☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » לא טוויטער יקרא שמך כי אם X

לא טוויטער יקרא שמך כי אם X

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16438

קהל'ס נער » דינסטאג יולי 25, 2023 12:50 am

· #532148
לא טוויטער יקרא שמך כי אם X
דער באליבטן און פארהאסטן אילאן מאסק האט היינט דערקלערט אז טוויטער ריברענד זיך אלץ X און די נייע סייט x.com איז שוין לייוו.
דער קריאזער מאסק האט א אבסעסיע מיטן אות X, ער האט א קאמפעני מיטן נאמען ספעיסX א טעסלא קאר מאדעל X און נישט מער און נישט ווייניגער א קינד מיטן נאמען X.

אדערוויילע איז X א פשוטע קאפי פעיסט פונעם ארגינעלעם טוויטער, אבער דער אפריקאנער-אמעריקאנער זאגט פאר גרויסע הבטחות פאר זיין וואונדער טעכנאלגיע X, פשט איז אז ער איז דא ציריק צישלאגן ״מעטא״ פון מארק צוקערבערג, דעים מארק׳ענען האט גענימען א סאושעל מידיע עפפ איז דאס געמאכט פאר א אלעס עפפ ד.מ. ער האט אינסטעגראם, ווהאטסעפפ, פעיסבוך און יעצט זיין נייע טהרעדס וואס איז א דירעקטע קאמפעטיטאר אקעיגן טוויטער, מילא קימט דעם אילאן ווי צי זאגן, אהא, ביסט אריין אין מיין טערעטאריע יעצט וועל איך דיר ווייזן וואס איך קען, דער נייע X וועט ענטהאלטן בענקינג, שאפפינג, יוטוב סטייל ווידיאוס, און פאדקעסטס, אדער ווי דער ביליאנער זאגט עס אין איין ווארט ״אלעס״
ונזכה ונחיה ונראה, עז ווי ספיק האט זיך נאך גארנישט געטוישט אחוץ די נאמען
📎 IMG_4624.jpeg

וואלווי » דינסטאג יולי 25, 2023 12:52 am

· #532149
ב"ה, ער האט שוין יעצט א טריפל x רעיטינג...

שלג זהב » דינסטאג יולי 25, 2023 1:17 am

· #532153
Re: לא טוויטער יקרא שמך כי אם X
x.com איז לייוו?

מרדכי מרדכי » דינסטאג יולי 25, 2023 8:00 am

· #532164
אויף מיין טוויטער עפפ האט זיך דערווייל גארנישט געטוישט.

קהל'ס נער » דינסטאג יולי 25, 2023 8:31 am

· #532165
שלג זהב
x.com איז לייוו?
יא, אבער ס׳ריראוט דיך קיין טוויטער.קאם

אלע צוזאמען » דינסטאג יולי 25, 2023 9:24 am

· #532173
X איז גע'טרעידמארקט ביי מייקראסאפט, סא דאס קען פארוואנדלט ווערן אין א לעגאלע געראנגל יעצט.

נחבא » דינסטאג יולי 25, 2023 10:39 am

· #532180
מען קען נישט טרעידמארקן א אות.

אלע צוזאמען » דינסטאג יולי 25, 2023 10:46 am

· #532182
נחבא
מען קען נישט טרעידמארקן א אות.
https://www.google.com/search?q=is+x+trademarked

איך הער.. » דינסטאג יולי 25, 2023 11:04 am

· #532184
Re: לא טוויטער יקרא שמך כי אם X
ער האט געטון א געפערליכע נארישקייט, פארוואס טוישן א ברענד וואס יעדער איז שוין באקאנט מיט.

מאסק האט שוין געהאט א קאמפעני מיטן נאמען x.com ער האט זיך שפעטער ציזאמגעשטעלט מיט PayPal.

אלע צוזאמען » דינסטאג יולי 25, 2023 11:27 am

· #532187
איך הער..
ער האט געטון א געפערליכע נארישקייט, פארוואס טוישן א ברענד וואס יעדער איז שוין באקאנט מיט.

מאסק האט שוין געהאט א קאמפעני מיטן נאמען x.com ער האט זיך שפעטער ציזאמגעשטעלט מיט PayPal.
ער זאגט אז די מהות פון טוויטער האט זיך געטוישט, מוז מען טוישן די נאמען.

איך הער.. » דינסטאג יולי 25, 2023 11:30 am

· #532190
א שוואכע תירוץ

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 25, 2023 8:45 pm

· #532230
קהלן'ס נער: דו רופסט איהם אן א שחור. ס'דא א יש אומרים אז ער איז א האלבער איד.

אלע צוזאמען » דינסטאג יולי 25, 2023 8:59 pm

· #532233
איך הער..
ער האט געטון א געפערליכע נארישקייט, פארוואס טוישן א ברענד וואס יעדער איז שוין באקאנט מיט..
ס'געפעלט מיר וויאזוי די ביסט אזוי זיכער אז ער האט געטון א געפערליכע נארישקייט, סאם האו איז ער די רייכסטע מענטש אין די וועלט און ער האט דאס באוויזן דורכ'ן איבערקומען די גרעסטע עקאנאמיסטן, סאו איך מעג זיך נישט אזוי עס צו באצייכענען אלס דורכפאל.

ברוך שפינוזה » דינסטאג יולי 25, 2023 9:03 pm

· #532235
קהל'ס נער
דער נייע X וועט ענטהאלטן בענקינג, שאפפינג, יוטוב סטייל ווידיאוס, און פאדקעסטס, אדער ווי דער ביליאנער זאגט עס אין איין ווארט ״אלעס״
שמעקט אביסל פון די כינעזע wechat

טמיר » דינסטאג יולי 25, 2023 9:09 pm

· #532240
Re: לא טוויטער יקרא שמך כי אם X
כ'ווייס נישט וואס. אבער דער חברה'מאן מאכט זיכער צי זיין אין די העדליינס יעדע איינציגע טאג. נעכטן אן אויפגעריסענע ראקעט היינט עקס מארגן שמעקס.

כ'ווייס נישט אויב עס איז געווען אין די היסטאריע נאך א ציווילע בירגער מיט אזויפיל צייטונג העדליינס

ברוך שפינוזה » דינסטאג יולי 25, 2023 9:15 pm

· #532241
אלע צוזאמען
איך הער..
ער האט געטון א געפערליכע נארישקייט, פארוואס טוישן א ברענד וואס יעדער איז שוין באקאנט מיט..
ס'געפעלט מיר וויאזוי די ביסט אזוי זיכער אז ער האט געטון א געפערליכע נארישקייט, סאם האו איז ער די רייכסטע מענטש אין די וועלט און ער האט דאס באוויזן דורכ'ן איבערקומען די גרעסטע עקאנאמיסטן, סאו איך מעג זיך נישט אזוי עס צו באצייכענען אלס דורכפאל.
דו האלטסט מן הסתם אויך אז צוקערבערג'ס משוגעת מיט מעטא און דעם מעטאווארס איז אויך געוועהן א געלונגענע שריט ווייל סאם האו איז ער רייך וכו', כאילו רייכע מענטשן קענען נישט מאכן קיין מיסטעיקס, אדער אפשר נישט ווייל ער איז פון בית"ר ירושלים, כ'מיין וואטעווער די נעמען פון די פארטייען דארט זענען.

איך הער.. » דינסטאג יולי 25, 2023 9:25 pm

· #532245
Re: לא טוויטער יקרא שמך כי אם X
אלע צוזאמען
איך הער..
ער האט געטון א געפערליכע נארישקייט, פארוואס טוישן א ברענד וואס יעדער איז שוין באקאנט מיט..
ס'געפעלט מיר וויאזוי די ביסט אזוי זיכער אז ער האט געטון א געפערליכע נארישקייט, סאם האו איז ער די רייכסטע מענטש אין די וועלט און ער האט דאס באוויזן דורכ'ן איבערקומען די גרעסטע עקאנאמיסטן, סאו איך מעג זיך נישט אזוי עס צו באצייכענען אלס דורכפאל.
אזוי ווי ברוך האט געזאגט, נאר ווייל מ'איז רייך מיינט נאכנישט אז מ'קען נישט מאכן קיין טועתים, דעס איז יעדער מודה אז ער האט געמאכט א טועת און גאר שטארק איבער געצאלט פאר טוויטער.

פונדאַמענטאַל » דינסטאג יולי 25, 2023 9:35 pm

· #532247
איך הער..
, דעס איז יעדער מודה אז ער האט געמאכט א טועת און גאר שטארק איבער געצאלט פאר טוויטער.
די טוויטער אפקויף איז נישט געווען קיין טעות. עס איז קיינמאל נישט געווען גוט פון א ביזנעס שטאנדפונקט, און ער האט עס טאקע נישט געטון לשם ביזנעס - נאר לשם פלעזשור.

צוזאמגעדרייט » דינסטאג יולי 25, 2023 9:36 pm

· #532248
Re: לא טוויטער יקרא שמך כי אם X
טוויטער האט גרויס פאטענציאל!

עס אנטוויקלט זיך צעביסלעך "עס ווי ספיק" און נאך פיל גרעסערע פלענער האט רבי אילאן פאר די צוקונפט פון טוויטער.

אלע צוזאמען » דינסטאג יולי 25, 2023 9:37 pm

· #532249
ברוך שפינוזה
אלע צוזאמען
איך הער..
ער האט געטון א געפערליכע נארישקייט, פארוואס טוישן א ברענד וואס יעדער איז שוין באקאנט מיט..
ס'געפעלט מיר וויאזוי די ביסט אזוי זיכער אז ער האט געטון א געפערליכע נארישקייט, סאם האו איז ער די רייכסטע מענטש אין די וועלט און ער האט דאס באוויזן דורכ'ן איבערקומען די גרעסטע עקאנאמיסטן, סאו איך מעג זיך נישט אזוי עס צו באצייכענען אלס דורכפאל.
דו האלטסט מן הסתם אויך אז צוקערבערג'ס משוגעת מיט מעטא און דעם מעטאווארס איז אויך געוועהן א געלונגענע שריט ווייל סאם האו איז ער רייך וכו', כאילו רייכע מענטשן קענען נישט מאכן קיין מיסטעיקס, אדער אפשר נישט ווייל ער איז פון בית"ר ירושלים, כ'מיין וואטעווער די נעמען פון די פארטייען דארט זענען.
די נעמסט נאר איין חלק וואס כ'האב געשריבן, רייכע מענטשן קענען און מאכן טעותים, אבער עס צו אפ'פסל'ן מיט אזא פעסטקייט איז א נארישקייט.

אלע צוזאמען » דינסטאג יולי 25, 2023 9:39 pm

· #532250
פונדאַמענטאַל
די טוויטער אפקויף איז נישט געווען קיין טעות. עס איז קיינמאל נישט געווען גוט פון א ביזנעס שטאנדפונקט, און ער האט עס טאקע נישט געטון לשם ביזנעס - נאר לשם פלעזשור.
דאס איז נישט אמת, חוץ אז דו האלסט אז ער איז טאטאל משוגע, ווייל קיין איין מענטש ווי קוריאז מ'זאל זיין, גייט נישט פארברענען $44 ביליאן.
און די גרעסטע ראי' אז ער האט עס נישט געטון נאר לשם פלעזשור, איז אז ער פרובירט עס צו ראטעווען יעצט, ער וויל ס'זאל מאכן געלט.

קהל'ס נער » דינסטאג יולי 25, 2023 10:20 pm

· #532251
berlbalaguleh
קהלן'ס נער: דו רופסט איהם אן א שחור. ס'דא א יש אומרים אז ער איז א האלבער איד.
כ׳האב נישט געזאגט אז ער איז א שחור, כ׳האב געזאגט אז ער איז א אפריקאנער אמעריקאנער, וואס איז אמת.

כפתור » דינסטאג יולי 25, 2023 11:54 pm

· #532259
berlbalaguleh
קהלן'ס נער: דו רופסט איהם אן א שחור. ס'דא א יש אומרים אז ער איז א האלבער איד.
מ'קען נישט זיין ביידע?

פונדאַמענטאַל » מיטוואך יולי 26, 2023 2:01 am

· #532270
Re: לא טוויטער יקרא שמך כי אם X
אלע צוזאמען
פונדאַמענטאַל
די טוויטער אפקויף איז נישט געווען קיין טעות. עס איז קיינמאל נישט געווען גוט פון א ביזנעס שטאנדפונקט, און ער האט עס טאקע נישט געטון לשם ביזנעס - נאר לשם פלעזשור.
דאס איז נישט אמת, חוץ אז דו האלסט אז ער איז טאטאל משוגע, ווייל קיין איין מענטש ווי קוריאז מ'זאל זיין, גייט נישט פארברענען $44 ביליאן.
און די גרעסטע ראי' אז ער האט עס נישט געטון נאר לשם פלעזשור, איז אז ער פרובירט עס צו ראטעווען יעצט, ער וויל ס'זאל מאכן געלט.
ער האט קלאר געזאגט דורכאויס די גאנצע אפקויף שפיל אז ער ווייסט אז טוויטער איז נישט profitable און אז עס איז נישט ווערט אזא סכום.
ער איז מעגליך משוגע אדער קריאז, דאס ווענט זיך אויף אייער בליק אין די זאך. דאס איז אבער די מציאות, פאר אילן איז טוויטער א באליבטער שפילצייג, ער איז גאר אקטיוו און איז די מערסטע נאכגעפאלגטע פערזאן אויף די פלאטפארמע. פאר אים איז די הצלחה פון פרייע דיאלאג גאר וויכטיג. און מיט די פינאנצילע מעגליכקייטן וואס ער פארמאגט איז עס נישט אזוי אפגעפרעגט.
דאס אז ער פרובירט דאס צו מאכן profitable מיינט נישט אז דאס איז געווען די ציל, אוודאי איז עס א גרויסע פלאס אויב ער קען דאס פארוואנדלען אין א סוקסעספול ביזנעס.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

איך הער.. » מיטוואך יולי 26, 2023 3:02 pm

· #532308
Re: לא טוויטער יקרא שמך כי אם X
אלע צוזאמען
איך הער..
ער האט געטון א געפערליכע נארישקייט, פארוואס טוישן א ברענד וואס יעדער איז שוין באקאנט מיט..
ס'געפעלט מיר וויאזוי די ביסט אזוי זיכער אז ער האט געטון א געפערליכע נארישקייט, סאם האו איז ער די רייכסטע מענטש אין די וועלט און ער האט דאס באוויזן דורכ'ן איבערקומען די גרעסטע עקאנאמיסטן, סאו איך מעג זיך נישט אזוי עס צו באצייכענען אלס דורכפאל.
אגבhttps://uploads.tapatalk-cdn.com/20230726/6b8858236d2b2e3c993b89494f4ba5bb.jpg

מרדכי מרדכי » פרייטאג יולי 28, 2023 4:44 am

· #532473
מרדכי מרדכי
אויף מיין טוויטער עפפ האט זיך דערווייל גארנישט געטוישט.
האט זיך שוין יא געטוישט

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 9:18 pm

· #532760
אז מאיז נישט רעגיסטרירט, לאזט עס ליינען ביז בערך 2022-2021, אדער עפעס אזוי
קען איינער קלארשטעלן וואס יא און וואס נישט? (ביי געוויסע אקאונטס קעמען זעהן מער, ביי געוויסע ווייניגער)

אילין מאסק » פרייטאג אוגוסט 25, 2023 12:46 pm

· #534286
אילין מאסק האט נעכטן באנכט געטוויט א מעסדש אויף זיין × טשעניל ,
נעקס לעוויל פאר טראמפ'ס ערשטע טוויט אויף × פלאטפארמע!

אילין מאסק » פרייטאג אוגוסט 25, 2023 12:57 pm

· #534290
מרדכי מרדכי
מרדכי מרדכי
אויף מיין טוויטער עפפ האט זיך דערווייל גארנישט געטוישט.
האט זיך שוין יא געטוישט
א שאד וואלסט געדארפט בלייבן מיט די נישט איבער געפרישטע טוויטער

ווייל עס גייט ווערן זייער אינטערעסאנט!

אילין מאסק » פרייטאג אוגוסט 25, 2023 3:40 pm

· #534322
אילין מאסק
אילין מאסק האט נעכטן באנכט געטוויט א מעסדש אויף זיין × טשעניל ,
נעקס לעוויל פאר טראמפ'ס ערשטע טוויט אויף × פלאטפארמע!
📎 Screenshot_20230825_153144_Chrome.jpg

אילין מאסק » זונטאג אוגוסט 27, 2023 12:17 am

· #534400
ביטע נישט ספעמען די אשכול
קהל׳ס

טראמפ 24' » זונטאג אוגוסט 27, 2023 8:16 pm

· #534505
אילין מאסק
ביטע נישט ספעמען די אשכול
קהל׳ס
וואס הייסט?

שיקן לינקס אין די וועלט אריין אן קיין קשר צום אשכול, אין פינף צעהן אשכולות אין א ציה הייסט געספעמט, און ווען מען סיינט אריין מיט אנדערע ניק זיך אנצינעמין פארן ערשטן ניק גרעניצט זיך עס מיט טראלעריי
קהל׳ס