקדם

דוראק » דינסטאג אוגוסט 29, 2023 5:19 am

· #534730
אבן הפינה
זכיתי לבקר שם ביחד עם אבי מורי ז’’ל בשנת תשל’’ח כשהונגריה היה תחת שלטון הקומוניסטית והיה הכל על מקומו כמו שהיה לפני המלחמה ,
שלטון הפושעים מחב’’ד עוללו מה שלא עשו כל השונאי ישראל .
מיר איז אינטערעסאַנט צו הערן, ביטע פאַרבינדט זיך מיט מיר אין אישי.

(הערה אישית: אני הקטן נולדתי אחרי שכבר נפלה מלכות הרשעה הקומוניסטית, אולם משנות מגוריי באוקראינה ראיתי מכלי ראשון החורבן שמלכות הרשעה עשתה, ולכן הנני מתעניין ביותר בעניינים כאלה)

מצפצף » דינסטאג אוגוסט 29, 2023 4:29 pm

· #534774
דוראק
אבן הפינה
זכיתי לבקר שם ביחד עם אבי מורי ז’’ל בשנת תשל’’ח כשהונגריה היה תחת שלטון הקומוניסטית והיה הכל על מקומו כמו שהיה לפני המלחמה ,
שלטון הפושעים מחב’’ד עוללו מה שלא עשו כל השונאי ישראל .
מיר איז אינטערעסאַנט צו הערן, ביטע פאַרבינדט זיך מיט מיר אין אישי.

(הערה אישית: אני הקטן נולדתי אחרי שכבר נפלה מלכות הרשעה הקומוניסטית, אולם משנות מגוריי באוקראינה ראיתי מכלי ראשון החורבן שמלכות הרשעה עשתה, ולכן הנני מתעניין ביותר בעניינים כאלה)
אין אונגארן איז די מצב געווען בעסער ווי אין רוסלאנד גופא.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 29, 2023 4:47 pm

· #534776
מצפצף
דוראק
אבן הפינה
זכיתי לבקר שם ביחד עם אבי מורי ז’’ל בשנת תשל’’ח כשהונגריה היה תחת שלטון הקומוניסטית והיה הכל על מקומו כמו שהיה לפני המלחמה ,
שלטון הפושעים מחב’’ד עוללו מה שלא עשו כל השונאי ישראל .
מיר איז אינטערעסאַנט צו הערן, ביטע פאַרבינדט זיך מיט מיר אין אישי.

(הערה אישית: אני הקטן נולדתי אחרי שכבר נפלה מלכות הרשעה הקומוניסטית, אולם משנות מגוריי באוקראינה ראיתי מכלי ראשון החורבן שמלכות הרשעה עשתה, ולכן הנני מתעניין ביותר בעניינים כאלה)
אין אונגארן איז די מצב געווען בעסער ווי אין רוסלאנד גופא.
אפילו אונטער די קאמוניסטן. זיי האבן מער ערלויבט צו פיהרן א רעליגיעז לעבן ווי אין רוסלאנד.

איזה נשמה » דינסטאג אוגוסט 29, 2023 6:18 pm

· #534785
every story has 2 sides and a third that is right, i dont know the story but if you are alive more then a few days you know not everyone who screams Ganev etc. is right
so lets hear the other side to this story.

הדד בן בדד » דינסטאג אוגוסט 29, 2023 8:23 pm

· #534797
אמת אז נישט יעדער, אבער דאסמאל זענען זיי גערעכט. די ליבאוויטשער זענען דא שרעקליכע פארברעכער און פאלנע גנבים.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 29, 2023 8:50 pm

· #534804
הדד בן בדד: דו האסט ערשטהאנטיגע אינפארמאציע?... יענקל האט געטון דאס. שלומיאל האט צובראכן יענץ, חאצקל האט געגאנב'עט דאס איבריגע...!

לופטיגע שמועות זענען אייביג דא. א מעגליך אומצפרידענער מענטש וועט שרייען אויף יענעם גנב, גזלן.

הדד בן בדד » מיטוואך אוגוסט 30, 2023 1:08 am

· #534831
berlbalaguleh
הדד בן בדד: דו האסט ערשטהאנטיגע אינפארמאציע?... יענקל האט געטון דאס. שלומיאל האט צובראכן יענץ, חאצקל האט געגאנב'עט דאס איבריגע...!

לופטיגע שמועות זענען אייביג דא. א מעגליך אומצפרידענער מענטש וועט שרייען אויף יענעם גנב, גזלן.
יא איך האב. ניין, ס'איז נישט דער זאגט יענער זאגט. ס'איז געהעריג צוגערויבט בניינים פון א קהילה (א קליינע קהילה וואס האט נישט געהעריג ווער ס'זאל זיי דיפענדן). ס'איז אן אריכות און איך גיי נישט אריינגיין דא אין דעם.

און אמר"ש, זענען די ליבאוויטשער גרויסע מומחים אין דעם נושא.

צפור בודד » מיטוואך אוגוסט 30, 2023 5:09 am

· #534840
Re: חב"ד-אונגארן איז זיך משתלט אויף די ארטאדאקסישע קהילה
אינגערמאנטשיקל
אגב, הרב ברוך אבערלענדער איז א וויליאמסבורגער אינגל.
דאס איז אויף אינפארמאציע אדער א הסבר?



Sent from my SM-G981B using Tapatalk

אינגערמאנטשיקל » מיטוואך אוגוסט 30, 2023 6:19 pm

· #534889
צפור בודד
אינגערמאנטשיקל
אגב, הרב ברוך אבערלענדער איז א וויליאמסבורגער אינגל.
דאס איז אויף אינפארמאציע אדער א הסבר?



Sent from my SM-G981B using Tapatalk
סתם א טריוויא פאקט.

אינגערמאנטשיקל » מיטוואך אוגוסט 30, 2023 6:20 pm

· #534890
הדד בן בדד
berlbalaguleh
הדד בן בדד: דו האסט ערשטהאנטיגע אינפארמאציע?... יענקל האט געטון דאס. שלומיאל האט צובראכן יענץ, חאצקל האט געגאנב'עט דאס איבריגע...!

לופטיגע שמועות זענען אייביג דא. א מעגליך אומצפרידענער מענטש וועט שרייען אויף יענעם גנב, גזלן.
יא איך האב. ניין, ס'איז נישט דער זאגט יענער זאגט. ס'איז געהעריג צוגערויבט בניינים פון א קהילה (א קליינע קהילה וואס האט נישט געהעריג ווער ס'זאל זיי דיפענדן). ס'איז אן אריכות און איך גיי נישט אריינגיין דא אין דעם.

און אמר"ש, זענען די ליבאוויטשער גרויסע מומחים אין דעם נושא.
קום אריין מיט דיטעילס.