☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאלעדש פאסיג פאר חרדישע בחורים און מיידלעך

קאלעדש פאסיג פאר חרדישע בחורים און מיידלעך

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16471

ברוך שפינוזה » פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:25 am

· #533291
קאלעדש פאסיג פאר חרדישע בחורים און מיידלעך
וואס דארף די פאבליק סקול סיסטעם טוהן אז חרדים זאלן קענען זיך איינגלידערן דערין? (אקעי, דיעס אשכול איז טאקע א ספינאףף פון די צה"ל אשכול, אבער אויסער די צינישקייט שבו מיין איך עס זייער ערנסט, עניוועיס.)

דאס הייסט אזוי, קען זיין אז איך מאך א גרויסן גראבן גרייז, אבער ווי איך פארשטיי טוט היינט דער חסידישער עולם הייראטן אביסעלע שפעטער ווי אמאל, ד.ה. מער אזוי ביי די 21. איז פארוואס זאל מען אין דעם צייט (פון די 18 ביז די 21) זיצן אינעם echo chamber וואס רופט זיך ישיבה וואו מ'טוט ראדיקאליזירט ווערן און מ'לערנט זיך נישט גארנישט אויס אויפ'ן לעבן און שפעטער גייט מען קיין ארץ ישראל וואו מ'ווערט פארכאפט אין ציונות און אנדערע שטותים, ווער רעדט נאך פון די ממון ודמים וואס דאס קאסט אפ פאר די עלטערן. און וואס טוען די מיידלעך אין דעם תקופה אין לעבן? מ'זיצט אין אפיסעס רח"ל, מ'ווערט צו נאנט מיט די פרענדס און דערנאך וויל מען ליידער נישט הערן פון הייראטן רח"ל. מ'קען דאך צו דער זעלבער צייט שיקן די קינדער אין קאלעדש וואו אנשטאט אריינזומען אין עפעס אן אירעלעוואנטע ניעש ווי תכלת אדער שיטת ר' גדליה נאדעל אדער ר' יואלי ראטה וועלן זיי באקומען א ברייטערן בליק אויפ'ן וועלט פון די ארט קלאסן און לערנען עפעס תכלית'יג אויפ'ן לעבן פון ביזנעס און STEM קלאסן. האבענדיג נאך אפציעס וועלן די מיידלעך זיך שוין נישט אזוי אנקלעבן מיט זייערע "פרענדס", זיי וועלן זיך אפלערנען פון די אראבקעס א זאך אדער צוויי איבער צניעות, און די בחורים וועלן זיך פון זיי אפלערנען זיך אביסעלע צוצופלייסן און נישט סתם זיצן ארומקוליצן און פארברענגען די צייט אויף נארישקייטן און אנדערע הארבע עבירות.

און נאכאמאל, איך רעד נישט פון סטוטשינע חסידים אדער אנדערע עקסטרעמע גרופעס, איך רעד פון אזעלכע וואס האלטן יא פון ארבעטן און עוסק זיין ביישובו של עולם, און זיי וואלטן געשיקט די קינדער אין קאלעדש ווען ס'וואלט פאסיג געוועהן פאר די חרדישע יונגווארג. וואס אלץ האלט איר דארף מען דארט צופאסן און טוישן כדי עס זאל ווערן א פאסיגע מקום פאר חרדים? כשר'ע עסן? מער אידישע לימודים? (גראדע אין מיינע צייטן פלעגט זיין א אידיש קלאס אין ברוקלין קאלעדש, מ'פלעגט דאס נעמען אנצופילן קרעדיטס 😂 ) Creationist און flat earth קלאסן? דירעקטע באסעס פון בפ/ווילי? הוקס אויפצוהענגען די היטן? אפגעטיילטע דארמס?

חדשים » פרייטאג אוגוסט 11, 2023 9:14 am

· #533300
ברוך שפינוזה
ס'איז פונקט ווי דו זאלסט פרעגן וואס דארף א קירכע טוישן אז אידן זאלן קומען דארט דאווענען, ווילאנג ס'טראגט דעם נאמען קירכע קענסטו פארגעסן..
אין אמת’ן אריין, אונזערע ישיבות זענען סייווי לעגאלע קאלעדזשעס, די קעמפוס איז דא. מען דארף נאר אריינלייגן אפאר זאכליכע קלאסן וואס וועט בענעפיטירן פאר די לעבן וילמדו תועים בינה.

סוף טוב הכל טוב » פרייטאג אוגוסט 11, 2023 11:04 am

· #533316

ווען איך פלעג קוליצן אין ישיבה פלעגט זיין אז ניגונ'דל "קאפי קעררער קאפי קעררער וואס דו ביסט". איך ווייס נישט צו מ'זינגט עס נאך היינט...
לץ 😂

ערנסטגערעדט » פרייטאג אוגוסט 11, 2023 12:54 pm

· #533324
Re: קאלעדש פאסיג פאר חרדישע בחורים און מיידלעך
ברוך דו ווילסט צוריקגיין אין קלאס?
איך וויל נישט…

ברוך שפינוזה » פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:06 pm

· #533326
Re: קאלעדש פאסיג פאר חרדישע בחורים און מיידלעך
ערנסטגערעדט
ברוך דו ווילסט צוריקגיין אין קלאס?
איך וויל נישט…
Huh?

צוויבל קניפער » פרייטאג אוגוסט 11, 2023 2:09 pm

· #533330
חדשים
ברוך שפינוזה
ס'איז פונקט ווי דו זאלסט פרעגן וואס דארף א קירכע טוישן אז אידן זאלן קומען דארט דאווענען, ווילאנג ס'טראגט דעם נאמען קירכע קענסטו פארגעסן..
אין אמת’ן אריין, אונזערע ישיבות זענען סייווי לעגאלע קאלעדזשעס, די קעמפוס איז דא. מען דארף נאר אריינלייגן אפאר זאכליכע קלאסן וואס וועט בענעפיטירן פאר די לעבן וילמדו תועים בינה.
יא אבער אונז ביידע ווייסן וויפיל קול קורא'ס און מוחאות וועט זיין.

צקון לחש » פרייטאג אוגוסט 11, 2023 2:21 pm

· #533332
צוויבל קניפער
יא אבער אונז ביידע ווייסן וויפיל קול קורא'ס און מחאות וועט זיין.
און?
(איך מיין צו זאגן אז ב"ה אכשר דרא, און קול קורא'ס זענען בעיקר דא אויף צו ארויסברענגען ווייטאג ווי איידער למעשה עפעס אויפטוהן)

צוויבל קניפער » פרייטאג אוגוסט 11, 2023 2:22 pm

· #533333
צקון לחש
און?
(איך מיין צו זאגן אז ב"ה אכשר דרא, און קול קורא'ס זענען בעיקר דא אויף צו ארויסברענגען ווייטאג ווי איידער למעשה עפעס אויפטוהן)
זיי וועלן בלעקמעילן.

ברוך שפינוזה » פרייטאג אוגוסט 11, 2023 2:30 pm

· #533337
@צקון לחש: דארפסט זיך אביסעלע צולערנען layered irony, דא איז די רעדע פון סך הכל 1 שיכט irony, וואס וועסטו טוהן ווען דו וועסט ארויסגיין אין די גרויסע וועלט און דו וועסט זיך דארפן ספראווען מיט 5 שיכטן פון irony אדער מער?