זוכט א פילטער
א גוטן אלע חשובע פארזאמלטע דא...
איך זיך א פילטער, וואס ווען איך שיק א לינק אויף וואַטסעפּפּ, זאל עס אדורך לאזן און ווייזן פון די לינק, די פריוויאו מיט די העדער פונעם זייטל אדער עפפ צו ווי מ'גייט באזיכן.
א דאנק אייך פון פאראויס פאר אלע ענקערע עצות
אז מ'רעדט שוין, ווייסט איינער פון א בחנמדיגע פילטער? א שטייגער ווי ס'פלעגט אמאל זיין K9 מ'זאל עס קענען אליין אנשטעלן וויאזוי מ'וויל?..
Re: זוכט א פילטער
די בעסטע פילטער איז די אייגענע פילטער וואס מען ניצט אין אלע אנדערע תחומים אין לעבן.
פאר א פילטער וואס איז בייגענדיק, קענט איר פראבירן "GenTech Solution" אדער די בריטישע, "Techloq"
איך האב געהאט א גיטע עקספיריענס מיט טעג
יעקב פאטאשאיך האב געהאט א גיטע עקספיריענס מיט טעג
וועלכע פילטער האבן זיי געלייגט?
עולם ביטע, אפשר קען איינער אריינקומען קלאר, מיט א פילטער וואס די ווייניגסטע קינצן און איז אינטרעסירט בעסער צו ווערן, און נישט סתם רייסן געלט פונעם עולם?
איך האב יעצט GenTech, און די פריוויאו צו שיקן א לינק אויף וואַטס עפּפּ, קומט נישט ארויף, ווי אויך מיז איך כסדר דריקן אויף ssl certificate צו האבן קאנעקשן, און ווי אויך ווען די עפפס זענען אין idle mode, פארלירט זיך עס, ווי מ'האלט און איך דארף נאכאמאל איבערגיין אלעס.
ווער ס'ווייסט פון עפעס בעסער, זאל זיך ביטע אנרופן. א דאנק אייך!!!