☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » תגלחת נשים - סקר

תגלחת נשים - סקר

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16476

כרם זית » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 5:24 pm

· #533495
תגלחת נשים - סקר
היות @פרייליכע יוד האט געבעטן אז מען זאל נאכאמאל מאכן א סקר איבער די מנהג פון אפשניידן די האר ביי פרויען, האב איך עס דא געמאכט.

ביטע נאר ענטפערן אויב איר זענט פון א קהילה ווי די מנהג איז זיך יא צו שערן.

די סקר וועט לויפן פאר פינף טעג.

כרם זית » זונטאג אוגוסט 20, 2023 12:42 am

· #533856
רעזולטאטן.

קהל'ס נער » זונטאג אוגוסט 20, 2023 3:14 am

· #533863
רעזולטאטן פון א טעלעגראם פאול
📎 IMG_4863.jpeg

שמן למאור » זונטאג אוגוסט 20, 2023 3:29 am

· #533874
ווי אויפגעקלערט דער עולם איז... רוב האלטן זיך צום פעלזן פעסטן מסורה.

חדשים » זונטאג אוגוסט 20, 2023 9:10 am

· #533880
שמן למאור
ווי אויפגעקלערט די מענער זענען... האלטן זיך די פרויען צום פעלזן פעסטן מסורה.

קהל'ס נער » זונטאג אוגוסט 20, 2023 9:51 am

· #533882
שמן למאור
ווי אויפגעקלערט דער עולם איז... רוב האלטן זיך צום פעלזן פעסטן פיער פרעשיר.

שווארצע אדיסי » זונטאג אוגוסט 20, 2023 3:29 pm

· #533893
איך פערזעינליך האלט אז אחוץ אויב מלאסט עס וואקסען די גאנצע לעינג, איז שענער שעיווד. אינצווישן האביך ניש ליעב.

בילדינג פליפער » זונטאג אוגוסט 20, 2023 4:17 pm

· #533895
Re: תגלחת נשים - סקר
שווארצע אדיסי
איך פערזעינליך האלט אז אחוץ אויב מלאסט עס וואקסען די גאנצע לעינג, איז שענער שעיווד. אינצווישן האביך ניש ליעב.

איך האב מורא אז דאס איז א תירוץ וואס דיין מוח פראדעצירט.

טייל מאל וועלן מענטשן טרעפן תירוצים פארוואס געוויסע זאכן זענען גוט אפילו באמת וואלטן זיי דאס נישט ליב געהאט לכתחילה.

פארשטייט זיך ס'איז א שפעקולאציע, איך קען דיך נישט.

סוף טוב הכל טוב » זונטאג אוגוסט 20, 2023 5:59 pm

· #533897
די שאלה איז, אויב נישט מגולח, גייט זי אינדערהיים מיט א בלויזן קאפ, אדער מיט א טיכל/שייטל?
אויב בין כך ובין כך גייט מען צוגעדעקט קען זי זיך שוין שערן מיט זערא!

אלע צוזאמען » זונטאג אוגוסט 20, 2023 6:07 pm

· #533898
סוף טוב הכל טוב
די שאלה איז, אויב נישט מגולח, גייט זי אינדערהיים מיט א בלויזן קאפ, אדער מיט א טיכל/שייטל?
אויב בין כך ובין כך גייט מען צוגעדעקט קען זי זיך שוין שערן מיט זערא!
נישט אמת, אין שאוער און אין בעט איז אויך ווערט עפעס.

ברוך שפינוזה » זונטאג אוגוסט 20, 2023 11:41 pm

· #533914
די ווארט איז נישט אינדערהיים אדער און שאווער, ס'די self image וואס אזא פרוי באקומט רח"ל וואס איז משפיע אויף איר גאנצע body language און התנהגות וכו', ווי א קימאו טעראפי איבערלעבער רח"ל, כד רגיז רעיא על ענא עביד לנגדא סמותא. אבער ווי האט יענער געזאגט, די גאנצע פארוואנדלען פרויען אין skinheads שטיק איז סתם א טריק פון די רבנים מרבה צו זיין ++LGBTQ, און ווי ס'זעהט אויס ארבעט זיך עס פיין אויס פאר זיי.

כספי » מאנטאג אוגוסט 28, 2023 1:52 am

· #534557
חדשים
שמן למאור
ווי אויפגעקלערט די מענער זענען... האלטן זיך די פרויען צום פעלזן פעסטן מסורה.
נישט ממש
ס'איז דא %43 וואס זאגן אייביג, קעגן נאר %26 וואס זאגן אז יא אבער הלואי נישט, דאס הייסט אויסער וואס (שוין פון דא אין קאווע שטיבל) 69% שערן זיך אפ, איז א איבערוויגנדע מערהייט צופרידן (עכ"פ מער-ווייניגער) מיט דעם...