אן הכרזה צו די אומאן פארער און ענליכע ריסק נעמער
פארט נישט אן גוטע לייף אינשורענס וואס איז שוין נישט קאנטעסטובעל.
ס'איז א מקום סכנה, סאיז נישט יושר איבער לאזען די פעקל אינדערהיים אלץ לאסט אויף כלל ישראל. מאכט זיכער איר האט גוטע לייף אינשורענס און גאט זאל אייך היטען.
ספעציעל אין די איצטיגע טעג ווען אוקריינע האט געלאזט וויסן אז זיי וועלן זיך (ח"ו) נוקם זיין אין די אידישע פילגרימס (כלשונם) וועלכע פארן קיין אומאן. ווייל מדינת ישראל האט פארשיקט (בערך) 10% פון די אוקראיינער טוריסטן/אימיגראנטן.
לייף אינשורענס נעמט אוועק די "בייקומען די מניעות" אז ס'נישטא קיין מניעות איז נישטא קיין געגועים...
berlbalagulehספעציעל אין די איצטיגע טעג ווען אוקריינע האט געלאזט וויסן אז זיי וועלן זיך (ח"ו) נוקם זיין אין די אידישע פילגרימס (כלשונם) וועלכע פארן קיין אומאן. ווייל מדינת ישראל האט פארשיקט (בערך) 10% פון די אוקראיינער טוריסטן/אימיגראנטן.
קענסט ברענגן די מקור פליז?
כ'ווייס נישט צי מ'מעג ארויסזאגן דאס ווארט... פון גוגל ניוס. געליינט אויף דעם (טמא'נעם) נישט געפילטערטן סמארטפאון.
ראש השנה ביים הייליגען רבי. כל העולם כולו תולי בראש השנה שלי
צי אלע מיינע הייליגע אין טייערע ברידער, ברוך השם אז איך האב די זכות צי וואוינען דא אין אומן ביים הייליגען רבי'ן רבינו הקדוש צדיק יסוד עולם נחל נובע מקור חכמה רבינו נחמן בן פייגא מברסלב שוין די לעצטע צוויי יאר, ברוך השם אז איך בין דא געווען ניינציג פראצענט פין די זמן המלחמה אין יעצט בין איך אויך דא, סאיז דא א מיספארשטענדעניש אין סאיז דא וואס זאגען אז אומן איז א מקום סכנה, איז איך וועל ענק עקלערען אז יא סאיז דא א מלחמה דא אין אקריינא אין אינז אלע זענען מתפלל אז סזאל שוין קימען צי א ענדע, אבער ברוך השם דא אין אומן קען מען ניטאמאל דערקענען אז סאיז דא א מלחמה, ברוך השם יתברך אז על פי הלכה איז עז נישט קיין מקום סכנה, סאיז שטיל סאיז רואיג, סאיז הערליך אין שיין אין דעם רבינס אור שיינט אין לייכט, די הייליגע רבי האט געזאגט מיט מיינע תורות זאל מען לעבן אבער דעם שולחן ערוך זאל מען קײן קנייטש נישט געבן, איז אוואדע ווען אומן וואלט געווען א מקום סכנה וואלט מען על פי הלכה נישט געמעגט קימען אין די הייליגע רבי נחמן מברסלב וואס האט געזאגט אז ראש השנה שלי עולה על הכל, אין מי שהיה אצלי על ראש השנה ראוי לו לסמוך כל השנה, אין דעי רבי האט געזאגט אז דעם שולחן ערוך זאל מען קיין קנייטש נישט געבן איז יעדער פארשטייט די ענפער אליין, אבער אין אזא זמן ווי די וועגען קיין אומן זענען נישט קיין סכנה אין זעכער נישט אומן, איז ווי פארשטענדליך אז מקען קימען אין בעזרת השם יתברך וועט זיין א הערליכע קיבוץ דא אין אומן ביים הייליגען רבינס ראש השנה.... בשם השם נעשה ונצליח..
אז מען קען נישט קנייטשן דעם שו"ע, מוז מען קנייטשן די מציאות'ן און פאקטן... עפעס דארף מען דאך קנייטשן, דער עיקר צו זיין ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה.
[ציטאט אראפגענומען]
און דאס איז א ראי' אז רוסלאנד שיסט נישט קיין מיסילס אויף אוקריינע?
די שאנס אז עפעס זאל געשעהן צו איינעם וואס פארט אויף ארץ ישראל איז גרעסער ווי דער וואס פארט אויף אומאן און דאס איז גילטיג אויף אלע געגנטער אין ארץ ישראל.
שמעון וואלף[ציטאט אראפגענומען]
און דאס איז א ראי' אז רוסלאנד שיסט נישט קיין מיסילס אויף אוקריינע?
זיי שיסן. נאר די העלדישע אוקריינער מיליטער, די גרויסע (אוהבי) אויבי ישראל פון אלע דורות זענען זיך מוסר נפש צו באשיצן די ברסלב'ער חסידים וועלכע פארן קיין אומאן...! צוזאמען מיט זייער "אידישן" פרעזידענט זאלענסקי.
berlbalaguleh שמעון וואלף[ציטאט אראפגענומען]
און דאס איז א ראי' אז רוסלאנד שיסט נישט קיין מיסילס אויף אוקריינע?
זיי שיסן. נאר די העלדישע אוקריינער מיליטער, די גרויסע (אוהבי) אויבי ישראל פון אלע דורות זענען זיך מוסר נפש צו באשיצן די ברסלב'ער חסידים וועלכע פארן קיין אומאן...! צוזאמען מיט זייער "אידישן" פרעזידענט זאלענסקי.
נישט פארשטאנען. ביסט בעד אדער נגד..?
ביטע קלאר אויס דיין פאזיציע
אנטשולדיג פארן איבערהאקן אינמיטן א דיסקוסיע איך וויל פשוט וויסן ווער פון די שריפטשטעלער א שטייגער ווי שמן למאור זענען געווען אין אומן פאר די מלחמה ביי קאוויד און פאריאר זינט די לופט פעלדער זענען אפגעשאפן ?
תרמבדי שאנס אז עפעס זאל געשעהן צו איינעם וואס פארט אויף ארץ ישראל איז גרעסער ווי דער וואס פארט אויף אומאן און דאס איז גילטיג אויף אלע געגנטער אין ארץ ישראל.
גאנץ ארץ ישראל איז בערך א משהו גרעסער ווי ניו דזשערסי כידוע לידעי גיאוגרפי און דארטן שיסט מען און מען שטעכט ואין פוצה פה ומצפצף אבער אז מען וויל פארן צום ברסלבר רבי דעם ברויך מען אויס'רודף'ן די יארן קענסט מיר ערקלערן די היפאקריטיע?
ארץ ישראל אינה ניקנית אלא ביסורים...!
טויש די נאמען פון די אשכול
איך האלט אז מען ברויך טוישן די נאמען פון די אשכול עס שטעלט אראפ די סיטואציה צו איינזייטיג כאילו מען רעדט דא פון א לעבנס געפאר
פארן קיין ארץ ישראל
berlbalagulehארץ ישראל אינה ניקנית אלא ביסורים...!
מיין כלה וויל קומען קיין ארץ ישראל פאר האני מון גלייך נאך די חתונה קיין ארץ ישראל און וועט מיר לאזן גיין קיין אומן ראש השנה אויב זי וועט קענען מיטקומען
די שטיבער און די הייזער
berlbalagulehארץ ישראל אינה ניקנית אלא ביסורים...!
ווען דער הייליגער רבי האט גערעדט וועגן די גרויסקייט פון וואוינען אין ארץ ישראל כפשוטו זענען געווען מאנכע וואס האבן געקלערט אז ער מיינט א בחינה נישט ממש....
האט ער אויף דעם געענטפערט איך מיין בפשטות די שטיבער און די הייזער..
און רבי אברהם בן רבי נחמן שרייבט שוין אז די מקום קבורה פון נחל נובע מקור חוכמה קען נישט ווערן אנגערופן בודאי חוץ לארץ ווייל קברי צדיקים זענען קדוש בקדושת ארץ ישראל
פאר יאר זייענדיג אינטערוועגנס האבן מיר זיך געוויצלט אז ווען מען וויל עפעס וועגן א מלחמה צו עס איז דא א מלחמה צו ווי די מלחמה האלט ברויך מען רופן קיין אמעריקע צו קול מבשר........