☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » זיך האלטן צום ציל

זיך האלטן צום ציל

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16416

דיכטער » דאנערשטאג יולי 13, 2023 4:12 pm

· #531404
זיך האלטן צום ציל
עס רוישט און בודזשעט
פון טיף אין גייסט
עס פאדערט און נודזשעט
רופט און הייסט

צוריק זיך קער
גענוג פארקראכן
איך שטיי און הער
מיין זעל צעבראכן

דער וועג צוריק
באוואקסן מיט גראזן
צעפאלן דער בריק
פארלוירן די שטראזן

וואו אהין שפאנען
דער פוס עס גייט
בלויז פארהאנען
דער וועג צו הוילקייט

ווי צו שלאכטן
ווערט געפירט
נישט צו טראכטן
אנטלויפן פראבירט

גייט אין וועג
פירט צום תהום
פארגעסט פון טעג
אטעמט קוים

מיט יעדן טאג
וואס ווערט פארלירט
ווערט די פלאג
ווייניגער געשפירט

אזוי עס קומט
און אנדערש נישט
וואגן צו עס שטומט
אדער ווערן צעמישט

ביז עס אנטפלעקט זיך
א וועג וואס שיידט
דער זעל אויפוועקט זיך
מיט האפענונג באקליידט

וואו זיך ווענדן
אהין אדער אהער
צייט נישט שפענדן
דער וועג איבערקלער

לאמיר אויסגלייכן
אונזערע גאנג
צו טוהן מיר גרייכן
וואס מיר ווילן שוין לאנג

פילייכט מיר ברויכן
בייטן דעם שאסיי
אויסקלארן די רויכן
און אנהייבן פון דאסניי

דאס מאל מיר וועלן
מיט דער גאנצע געפיל
אויפן ריכטיגן וועג שטעלן
און זיך האלטן צום ציל.

שעפטאל » דאנערשטאג יולי 13, 2023 4:33 pm

· #531408
הערליך!! אזוי טיעף!!

ס'ברענגט מיך צוריק צו ר' יו"ט עהרליך'ס ניגון:
אוי לאמיר זיך אומקערן אידאלעך, צוריק צו דעם ריכטיגען וועג!
לאמיר זיך אומקערן ברידאלעך, נאך איידער דער טאג גייט אוועק!