☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » משיח ניגון נוסח נעא-חסידיזם

משיח ניגון נוסח נעא-חסידיזם

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16448

קהל'ס נער » מיטוואך יולי 26, 2023 11:06 pm

· #532342
משיח ניגון נוסח נעא-חסידיזם
זאגשע רעבניו וואס וועט זיין ווען משיח וועט קימען
ווען משיח וועט קימען וועט מען מאכן א בארביקיו
וואס וועט מען עסן ביים בארביקיו
זשערקי מיט פיש באורדס
וואס וועלן מיר טרינקן ביים בארביקיו
טאקילא מיט אייאוואסקע
וואס וועט מען רייכערען ביים בארביקיו
גראזן און שטויבן
וואס וועלן מיר שפילן ביי דעם בארביקיו
די דזשעי
וואס וועלן מיר טאנצן ביים בארביקיו
ומניח בקדושה
ווער וועט סטעטוס פאוסטן ביים בארביקיו
חיימאו
ווער וועט תורה זאגן ביים בארביקיו
מוטה פראנק
ווער וועט מוסר זאגן ביים בארביקיו
קרישעווסקי
ווער וועט נבואה זאגן ביים בארביקיו
מיילעך בידערמאן
ווער וועט חכמה זאגן ביים בארביקיו
ליפא שמעלצער
ווער וועט מוחה זיין אויפן בארביקיו
יואלי צימערמאן
ווער וועט אינז בענטשען ביים בארביקיו
ניקלשבורג-כלל-ישראל רבי
ווער וועט געיבן א ריוויאו אויפן בארביקיו
ארי-בארי-באקסער
ווער וועט ספאנסערן די בארביקיו
לאווי שיינער
ווער וועט אראפ רייסען די בארביקו
מהרא טייטלבוים
ווער וועט פארמסרן דעם בארביקיו
מורדי ג.
ווער וועט פארטי פלענען ביים בארביקיו
מ׳ווייסט נאך נישט, עז סון מען וועט טרעפן איינעם וועט משיח קימען



שקויעך @צוזאמגעדרייט פארן ארויסהעלפן

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג יולי 27, 2023 12:02 am

· #532350
Re: משיח ניגון נוסח נעא-חסידיזם
ווער וועט קאָרדענירן דעם בארביקיו,
וויי עף פראדאקשאנס.
וואס וועלן מיר "מאָנטשן" ביים בארביקיו,
מזונות ראלס.
ווער וועט אונז ליבשאפט געבן ביים בארביקיו,
וויי וויי דזעיקאבסאן.
ווער וועט קרעכצן אויף דעם בארביקיו,
דער שפעטיפקע רבי.

תרמב » דאנערשטאג יולי 27, 2023 4:39 pm

· #532381
גוט גוט, עטס האטס מיר מכשיל געווען מיט א גוטן לאך אין סאמען תשעה באב...,

יעצט ווארט איך שוין עכט אויף משיח... אזא בארבעקיו...

בעל אחריות » דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:06 pm

· #532392
איך האב שוין לאנג געטענה'ט, וואס וועט משיח טוהן גלייך ווען ער וועט אנקומען?

די ערשטע צען מינוט וועט ער נישט קענען קומען צו זיך פאר געלעכטער....

שאלתיאל » דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:18 pm

· #532394
Re: משיח ניגון נוסח נעא-חסידיזם
בעל אחריות
איך האב שוין לאנג געטענה'ט, וואס וועט משיח טוהן גלייך ווען ער וועט אנקומען?

די ערשטע צען מינוט וועט ער נישט קענען קומען צו זיך פאר געלעכטער....
און דערנאך אויספלאצן אין א ביטערליכע געוויין

Sent from my SM-A546E using Tapatalk

שעפטאל » דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:22 pm

· #532396
איין זאך איז זיכער.
ער וועט ווייזן מיט די פינגער...
ביז זיין פינגער וועט שוין וויי טוהן פון אזוי פיהל ווייזן...

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:33 pm

· #532397
Re: משיח ניגון נוסח נעא-חסידיזם
@קהל'ס נער @צוזאמגעדרייט א הערליכע אויפנאמע פאר משיח! אבער פונעם עיקר האט עטץ פארגעסן, וואס גייט זיין די מעניו אויף די בארביקיו??

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

שעפטאל » דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:37 pm

· #532399
רבותי זינגט'ס אלע:
דעם שור הבר ולויתן, דעם שור הבר ולויתן,
דעם שור הבור ולויתן וועלן מיר עסען
אויף דעם בארביקיו..

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:41 pm

· #532400
Re: משיח ניגון נוסח נעא-חסידיזם
@דער גאלדענער אדלער פאר דיין שמעלקא קערעקטער וועט מען ארויפווארפן א געעלטערטע טאַמעהוק אזוי דיק ווי א פעקל פאפירן.

און יעצט בין איך אייך מכבד אהערצושטעלן די אלקאהאלישע געטראנקען מעניו.

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג יולי 28, 2023 12:18 am

· #532432
Re: משיח ניגון נוסח נעא-חסידיזם
אזויווי די בארביקיו וועט לכאורה געפראוועט ווערן אין ארץ ישראל, האב איך מורא אז בוירבאן וועט מען נישט אריינלאזן משום שחוטי חוץ. אבער אויב יא, האב איך א גאנצע ליסטע פון פיינעם בוירבאן.

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

קהל'ס נער » פרייטאג יולי 28, 2023 1:00 am

· #532443
דער גאלדענער אדלער
אזויווי די בארביקיו וועט לכאורה געפראוועט ווערן אין ארץ ישראל, האב איך מורא אז בוירבאן וועט מען נישט אריינלאזן משום שחוטי חוץ. אבער אויב יא, האב איך א גאנצע ליסטע פון פיינעם בוירבאן.

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
וואס רעדסטו? די בארביקיו וועט זיין אין עירמאנט אדער אין טאמס-ריווער, אין א בעקיארד איבער א פאאל, מיט קאלארד לייטינג

צקון לחש » פרייטאג יולי 28, 2023 2:34 pm

· #532503
שעפטאל
איין זאך איז זיכער.
ער וועט ווייזן מיט די פינגער...
די מיטלסטע

סקעפטיקער » פרייטאג יולי 28, 2023 3:23 pm

· #532512
צוזאמגעדרייט
און יעצט בין איך אייך מכבד אהערצושטעלן די אלקאהאלישע געטראנקען מעניו.
יין המשומר וועלן מיר טרונקן.......

סקעפטיקער » פרייטאג יולי 28, 2023 3:24 pm

· #532513
צקון לחש
שעפטאל
איין זאך איז זיכער.
ער וועט ווייזן מיט די פינגער...
די מיטלסטע
אויפן שטערן