☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » זמן ערש"ק ועשיית מלאכה - סאטמאר

זמן ערש"ק ועשיית מלאכה - סאטמאר

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1640

נס קאווע » זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:17 pm

· #39666
זמן ערש"ק ועשיית מלאכה - סאטמאר
ווי עס איז אנגענומען מער ווייניגער אין סאטמאר איז די זמן ערש"ק 15 מינוט פאר די שקיעה און מען טוט מלאכות ביז די שקיעה, געוויסע דיינים וועלן לאזן אין קעיס אוו עמערדזשענסי טוהן א מלאכה ביז 13 מינוט נאך די שקיעה וואס איז 28 מינוט נאכן זמן (אויב איך מאך א טעות און מ'רעדט פון 28 מינוט נאך די שקיעה זייט מיך מעורר).

די שאלה איז וואס טוט זיך נאכדעם, אינדערהיים ווי איך הער (נישט קאנפירמד) האט מען געטוהן מלאכות ביז 13 אהאלב מינוט פאר די ר"ת וואס איז 68 און אהאלב מינוט נאך די שקיעה וואס דעמאלטס הייבט זיך אהן די תוספות שבת, אוודאי איז אין יעדן מקום געווען אנדערש.

וויזוי ס'האט זיך געשאפן ווי מ'רופט עס די התאחדות הרבנים זמן ערש"ק, גייט די לעגנדע אז די התאחדות האט געוואלט אז די חסידים זאלן זיך צושטעלן צו די ליטאים ערש"ק און די ליטאים זאלן נישט הבדלה מאכן ביזן ר"ת וואס האט זיך אויסגעלאזט מיט א גרויסן פייג, נאר אונז זעמיר געבליבן משועבד צו די שקיעה.

ווי כ'האב געהערט איז דא א קרייז אין סאטמאר וואס טוען יא מלאכות שפעטער (כ'ווייס נישט ביז ווען) ווייל ווי אויבן דערמאנט האבן זיך די ליטאים נישט צו געשטעלט, ווי אויך לויט זיי איז עס געווען א אייגענע איידיע פון געוויסע רבנים און ס'האט נישט געהאט סאטמארער רב'ס צושטימונג, ממילא איז עס קיינעם נישט מחייב.

האב איך געוואלט בעטן אויב איינער ווייסט פאקטן הלכות אדער מנהגים מיט א געשריבענע מקור זאל ביטע מהנה זיין.

דיסקלעימער - קיינער זאל ח"ו נישט ארויס נעמען א היתר אויף עפעס, נאר תורה און מחשבה היא וללמוד אני צריך.

אשכנ » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:35 am

· #39984
דאס וואס אינדערהיים איז געווען א שפעטערע זמן, גלייך פאר'ן קריג האבן שוין רוב פלעצער נישט געטוהן מלאכה נאכן שקיעה, און אפילו די וואס האבן מקיל געווען אין די זמן געווען איידער עס ווערט טונקל און נישט אזוי שפעט ווי 58 מינוט.

qwerty » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:16 pm

· #40138
אפשר ווייסט איינער צי עס איז דא וועגען דעם אין ספרים פין שו"ת און אויך א מקור ווי מען האט זיך אזוי געפירט, פילע דורות פאר סאטמער?

תלמיד חכם » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 6:05 pm

· #40168
הרב ישראל דוד הארפנעס שליט"א -מחבר ישראל והזמנים.
איך מיין אין זיין ספר שטייט אלעס ארום די זמנים.

אגב האב איך געזעהן אין זמירות סאטמער (תמרים )אז ווען רבינו יואל זי'ע איז געווארען רב אין ארשיווא, האט ער געדאוונט מנחה ערב שבת ביים זמן ,ווייל די עולם זאל נישט מיינען מען קען טוהן מלאכות ביז ער דאוונט מנחה שפעט ,אין נאך א תקופה האט ער ווידער געטוישט. מען זעהט פון דעם אז א רבי-רב דארף נעמען אחריות.

נס קאווע » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:40 pm

· #40921
אפילו הראט פאר די קריג האט שוין יעדער געטוישט דארף מען פארשטיין פארוואס האט מען דעמאלטס געטוישט פארדעם האט יעדער וואס ענדיגט שבת ביי ר"ת געמאכט שבת שפעטער ווי די שקיעה

אפילו פארן קריג וואס אין געוויסע פלעצער האט מען מחמיר געווען לענין שבת האט מען אין אנדערע זאכן ווי למשל איינפאסטן תשעה באב נישט מחמיר געווען און תוספות שבת קען נישט זיין אזוי לאנג והשנית פארוואס איז מען היינט יא מחמיר אויף דעם

עס איז א באקאנטע זאך אז התאחדות האט עס איינגעפיהרט די זמנים פריער ליהא אז מען האט שוין פריער געמאכט פריער ווי ר"ת שבת ווען איז געווען די זמן פאר די ערשטע קריג, פאר די צווייטע קריג, נאך די צווייטע קריג?

יהושע חיים » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:03 pm

· #41010
לשון החתם סופר או"ח סימן פ'
"והנה אנחנו כלנו במדינות אלו עושי' במלאכה עש"ק עד קרוב לשעה או ג' רביע שעה קודם צאת הככבים נמצא אנו תופסים במוחלט כשיטת ר"ת ואיך .......

qwerty » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:29 pm

· #41391
למעשה?
יהושע חיים
לשון החתם סופר או"ח סימן פ'
"והנה אנחנו כלנו במדינות אלו עושי' במלאכה עש"ק עד קרוב לשעה או ג' רביע שעה קודם צאת הככבים נמצא אנו תופסים במוחלט כשיטת ר"ת ואיך .......



למעשה:

איז נאך דאך פרימע אידען היינט ציטאג וואס האלטען אז בנוגע למעשה, איז דער זמן איסור מלאכה, יעצט אויך, נאך די שקיעה?

נס קאווע » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:50 pm

· #41426
נס קאווע
ווי כ'האב געהערט איז דא א קרייז אין סאטמאר וואס טוען יא מלאכות שפעטער (כ'ווייס נישט ביז ווען) ווייל ווי אויבן דערמאנט האבן זיך די ליטאים נישט צו געשטעלט, ווי אויך לויט זיי איז עס געווען א אייגענע איידיע פון געוויסע רבנים און ס'האט נישט געהאט סאטמארער רב'ס צושטימונג, ממילא איז עס קיינעם נישט מחייב.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:56 pm

· #41431
איינער האט ערגעץ געשריבן וועגן א היימישער איד וואס עסט ן ערב תשעה באב ביז אפאר מינוט פאר'ן זמן ר"ת. יענער טענה'ט אז ביי א דרבנן דארף מען נישט גיין מיט די שקיעה.

qwerty » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 3:13 pm

· #41476
דער אבן הבוחן
זר זהב
איינער האט ערגעץ געשריבן וועגן א היימישער איד וואס עסט ן ערב תשעה באב ביז אפאר מינוט פאר'ן זמן ר"ת. יענער טענה'ט אז ביי א דרבנן דארף מען נישט גיין מיט די שקיעה.


דער אבן הבוחן איז צי ער גייט לפי שיטת ר"ת נאר ווען ער פאנגט אן דעם תענית אדער אויך ווען ער ענדיקט, און גייט זיך אפפאסטעו? 😉

יהושע חיים » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 7:46 pm

· #41619
ספיקו דרבנן לקולא אבער דער זמן וואס מען ריפט היינט ציטאגס שקיעה איז בכלל נישט געווען קיין ספק אז מען נעמט עס נישט אהן אבער נאך בין השמשות דר"ת מעג מען עסען (סיי איינפאסטן און סיי אויספאסטן) אבער מען האט נישט געזען זיך אזוי פירן
אינטערסאנט אז נאר די ר"ת אידן זענען מקפיד אויף די "אדערע" זמן (נישט ווי זייער מסורה) אבער די שקיעה אידן זיי האבן עפעס נישט וואס מחמיר צו זיין איז איינער וואס ווייסט נישט וואס טוט זיך אביסל מיט זמנים זעט אז יעדער איד האלט שקיעה און נאר א חלק חשוב פון די חסידשע ציבור האלט ר"ת אויך מיינט דאס א ר"ת איז נאר א חומרא ודו"ק (און אפשר קען מען זאגן א יישר כח פאר די אידן וואס טיהן נאך מלאכות נאך די שקיעה אזוי זעט מען אז די שקיעה איז די חומרא און ר"ת איז די עיקר און נישט פארקערט)

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 9:05 pm

· #41651
די אמת איז דאך אבער אז ר"ת איז נישט די עיקר נאר די חומרא, שאל אביך ויגדך.

יהושע חיים » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 9:19 pm

· #41661
ר"ת איז ביי אינז (מדינת אונגארן פולן גאליצע) דער עיקר עי' לעיל דברי החתם סופר

נס קאווע » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 12:45 pm

· #41883
יידל
די אמת איז דאך אבער אז ר"ת איז נישט די עיקר נאר די חומרא, שאל אביך ויגדך.

ווי געזאגט פלעגט מען אמאל גיין לקולא ביזן ר"ת אדער 13 אהאלב מינוט פארדעם אלס תוספות שבת די שאלה איז ווען מ' האט אנגעהויבן צו גיין מיט די שקיעה זעה פון דעם אז אז די עיקר איז ר"ת די שקיעה איז א חומרא וואס מ' האבן אנגענומען

לגבי שאל אביך ווייס איך נישט פון ווי דו שטאמסט איך רעד פון די קרייזן וואס ווארטן אויף ר"ת אויסצופאסטן

qwerty » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:11 pm

· #41916
יהושע חיים
ר"ת איז ביי אינז (מדינת אונגארן פולן גאליצע) דער עיקר עי' לעיל דברי החתם סופר


וויפל מינוט נאך די שקיעה איז דער זמן וואס מ'קען עסן נאך יעדע תענית? - ווי עס פירן זיך היינט די אלע וואס זענען " ביי אונז (מדינת אונגארן פוילן גאליציע) "

אשכנ » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 10:01 pm

· #42288
עס איז דא א ספר פון צוויי בענדער וואס הייסט "הזמנים בהלכה", געשריבען דורך א איד פון א"י הרב בניש. אין די צווייטע באנד האט ער א גאנצע פרק ווי ער איז דן די השתלשלות המנהגים אין דעם ענין ביי אסאך מקומות אין אייראפע פון פארשידענע תקופות, ובתוכם "ביי אונז". ער ברענגט דארט פארשידענע לוחות און זמנים צעטלעך פון אונגארין וואס ווייזען צוויי זאכן: א. אז די חומרא פון מקבל שבת זיין פאר די שקיעה איז געווען גאנץ מצוי, אפילו אין אסאך פון "אונזערע מקומות", ב. אפילו די וואס האבן נישט מקפיד געווען אויף שקיעה איז זייער זמן פאר כניסת השבת געווען אסאך פריער ווי 58 מינוט, נאר עס האט געוואנדן אין די ראות העין פון ווען עס איז געווארן טונקעל, און פאר דעם האט מען צוגעלייגט פאר בין השמשות און תוספות שבת.

יהושע חיים » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 11:03 pm

· #42312
געזען ערגעץ (כ'געדענק נישט אויפן מינוט וואו) אז אין קראקא האט מען געטוהן מלאכות בערך א האלבע שעה נאכן שקיעה, און אזוי האט מען געהערט פון טייל עלטערע און בשם אסאך אידן פונם פריערדגן דור, בערך דעם זמן.
אגב אין ווארשא איז אמאל ארויס א קול קורא אז אזוי ווי דער זמן כניסת השבת איז נתרשל געווארן, זאל מען פון דרייצן מינוט נאכן שקיעה נישט טוהן קיין דאורייתא.
שמעתי אז די זמן איז בין השמשות דר"ת לפי דער מנחת כהן, ואכמ"ל.

ימי קדם » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 8:55 am

· #157897
יהושע חיים
געזען ערגעץ (כ'געדענק נישט אויפן מינוט וואו) אז אין קראקא האט מען געטוהן מלאכות בערך א האלבע שעה נאכן שקיעה, און אזוי האט מען געהערט פון טייל עלטערע און בשם אסאך אידן פונם פריערדגן דור, בערך דעם זמן.
אגב אין ווארשא איז אמאל ארויס א קול קורא אז אזוי ווי דער זמן כניסת השבת איז נתרשל געווארן, זאל מען פון דרייצן מינוט נאכן שקיעה נישט טוהן קיין דאורייתא.
שמעתי אז די זמן איז בין השמשות דר"ת לפי דער מנחת כהן, ואכמ"ל.


אקעי, כפי הנראה ווייסטו ניטאמאל וואס עס איז דער זמן פון מנחת כהן....
איך האב נישט יעצט קיין צייט, אזויפיל קען איך זאגן, אויב ווילסטו חושש זיין צום מנחת כהן, איז דער זמן וואס איז אין רוב אייראפא 15 מינוט נאכן שקיעה, איז אין ניו יארק א גוטע פאר מינוט ''פאר'' די שקיעה.

ימי קדם » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 9:00 am

· #157898
אשכנ
עס איז דא א ספר פון צוויי בענדער וואס הייסט "הזמנים בהלכה", געשריבען דורך א איד פון א"י הרב בניש. אין די צווייטע באנד האט ער א גאנצע פרק ווי ער איז דן די השתלשלות המנהגים אין דעם ענין ביי אסאך מקומות אין אייראפע פון פארשידענע תקופות, ובתוכם "ביי אונז". ער ברענגט דארט פארשידענע לוחות און זמנים צעטלעך פון אונגארין וואס ווייזען צוויי זאכן: א. אז די חומרא פון מקבל שבת זיין פאר די שקיעה איז געווען גאנץ מצוי, אפילו אין אסאך פון "אונזערע מקומות", ב. אפילו די וואס האבן נישט מקפיד געווען אויף שקיעה איז זייער זמן פאר כניסת השבת געווען אסאך פריער ווי 58 מינוט, נאר עס האט געוואנדן אין די ראות העין פון ווען עס איז געווארן טונקעל, און פאר דעם האט מען צוגעלייגט פאר בין השמשות און תוספות שבת.

פארגעס נישט די צווייטע חלק, ער איז מברר קלאר (נישט להלכה, פשוט מציאות הדברים), אז ביז פאר 150 יאר צוריק בערך, האט רוב כלל ישראל, נישט געהאלטן קיין 72 מינוט, רוב האבן נישט געהאלטן קיין רבינו תם בכלל, און די וואס יא, אליך נאר לפי האופק, די איינציגסטע וואס האבן זיך יא אביסל געהאלטן צו פשטות פונעם ר''ת (הגם אויך נישט ווי היינט)זענען געווען געוויסע ספרדים, בעיקר אין א''י. די ''72'' עיז בעיקר פארשפרייט געווארן אין די אנהויב ת''ר, מבית מדרשם של צאנז ובעלזא.

למדן » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 1:45 pm

· #157937
למעשה האט מען געהאלטן ר"ת אפילו לקולא

ימי קדם » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 1:48 pm

· #157940
ווען?
און דו מיינסט ''רבינו תם לפי האופק''.

היימישער ליטוואק » זונטאג אקטאבער 27, 2013 2:59 pm

· #158863
<a class="postlink" href="http://www.otzar.org/forums/viewtopic.php?f=17&t=15679">http://www.otzar.org/forums/viewtopic.php?f=17&t=15679</a>