☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » טרינקען יעצט אז די איבעריגע תענית זאל זיין בשלום?

טרינקען יעצט אז די איבעריגע תענית זאל זיין בשלום?

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16450

אנאנים » דאנערשטאג יולי 27, 2023 7:42 am

· #532357
טרינקען יעצט אז די איבעריגע תענית זאל זיין בשלום?
כ'בין אויפגעשטאנען משוגע דארשטיג.

איז דא א היתר צו טרונקן א גלעזל וואסער יעצט בכדי דאס איבעריגע תענית זאל אריבערגיין בשלם?

צקון לחש » דאנערשטאג יולי 27, 2023 10:57 am

· #532361
נישט על פי הלכה, אבער איך האף אז דו טרינקסט, און אויף דעי סארט עבירות זענען דאך די צדיקים דא ארויס צו שלעפן פון גהינם.

אנאנים » דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:00 am

· #532362
אפשר פחות מן השיעור..
א האלבע ברוינטפין גלעזעל יעדע 10 מינוט...

אויב די טרינק'סט שוין יא, מאך זיך א קאווע, נעם מיט אביסל קאקאש קעיק..

פאליטיקאנט » דאנערשטאג יולי 27, 2023 12:09 pm

· #532363
Re: טרינקען יעצט אז די איבעריגע תענית זאל זיין בשלום?
לייג דיך צוריק שלאפן

יין שרף » דאנערשטאג יולי 27, 2023 12:56 pm

· #532364
אנאנים
כ'בין אויפגעשטאנען משוגע דארשטיג.

איז דא א היתר צו טרונקן א גלעזל וואסער יעצט בכדי דאס איבעריגע תענית זאל אריבערגיין בשלם?
זיי זיך מסביר, ווילסט אויספאסטן כדי צו קענען פאסטן?
בשלום מיינסטו אז אויב נישט האסטו א חשש dehydration?
חוץ מזה פילסטו גוט, נאר ביסט דארשטיק?

יין שרף » דאנערשטאג יולי 27, 2023 12:57 pm

· #532365
צקון לחש
נישט על פי הלכה, אבער איך האף אז דו טרינקסט, און אויף דעי סארט עבירות זענען דאך די צדיקים דא ארויס צו שלעפן פון גהינם.
אבער אנדערע צדיקים פראקן צוריק אין גהנום, איך ווייס נישט ווער עס גייט געוואונען

שעפטאל » דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:19 pm

· #532366
בשעת די צדיקים שלאגן זיך ארום
קען ער נאך כאפן א טרינק וואסער מיט א פיינע פרישטאג...

צקון לחש » דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:36 pm

· #532367
יין שרף
צקון לחש
נישט על פי הלכה, אבער איך האף אז דו טרינקסט, און אויף דעי סארט עבירות זענען דאך די צדיקים דא ארויס צו שלעפן פון גהינם.
אבער אנדערע צדיקים פראקן צוריק אין גהנום, איך ווייס נישט ווער עס גייט געוואונען
"צדיקים"?

פונדאַמענטאַל » דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:24 pm

· #532372
Re: טרינקען יעצט אז די איבעריגע תענית זאל זיין בשלום?
די גלעזל וואסער וועט דיר נישט העלפן אויף די איבעריגע חלק תענית - ווייל עס וועט מער נישט זיין פאררעכנט ווי א תענית. אויב דיין שאלה איז צו די מעגסט אויספאסטן צוליב דיין שוואכקייט ע''פ הלכה, ווענט זיך דאס אויף די דרגה פון שוואכקייט - פרטים אין שו''ע. אויב דיין שאלה איז צו עס לוינט צו פאסטען טראץ די שווערעקייט, ווענט זיך דאס שוין אין דיין יר''ש...

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:41 pm

· #532373
פאליטיקאנט
לייג דיך צוריק שלאפן
פאליטיקאנט: ייש"כ. דאס איז א גוטע עצה.

איך ווייס פון מיין אייגענע עקספיריענס ווען איך בין געווען זייער דארשטיג יו"כ ביינאכט אדער תשעה באב. אינדערפריה האביך גארנישט געשפירט קיין דארשט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:47 pm

· #532375
צקון לחש
יין שרף
צקון לחש
נישט על פי הלכה, אבער איך האף אז דו טרינקסט, און אויף דעי סארט עבירות זענען דאך די צדיקים דא ארויס צו שלעפן פון גהינם.
אבער אנדערע צדיקים פראקן צוריק אין גהנום, איך ווייס נישט ווער עס גייט געוואונען
"צדיקים"?
צקון לחש: די סארט צדיקים וועלכע פראקן צוריק אריין אין גהינום וועללן נישט זיין דארט.

איך האב 2 צדיקים וועלכע גייען מיר (האפנטליך) ארויסשלעפן פון גהינום.
1) ר' נחמן מ'ברסלב: 2) א גרויסער צדיק. א בעל מחבר פון א סאך ספרים. וואס איך לערן אין איינס פון זיינע ספרים (זייער) א סאך.

ונזכה ונחיה ונראה...!

שעפטאל » דאנערשטאג יולי 27, 2023 3:10 pm

· #532377
אבער די שטן אדער די אייבישטער קען אפשניידן די פיאות בשעת ר' נחמן ציהט ארויס, דאן בלייבט ר' נחמן בלויז מיט לאנגע פיאות אין די האנט..

שעפטאל » דאנערשטאג יולי 27, 2023 3:13 pm

· #532378
berlbalaguleh
פאליטיקאנט
לייג דיך צוריק שלאפן
פאליטיקאנט: ייש"כ. דאס איז א גוטע עצה.

איך ווייס פון מיין אייגענע עקספיריענס ווען איך בין געווען זייער דארשטיג יו"כ ביינאכט אדער תשעה באב. אינדערפריה האביך גארנישט געשפירט קיין דארשט.
פונקט אזוי איז געשעהן צו מיך.
כ'האב געוועהן דארשטיג ביינאכט, און שפעהטער בין איך מער נישט דורשטיג...

אנאנים » דאנערשטאג יולי 27, 2023 6:47 pm

· #532384
פותח האשכול ספיעקינג.

למעשה צוה איך אהן מיטן תענית סא פאר...

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:17 pm

· #532393
אנאנים: ייש"כ. דער אייבישטער פערזענליך שיקט דיר א דאנק. ער האט מיר געבעטן איך זאל עס דיר איבערגעבן אין זיין/איהר נאמען.

שעפטאל » דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:19 pm

· #532395
berlbalaguleh
אין זיין/איהר נאמען.
😂 😂 😂

שמן למאור » דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:17 pm

· #532413
צקון לחש
אויף דעי סארט עבירות זענען דאך די צדיקים דא ארויס צו שלעפן פון גהינם.
איך פארשטיי נישט דאס גאנצע פיאות ארויסציעריי. אויב פסק'נט די בי"ד של מעשה אז עס קומט דיר גיהנם פאר די עבירה, דאן וויאזוי קען מען קומען שלעפן ביי די פיאות? דארטן איז די סיסטעם אויך קוראפטירט?

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:26 pm

· #532415
Re: טרינקען יעצט אז די איבעריגע תענית זאל זיין בשלום?
שמן למאור
צקון לחש
אויף דעי סארט עבירות זענען דאך די צדיקים דא ארויס צו שלעפן פון גהינם.
איך פארשטיי נישט דאס גאנצע פיאות ארויסציעריי. אויב פסק'נט די בי"ד של מעשה אז עס קומט דיר גיהנם פאר די עבירה, דאן וויאזוי קען מען קומען שלעפן ביי די פיאות? דארטן איז די סיסטעם אויך קוראפטירט?
וואס פארשטייסטו נישט? אויב דער איד גייט אין לאנגע פיאות, דאן מאכט איין די גאנצע בי"ד של מעלה. אזויווי דא אין אונזער וועלט מאכט מען איין פון איינעם וואס האט געלט, דארט מאכט מען איין פון איינעם וואס פארמאגט לאנגע פיאות

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

שמן למאור » דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:31 pm

· #532417
דער גאלדענער אדלער
שמן למאור
צקון לחש
אויף דעי סארט עבירות זענען דאך די צדיקים דא ארויס צו שלעפן פון גהינם.
איך פארשטיי נישט דאס גאנצע פיאות ארויסציעריי. אויב פסק'נט די בי"ד של מעשה אז עס קומט דיר גיהנם פאר די עבירה, דאן וויאזוי קען מען קומען שלעפן ביי די פיאות? דארטן איז די סיסטעם אויך קוראפטירט?
וואס פארשטייסטו נישט? אויב דער איד גייט אין לאנגע פיאות, דאן מאכט איין די גאנצע בי"ד של מעלה. אזויווי דא אין אונזער וועלט מאכט מען איין פון איינעם וואס האט געלט, דארט מאכט מען איין פון איינעם וואס פארמאגט לאנגע פיאות

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
דארטן איז אן עולם האמת, מען שרעקט זיך נישט פאר לאנגע פיאות...

מען וועט אפשניידן די לאנגע בארד און פיאות, אויסטון די רעשוואלקע, סטראקעס, שטריימל, ווייסע זאקן, און אפילו ר"ת גאטשעס, און דאס אלעס אריינשליידערן אין גן עדן, און דער נאקעטע זינדיגע גוף וועט מען אפשיקן אין גיהנם אריין.

צוזאמגעדרייט » פרייטאג יולי 28, 2023 12:00 am

· #532421
Re: טרינקען יעצט אז די איבעריגע תענית זאל זיין בשלום?
אפשר איז לאנגע פיאות דאס אמת?

טמיר » פרייטאג יולי 28, 2023 12:04 am

· #532424
Re: טרינקען יעצט אז די איבעריגע תענית זאל זיין בשלום?
שעפטאל
berlbalaguleh
פאליטיקאנט
לייג דיך צוריק שלאפן
פאליטיקאנט: ייש"כ. דאס איז א גוטע עצה.

איך ווייס פון מיין אייגענע עקספיריענס ווען איך בין געווען זייער דארשטיג יו"כ ביינאכט אדער תשעה באב. אינדערפריה האביך גארנישט געשפירט קיין דארשט.
פונקט אזוי איז געשעהן צו מיך.
כ'האב געוועהן דארשטיג ביינאכט, און שפעהטער בין איך מער נישט דורשטיג...
קענסט אפשר אויפהערן הינטן איבער דיין מורא'דיגע קילקייט פון עסען תשעה באב?

שמן למאור » פרייטאג יולי 28, 2023 12:13 am

· #532428
צוזאמגעדרייט
אפשר איז לאנגע פיאות דאס אמת?
וואס הייסט דאס אז לאנגע פיאות איז "דאס אמת"?

מיינסט צו זאגן אז ס'איז אמת אז מען דארף גיין מיט לאנגע פיאות? פיין, כ'וועל דיר נאכגעבן. איז וועגן דעם אז מען גייט מיט לאנגע פיאות קען מען שוין אפזינדיגן מיט די גאנצע תורה? וואס האט איינס מיטן צווייטן? לאנגע פיאות איז אמת, און פאר דעם באקומעט מען גן עדן, און זינדיגן איז שקר און פאר דעם כאפט מען פעטש...

שעפטאל » פרייטאג יולי 28, 2023 12:42 am

· #532439
@טמיר: קיהל, קליג, עולם..

ביטע הער אויף צו ווייזן ווי קיהל די ביסט אויף וויי טוהן א צווייטען בשם די עולם.

דיין תגובה ווייזט וואס פאר א קליגע רעליגיע אונז האבן? ווי גוט ס'איז? ווי סאך סענס ס'מאכט?

ס'דא א אישי קעסטל פאר א סיבה... איי געס נאר די מענטשליכע גוט הארציגע כופרים מעגן עס ניצן...

להוי ידיעה. כ'בין א שומר תורה ומצות. כ'טוה נאר וואס כ'טרעף א היתר.

אזעלכע תגובות ברענגן ארויף די דשיהאדיסטישע טראמא, א עקל און אפשיי צו דעי וואס פאררופן זיך פרום.

זעלבסט באקרוינטע סעקיטערי'ס פונעם גאט, ווערען אמאל געוואר ווי סאך אידן זיי האבן דערווייטערט פון עם. מיין טאטע איז איינער פון גאט'ס סעקיטערי'ס. כמעט קיינער פון די משפחה האלט אידישקייט!

און כלשונו הטהור: מ'פארשטייט נישט די וועגן פון די אייבישטער.
(די קינדער פארשטיין יא. ס'נישט די אייבישטער וואס האט אונז דערווייטערט, נאר ער אליין.)

כ'האף די נעמ'סט עס נישט פערזענדליך. כ'בין זיכער אז דו הייבסט נישט אהן צו וויסן וואס פאר א חילול השם אזעלכע תגובות מאכן.

אויב וועם דו זעהסט אלס קיהל דארף מען הארגנען.
טויש דעי מדה מגונה צוליב דיינע אייגענע קינדער.
---

נ.ב. כ'האב עס געזעהן ביי א ארכי טראל וואס ער מאכט נערוועז, און ווען כ'בעהט עם פאר קלארקייט אין אמונה האט ער גענטפערט: וואס פאלט דיך איין אז איך ווייס. לייג נישט אריין קיין ווערטער אין מיין מויל.

ס'דא אפאר אזעלכע טראל'ס דא אויף ק"ש. זיי אטאקירן אנשטאט פון רעדן צום ענין. ודי בזה.

נ.ב. כ'האב יעצט באמערקט אז דו האסט עס שוין רעדאגירט, און בעסער געמאכט. שכח.
כ'לאז עס פאר דעי וואס האבן נאכנישט ארויס דעם קאנסעפט.

ברוך שפינוזה » פרייטאג יולי 28, 2023 1:08 am

· #532446
@שעפטאל: דארפסט עס נישט נעמען אזוי פערזענליך, מ'קען שוין מיינען וואס טמיר וויל, סך הכל וויל ער ווייזן אז ער איז קיהל אז ער קען זיין א מקנא קנאת השם, ביי יעדעם איז עפעס אנדערש קיהל. 😃