☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » צה"ל פאסיג פאר חרדים

צה"ל פאסיג פאר חרדים

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16467

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:35 pm

· #533235
צה"ל פאסיג פאר חרדים
וואס דארף צה"ל טוישן כדי אז חרדים זאלן קענען זיך איינגלידערן דערין.
איך רעד נישט פון חרדים פון נטו"ק אדער עדה'ניקעס, איך רעד אויך נישט פון גאר רעכטע ליטווישע וואס זאגן נאר תורה תורה תורה, איך רעד פון צענטער-לינק אגודה, אזוינע וואס וואלטן יא געהאלטן פון גיין ארבעטן, פון גיין אין מיליטער ווען עס וואלט געווען פאסיג פאר א חרדישער ייוגענטליכער.
וואס אלץ האלט איר דארף מען דארט צופאסן און טוישן כדי עס זאל ווערן א פאסיגע מקום פאר חרדים?

ים רויבער » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 3:45 pm

· #533241
סוף טוב הכל טוב
וואס דארף צה"ל טוישן כדי אז חרדים זאלן קענען זיך איינגלידערן דערין.
איך רעד נישט פון חרדים פון נטו"ק אדער עדה'ניקעס, איך רעד אויך נישט פון גאר רעכטע ליטווישע וואס זאגן נאר תורה תורה תורה, איך רעד פון צענטער-לינק אגודה, אזוינע וואס וואלטן יא געהאלטן פון גיין ארבעטן, פון גיין אין מיליטער ווען עס וואלט געווען פאסיג פאר א חרדישער ייוגענטליכער.
וואס אלץ האלט איר דארף מען דארט צופאסן און טוישן כדי עס זאל ווערן א פאסיגע מקום פאר חרדים?
נחל החרדי איז נישט פאסיג? איך מיין אז עס איז מער די סטיגמע וואס האלט צוריק די היימישע עולם און די "מה יאמרו הבריות"

ים רויבער » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 5:01 pm

· #533246

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 6:18 pm

· #533248
ס'איז פונקט ווי דו זאלסט פרעגן וואס דארף א קירכע טוישן אז אידן זאלן קומען דארט דאווענען, ווילאנג ס'טראגט דעם נאמען קירכע קענסטו פארגעסן..

קהל'ס נער » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 6:34 pm

· #533250
ברוך שפינוזה
ס'איז פונקט ווי דו זאלסט פרעגן וואס דארף א קירכע טוישן אז אידן זאלן קומען דארט דאווענען, ווילאנג ס'טראגט דעם נאמען קירכע קענסטו פארגעסן..
תורה׳דיג, לפחות אין ברית הישנה ווערט געברענגט א ענין אז אידן זאלן האבן א מיליטער, (כי תצא למלחמה האט א פשוט׳ע פשט, ס׳מיינט נישט די יצר הרע), נאר די לעצטע זיבעציג יאר האט די חרדיסטישע מאוועמענט אויסגעראטן די מצווה, צוזאמען מיט נאך מצוות ווי תכלת וכו׳, פרובירט מען צוריק צושטעלן היהדות על מכונו און ס׳זאל יא זיין א רעליגיעזע מיליטער, הרב שטיינמן האט עס אנגעהויבן מיט נחל החרדי (נצח יהודה) און יעצט להגדיל תורה ולהאדירה.

פאַטשיילע » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 6:46 pm

· #533252
Re: צה"ל פאסיג פאר חרדים
נחל החרדי איז טעכניש צוגעשטעלט פאר ארטאדאקסן אבער עס קומען דארט אויך אהין אסאך פרייע אדער כמעט פרייע (פארוואס פונקטליך ווייס איך נישט)

בשעת דעם שבת סעודה קענען געוויסע סאלדאטן שטיין אין רייכערן אדער נוצן די פאונס. הגם קען זיין אז ס'איז אנקעגען די אפיציעלע פראטאקאלן אבער פאקט איז אז דאס איז אזוי.

קהל'ס נער » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 6:52 pm

· #533253
פאַטשיילע
נחל החרדי איז טעכניש צוגעשטעלט פאר ארטאדאקסן אבער עס קומען דארט אויך אהין אסאך פרייע אדער כמעט פרייע (פארוואס פונקטליך ווייס איך נישט)

בשעת דעם שבת סעודה קענען געוויסע סאלדאטן שטיין אין רייכערן אדער נוצן די פאונס. הגם קען זיין אז ס'איז אנקעגען די אפיציעלע פראטאקאלן אבער פאקט איז אז דאס איז אזוי.
אין פאפא און סאטמער און בעלזא און סקווירא זענען אויך דא מחללי שבתות, מען רעדט דאך אבער וואס די אפיציעלע שטעלונג איז.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 7:08 pm

· #533254
קהל'ס נער
ברוך שפינוזה
ס'איז פונקט ווי דו זאלסט פרעגן וואס דארף א קירכע טוישן אז אידן זאלן קומען דארט דאווענען, ווילאנג ס'טראגט דעם נאמען קירכע קענסטו פארגעסן..
תורה׳דיג, לפחות אין ברית הישנה ווערט געברענגט א ענין אז אידן זאלן האבן א מיליטער, (כי תצא למלחמה האט א פשוט׳ע פשט, ס׳מיינט נישט די יצר הרע), נאר די לעצטע זיבעציג יאר האט די חרדיסטישע מאוועמענט אויסגעראטן די מצווה, צוזאמען מיט נאך מצוות ווי תכלת וכו׳, פרובירט מען צוריק צושטעלן היהדות על מכונו און ס׳זאל יא זיין א רעליגיעזע מיליטער, הרב שטיינמן האט עס אנגעהויבן מיט נחל החרדי (נצח יהודה) און יעצט להגדיל תורה ולהאדירה.
נאכמער: משה רבינו אליין ווען ער האט גערעדט צו די בני גד ובני ראובן, ווען זיי האבן געוואלט האבן א חלק פון ארץ ישראל אין עבר הירדן. האט ער געזאגט..."האחיכם יצאו למלחמה ואתם תשבו פה"...! און ער (משה"ר) האט זיי געגעבן זייער פאלאנג נאר בתנאי אז זיי גייען אין די מלחמה העלפן זייערע ברידער.

נאר אין די היינטיגע צייטן ווען אלעס אין אידישקייט איז פאררוקט און פארדרייט. און א יעדער קען אויסדרוקן זיין בויכווייטאג. און נאכדערצו עס אריינלייגן אין פרומקייט, איז דאך (כמעט) נישט דא צו וועם צו רעדן.

די רשעים האבן דאך גערודפ'ט הרב שטיינמאן זצ"ל עד חרמה ווייל ער האט געזאגט אז מ'זאל מאכן אן ערליכע מיליטער פאר ערליכע בחורים און יונגעלייט וועלכע האלטן נישט ביי תורתם אומנתם. אז זיי זאללן גיין אין מיליטער און נאכדעים גיין ארבעטן ווי נארמאלע מענטשן...!

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 7:30 pm

· #533256
berlbalaguleh

שפינאזע, איר מאכט א טעות, בראשית פון די מדינה זענען חרדים יא געגאנגען אין מיליטער, מיט די צייט איז דער סקיזם געווארן ברייטער און טיפער. די מדינה איז געפארן לינקער (פון א סאציאלע שטאנדפונקט) און די חרדים רעכטער.
די שאלה איז איצט, אויב זאל די מדינה צושטעלן א אפטיילונג מיט בד"ץ עדה"ח הכשר/ קביעת עתים יעדן טאג / קיין פרויען אין די גאנצע געגנט /
ווערט ווייסט וואס נאך, וועט מען אפשר קענען עפעס צוריקשטעלן.

ים רויבער » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 9:21 pm

· #533269
די שאלה איז איצט, אויב זאל די מדינה צושטעלן א אפטיילונג מיט בד"ץ עדה"ח הכשר/ קביעת עתים יעדן טאג / קיין פרויען אין די גאנצע געגנט /
ווערט ווייסט וואס נאך, וועט מען אפשר קענען עפעס צוריקשטעלן.
נח"ל החרדי'ס עסן איז כשר למהדרין (דאכצעך מיר בד"ץ), לגבי קביעות עתים האב איך נישט פעסטגעשטעלט, פרויען אויפן בעיס זענען נאר ערלויבט די ווייבער פון די סאלדאטן.

עובדיה » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:18 pm

· #533270
איך וואלט געזאגט א עקסטערע רמטכ"ל וואס זאל ווערן געשטעלט דורך די גדולי ישראל, וואס זאל האבן די לעצטע ווארט אין זאכן וואס האבן צוטוהן מיט אידישקייט, און נישט זיין אינטער די אלגעמיינע מיליטערישע פירערשאפט.

קהל'ס נער » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:40 pm

· #533274
סוף טוב הכל טוב
berlbalaguleh
קהל'ס נער
ברוך שפינוזה
ס'איז פונקט ווי דו זאלסט פרעגן וואס דארף א קירכע טוישן אז אידן זאלן קומען דארט דאווענען, ווילאנג ס'טראגט דעם נאמען קירכע קענסטו פארגעסן..
תורה׳דיג, לפחות אין ברית הישנה ווערט געברענגט א ענין אז אידן זאלן האבן א מיליטער, (כי תצא למלחמה האט א פשוט׳ע פשט, ס׳מיינט נישט די יצר הרע), נאר די לעצטע זיבעציג יאר האט די חרדיסטישע מאוועמענט אויסגעראטן די מצווה, צוזאמען מיט נאך מצוות ווי תכלת וכו׳, פרובירט מען צוריק צושטעלן היהדות על מכונו און ס׳זאל יא זיין א רעליגיעזע מיליטער, הרב שטיינמן האט עס אנגעהויבן מיט נחל החרדי (נצח יהודה) און יעצט להגדיל תורה ולהאדירה.
נאכמער: משה רבינו אליין ווען ער האט גערעדט צו די בני גד ובני ראובן, ווען זיי האבן געוואלט האבן א חלק פון ארץ ישראל אין עבר הירדן. האט ער געזאגט..."האחיכם יצאו למלחמה ואתם תשבו פה"...! און ער (משה"ר) האט זיי געגעבן זייער פאלאנג נאר בתנאי אז זיי גייען אין די מלחמה העלפן זייערע ברידער.

נאר אין די היינטיגע צייטן ווען אלעס אין אידישקייט איז פאררוקט און פארדרייט. און א יעדער קען אויסדרוקן זיין בויכווייטאג. און נאכדערצו עס אריינלייגן אין פרומקייט, איז דאך (כמעט) נישט דא צו וועם צו רעדן.

די רשעים האבן דאך גערודפ'ט הרב שטיינמאן זצ"ל עד חרמה ווייל ער האט געזאגט אז מ'זאל מאכן אן ערליכע מיליטער פאר ערליכע בחורים און יונגעלייט וועלכע האלטן נישט ביי תורתם אומנתם. אז זיי זאללן גיין אין מיליטער און נאכדעים גיין ארבעטן ווי נארמאלע מענטשן...!
שפינאזע, איר מאכט א טעות, בראשית פון די מדינה זענען חרדים יא געגאנגען אין מיליטער, מיט די צייט איז דער סקיזם געווארן ברייטער און טיפער. די מדינה איז געפארן לינקער (פון א סאציאלע שטאנדפונקט) און די חרדים רעכטער.
די שאלה איז איצט, אויב זאל די מדינה צושטעלן א אפטיילונג מיט בד"ץ עדה"ח הכשר/ קביעת עתים יעדן טאג / קיין פרויען אין די גאנצע געגנט /
ווערט ווייסט וואס נאך, וועט מען אפשר קענען עפעס צוריקשטעלן.
אוואדע אזוי ביים מלחמת השיחרור זענען גאר אסאך חרדים געגאנגען אין מיליטער בערל גי האסט זיי מסתם נאך געקענט, איך האב נאר געהערט פון יודן וואס האבן זיי געקענט.

פונדאַמענטאַל » פרייטאג אוגוסט 11, 2023 12:50 am

· #533280
Re: צה"ל פאסיג פאר חרדים
פארוואס זאל מען טוישן זאכן? זענען דען די חרדים א חלק פון צה''ל? זאלן זיי קומען וועט מען טוישן.
א קולטור בויט זיך לויט די מענטשען פון וואס עס איז צוזאמשטעלט. די יעצטיגע קולטור אין צה''ל איז געבויט אויף איר חילוני'שע מיטגעלידער. אויב וועלן אלע חרדים זיין א חלק פון צה''ל וועט עס טאקע אוטומאטיש ווערן צוגעפאסט פאר זיי.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

שמן למאור » פרייטאג אוגוסט 11, 2023 12:53 am

· #533281
נישט נאר ביים מלחמת השחרור. איך קען פערזענליך עטליכע היימישע חסידישע אידן וואס האבן געדינט אין מיליטער, עס פעלט זיי גארנישט, זיי האבן שיינע ערליכע חסידישע משפחות.

ברוך שפינוזה » פרייטאג אוגוסט 11, 2023 6:18 am

· #533297
Re: צה"ל פאסיג פאר חרדים
ר׳ אביגדור ליבערמאן קומט אריין קלאר https://www.instagram.com/reel/CvpYGbStXO2/?igshid=MzRlODBiNWFlZA==