חובב ציון קהל'ס נער שמן למאורוואס הייסט זיי זענען "איינגעשפארט" אין די זעלבע הויז? איינער האט זיי געלייגט אויף הויז ארעסט?
אגב, שכויעך קהל'ס פארן אשכול, עס וועט צינוץ קומען.
האח הגדול, איז א ט״וו שאו ווי מען שפארט איין ארום צוואנציג מענטשן אין איין הויז און דער וואס בלייבט די לעצטע באקימט א מיליאן שקל.
טעכניש קען ער ארויסגיין אבער ער גייט פארלירן די געים.
עס איז אנבעליוועבעל ער קוקט נישט אויס צו קליג אבער אין ארץ ישראל קען יעדע חרדי וואס גייט אףף ווערן פאפולער א שטייגער ווי יאיר שרקי, לכאורה איז דאס ווייל די שפראך איז די זעלבע, דא ביינוז ווי קען א קווינס בחור אנקומען?..
פון די אנדערע זייט איז עס פארקערט ווען עס קומט צו ביזנעס.
יא, אן איזרעילי בחור קען ווערן קיל, עפענען א טיק טאק צו אינסטעגראם ווי ער רעדט נארישקייטן, און אויב זעט ער אויס שיין, און רעדט פליסיג, דאן קען ער האבן א גרויסע פרייע נאכפאלגערשאפט, די שפת המדינה און קולטור איז נישט אזוי ווייט אפגעריקט, און ס'איז טאקע דא עטליכע אזעלכע.
ווידערום אויב וויל א פרומע איד טון סיי וועלכע ביזנעס, קוקט מען אים גלייך אן אלס דער פרומע, און ס'איז גאר שווער. אינטערטעימענט לחוד וביזנעס לחוד. קענסט טויגן ביז איבערמארגן, אויב ביסטו פרום דאן וויל מען דיך נישט אנקוקן.
דא אין אמעריקע קענסטו זיין א ראדני בחור וואס קען קוים ענגליש, אבער אויב האסטו די קאפ אויפן פלאץ קענסטו מיט די שווארצע גלעזער קויפן גרויסע דילס, זיצן מיט גרויסע לויערס, און פירן ברייטפארצווייגטע געשעפטן.