☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פטירת האדמו"ר מוויזניץ רבי משה יהושע האגער זצ"ל

פטירת האדמו"ר מוויזניץ רבי משה יהושע האגער זצ"ל

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #164

הדד בן בדד » דינסטאג מערץ 13, 2012 7:02 pm

· #1348
פטירת האדמו"ר מוויזניץ רבי משה יהושע האגער זצ"ל
אין די מינוטן קומט די שלעכטע נייעס פון בני ברק אז דער וויזשניצער רבי הרה"צ ר' משה יהושע האגער האט אויסגעהויכט זיין נשמה און איז ארויף לגנזי מרומים זיך פאראייניגן מיט זיינע גרויסע אבות

שמואל הלוי » דינסטאג מערץ 13, 2012 7:05 pm

· #1349
Re: רבי משה יהושע האגער, מ'וויזניץ ב"ב נפטר געווארן
בד"ה

חתנו מהר"א מסאטמאר פארט צו די לוי'?

ידען » דינסטאג מערץ 13, 2012 7:09 pm

· #1351
Re: רבי משה יהושע האגער, מ'וויזניץ ב"ב נפטר געווארן
ברוך דיין האמת.

וואס איז נייעס מעלדט עס נאכנישט. זענען זיי אזוי פארשלעפט?

קול מבשר וויינט שוין יא.

רואיק » דינסטאג מערץ 13, 2012 7:25 pm

· #1355
Re: רבי משה יהושע האגער, מ'וויזניץ ב"ב נפטר געווארן
ר' משה יהושע ב"ר חיים מאיר תרע"ו - תשע"ב

די חסידים זיינע האבן שטענדיג געפילט א גאר שטארקער נאנטשאפט צום רעבין ז"ל. זיינע שיינע טישן וועלן געדענקט ווערן מיט נאסטאלגיע און בענקשאפט.

יהי זכרו ברוך

Starbucks » דינסטאג מערץ 13, 2012 7:28 pm

· #1356
Re: האדמו"ר מוויזניץ רבי משה יהושע האגער זצ"ל
אינטערעסאנט ווי שנעל מ'האט אפדעיטעד זיין וויקיפעדיע בלעטל <a class="postlink" href="http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%A9%D7%94_%D7%99%D7%94%D7%95%D7%A9%D7%A2_%D7%94%D7%92%D7%A8">http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7%92%D7%A8</a>

דעינעש » דינסטאג מערץ 13, 2012 7:37 pm

· #1357
[ציטאט אראפגענומען]

מה כאן עומד ומשמש, אף שם וכו;

שרייבער » דינסטאג מערץ 13, 2012 7:49 pm

· #1358
Re: רבי משה יהושע האגער, מ'וויזניץ ב"ב נפטר געווארן
שמואל הלוי
בד"ה

חתנו מהר"א מסאטמאר פארט צו די לוי'?

געהערט אז יא

צוויבל מיט איי » דינסטאג מערץ 13, 2012 7:57 pm

· #1359
Re: האדמו"ר מוויזניץ רבי משה יהושע האגער זצ"ל

יידל » דינסטאג מערץ 13, 2012 8:40 pm

· #1362
Re: פטירת האדמו"ר מוויזניץ רבי משה יהושע האגער זצ"ל
א שרעק צו קוקן אויף זיין יידש וויקיפעדיע בלעטל. פארוואס פארשטייען נישט מענטשן אז אין וויקיפעדיע שרייבט מען פאקטן און פון אן אביעקטיווען בליק?!

chasid » דינסטאג מערץ 13, 2012 8:47 pm

· #1365
Re: פטירת האדמו"ר מוויזניץ רבי משה יהושע האגער זצ"ל
יידל
א שרעק צו קוקן אויף זיין יידש וויקיפעדיע בלעטל. פארוואס פארשטייען נישט מענטשן אז אין וויקיפעדיע שרייבט מען פאקטן און פון אן אביעקטיווען בליק?!

What's rung there?

רואיק » דינסטאג מערץ 13, 2012 10:18 pm

· #1378
Re: פטירת האדמו"ר מוויזניץ רבי משה יהושע האגער זצ"ל

רואיק » דינסטאג מערץ 13, 2012 10:56 pm

· #1381
Re: פטירת האדמו"ר מוויזניץ רבי משה יהושע האגער זצ"ל

דבילה » דינסטאג מערץ 13, 2012 11:57 pm

· #1384
Re: פטירת האדמו"ר מוויזניץ רבי משה יהושע האגער זצ"ל
עפעס מאכט מיר אומבאקוועם דעם בילד פון "רואיק". דאס גיבט מיר אן הרגש פון קוקן אויף פארנאגרפיא.

ידען » מיטוואך מערץ 14, 2012 12:15 am

· #1387
Re: פטירת האדמו"ר מוויזניץ רבי משה יהושע האגער זצ"ל
וואס?

דיינע הרגשים זענען צומישט?

רואיק » מיטוואך מערץ 14, 2012 12:34 am

· #1388
Re: פטירת האדמו"ר מוויזניץ רבי משה יהושע האגער זצ"ל
דבילה
עפעס מאכט מיר אומבאקוועם דעם בילד פון "רואיק". דאס גיבט מיר אן הרגש פון קוקן אויף פארנאגרפיא.

לויט פרויד שטימט עס זייער.

רואיק » מיטוואך מערץ 14, 2012 1:16 am

· #1392
Re: פטירת האדמו"ר מוויזניץ רבי משה יהושע האגער זצ"ל
דבילה
עפעס מאכט מיר אומבאקוועם דעם בילד פון "רואיק". דאס גיבט מיר אן הרגש פון קוקן אויף פארנאגרפיא.

זעה די קליפ דא <a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=39022">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=39022</a>

אקעי, פעלט אביסל קלאסישקייט און טעקט, זעמער א פרימאטיווע קולטור, גוט מארגן אמעריקע, וואס נאך איז נייעס?

האט קאפ » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 11:23 am

· #1550
Re: פטירת האדמו"ר מוויזניץ רבי משה יהושע האגער זצ"ל
[ציטאט אראפגענומען]

ס'דא א צוואה עס ליגט ביי פוסק הדור רב וואזנער שליט"א
20 יאהר צוריק האט עס מרן מוויזניץ משליש געווען ביי איהם
רב וואזנער וועט עס פארליינען ככלות השבעה

איש האמת » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:06 pm

· #1568
Re: פטירת האדמו"ר מוויזניץ רבי משה יהושע האגער זצ"ל
איך מיין ח"ו נישט קלענער צו מאכן,
איז הקדוש והטהור געוועהן זיין נאמען
אדער דעיס איז גאר א פען נעים?

האט קאפ » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:09 pm

· #1570
Re: פטירת האדמו"ר מוויזניץ רבי משה יהושע האגער זצ"ל
לבדיחה בעלמא ס'געווען זיין ניק
(ח"ו)

האט קאפ » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:13 pm

· #1572
Re: פטירת האדמו"ר מוויזניץ רבי משה יהושע האגער זצ"ל
ער האט גהייסן נאך משה רבינו און נאך יהושע בן נון. אויב איך האב נישט קיין טעות איז זיין ברית געווען ביי די פרשיות וואס מרעדט אז משה האט געדאוונט וועגן די מנהיגות פין יהושע.

chasid » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:15 pm

· #1574
Re: פטירת האדמו"ר מוויזניץ רבי משה יהושע האגער זצ"ל
איש האמת,
יא, אזוי ווי א פלאמבער ווערט אנגערופן אזוי ווייל מיט דעם איז ער פארנומען שטענדיג,

האט קאפ » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:18 pm

· #1575
📎 viznitz-ruv-01 SML.jpg

chasid » פרייטאג מערץ 16, 2012 10:29 am

· #1711
Re: פטירת האדמו"ר מוויזניץ רבי משה יהושע האגער זצ"ל
http://www.jumbomail.co.il/Downloads.aspx?sid=eafa4be031104729993b73f702034a41
א שטארקע ווידיא דאונצולאודן
בחתונת בת כ''ק האדמו''ר ר' מנחם מענדל שליט''א מויזניץ עם בן האדמו''ר מפרמישלאן שליט''א בתשס"ד

געפילטע פיש » פרייטאג מערץ 16, 2012 11:28 am

· #1719
Re: פטירת האדמו"ר מוויזניץ רבי משה יהושע האגער זצ"ל
א קאפי פונם צוואה אויף טויטפיק. צוויי עמודים.
http://twitpic.com/8x1ddz
http://twitpic.com/8x1dv0

געפילטע פיש » פרייטאג מערץ 16, 2012 12:15 pm

· #1729
Re: פטירת האדמו"ר מוויזניץ רבי משה יהושע האגער זצ"ל
[ציטאט אראפגענומען]

איי געס ס'דא נאך א צוואה פנימי, דעיס איז די צוואה וואס יעדער וויזניצער בחור גייט חזרן אויסנווייניג, א שטייגער ווי צעטיל קטן.

amechiya » פרייטאג מערץ 16, 2012 12:25 pm

· #1732
Re: פטירת האדמו"ר מוויזניץ רבי משה יהושע האגער זצ"ל
ער שרייבט בתוך דבריו: "ובקשתי מאוד שהדיבור השפראך בביתכם יהא בנוי על יסוד האידיש ולא בעברית"

דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:53 am

· #88203
ס'ווערט שוין א יאר זייט דער אשכול האט זיך געפענט, אלע שאלות און ספיקות וואס מיר האבען דאן געהאט על פי רוב זענען שוין פארענפערט, לויט ווי עס זעהט אויס וועלען די "אחים הקדושים" פירען אינאיינעם די יארצייט טיש, יעדער וועט עסן פון דעם צווייטענס טעלער, דערנאך וועט זיין מעמד הנשיקות, ואח"כ יבא הגאולה.

נייגעריגער » מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:39 pm

· #88224
דולה ומשקה
ס'ווערט שוין א יאר זייט דער אשכול האט זיך געפענט, אלע שאלות און ספיקות וואס מיר האבען דאן געהאט על פי רוב זענען שוין פארענפערט, לויט ווי עס זעהט אויס וועלען די "אחים הקדושים" פירען אינאיינעם די יארצייט טיש, יעדער וועט עסן פון דעם צווייטענס טעלער, דערנאך וועט זיין מעמד הנשיקות, ואח"כ יבא הגאולה.

יא די געדאנק איז מורא'דיג פאסיג צום אמת'ען מצב!!

אבער אויף למעשה האב'ך געהערט אז אדמו"ר מוהרמ"מ וועט פירן טיש דאנערשטאג פארן יארצייט [וואס געפאלט אום שבת], און אדמו"ר מהר"י וועט פירן מוצאי שבת נאכן יארצייט, און לויט ווי משמועסט וועט מוהרמ"מ קומען מוצשב"ק צום גרויסן טיש!

בריך רחמנא! איבערגעשריבן היסטאריע: צוויי ברודערס ביידע רעביס און מלעבט זיך גוט!

טעפל » מאנטאג פעברואר 18, 2013 1:08 pm

· #88226
נייגעריגער

100 פערצענט גערעכט און די חידוש איז אז ס'קומט זיך פאר ביידע די קרעדיט אויף דעהם.

גרונמ'ל » דינסטאג פעברואר 19, 2013 9:28 am

· #88633
דער "הייליגער" ויז'ניצער איז געומען צום שבת ש"ב ביים ברודער דער ויז'ניצער.
האם וועט דער ויז'ניצער צוריק קומען ביים בר מצוה פון דעם "הייליגער'ס" אייניקל?
ווי עס ואסט זיך אויז וועט הער נישט קומען.
מארגן מיטוואך איז דא א בר מצוה און בעלזא לאמיר זעהן וו אזוי וועלן זי זיך אן עצה געבען מיט דעם אס ביידע רופהן זיך מיט דעם זעלבען נאמען.
און אר"י איז דערקענט דער חילוק ציווישן ביידע ויז'ניץ אז אויף ר' ישראל שטייט נאר מרן האדמו"ר שליט"א. און בי ר' מנדל שטייט כ"ק מרן אדמו"ר הקוה"ט.

sunbar » דינסטאג פעברואר 19, 2013 9:31 am

· #88637
גרונמ'ל
דער "הייליגער" ויז'ניצער איז געומען צום שבת ש"ב ביים ברודער דער ויז'ניצער.
האם וועט דער ויז'ניצער צוריק קומען ביים בר מצוה פון דעם "הייליגער'ס" אייניקל?
ווי עס ואסט זיך אויז וועט הער נישט קומען.
מארגן מיטוואך איז דא א בר מצוה און בעלזא לאמיר זעהן וו אזוי וועלן זי זיך אן עצה געבען מיט דעם אס ביידע רופהן זיך מיט דעם זעלבען נאמען.
און אר"י איז דערקענט דער חילוק ציווישן ביידע ויז'ניץ אז אויף ר' ישראל שטייט נאר מרן האדמו"ר שליט"א. און בי ר' מנדל שטייט כ"ק מרן אדמו"ר הקוה"ט.

פארוואס זאל ער נישט גיין צום בר מצוה? עס איז אום שבת?

ביי די בעלזא בר מצוה וועט נישט זיין קיין פראבלעם, מען רופט נישט אויס קיין כיבודים.

האט קאפ » מיטוואך פעברואר 20, 2013 11:37 am

· #89146
גרונמ'ל
דער "הייליגער" ויז'ניצער איז געומען צום שבת ש"ב ביים ברודער דער ויז'ניצער.
האם וועט דער ויז'ניצער צוריק קומען ביים בר מצוה פון דעם "הייליגער'ס" אייניקל?
ווי עס ואסט זיך אויז וועט הער נישט קומען.
מארגן מיטוואך איז דא א בר מצוה און בעלזא לאמיר זעהן וו אזוי וועלן זי זיך אן עצה געבען מיט דעם אס ביידע רופהן זיך מיט דעם זעלבען נאמען.
און אר"י איז דערקענט דער חילוק ציווישן ביידע ויז'ניץ אז אויף ר' ישראל שטייט נאר מרן האדמו"ר שליט"א. און בי ר' מנדל שטייט כ"ק מרן אדמו"ר הקוה"ט.

👍

עסן עסט'זיך » מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:13 pm

· #89156
קרעדיט פאר שלום אין וויזניץ קומט פאר דעם לוזער וואס האט אוועקגעוואקט און נישט פאר דעם וואס האט די גאנצע מלוכה, ר' מענדל איז א נרדף וואס האט אוועקגעוואקט און שפילט נישט נרדף. ער איז סאך מער איש שלום און נרדף ווי תולדות אברהם יצחק,

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 20, 2013 5:46 pm

· #89287
אויב רופסטו מעדעלע א נרדף האסטו א זייער שוואכע זיכרון.