☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וואס איז דיין האבי?

וואס איז דיין האבי?

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16383

איך הער.. » מיטוואך יולי 5, 2023 5:16 pm

· #530597
וואס איז דיין האבי?
יעדער מענטש האט איין זאך וואס ווען נישט דער בְּזֵעַת אַפֶּיךָ תֹּאכַל לֶחֶם וואלט ער דאס געטאן אפילו אומזיסט, פשוט ווייל ער גלייכט דאס צי טאן און ס'ברענגט אים פארגעניגן און ס'געט אים א פלאץ זיך אויסציליפטערן.

איך האב שוין קע"ה אנגעטראפען מענטשען מיט כל מיני אינטערעסאנטע האבי'ס, צימאל ווער איך ממש ערשטוינט צי זען ווי א זאך וואס איך וואלט זיך נישט פארגעשטעלט אז עס איז דא אינטער דעם עפעס אינטערעסאנט, איז למעשה דא א וועלט אינטער דעם פון שווערע טויזענטער הייסע נאכפאלגערס און פארום'ס, קאלעקטערס און וואס נישט.

אלזא, עפען איך דער אשכול אז דער עולם פאר ווער ס'וויל זאל קענען מיטיילען וואס זייערע האבי'ס און אינטערעסן זענען, מיין ציל מיט דעם אשכול איז צווייפאכיג, איינס, פשוט ווייל עס איז אינטערעסאנט, אין אפשר וועט מען טרעפען עפעס נייע זאכען וואס לוינט זיך אויסציטשעקן. און צוויי, האפענטליך וועט מען טרעפן איינער וואס גלייכט עפעס ענדליך צי דיר און מען קען ציזאמען עקספלארן און זיך אויסשמיסען איינע די אנדערע.

ס'וואלט געווען כדי אז מ'זאל צילייגען אביסל אינפראמאציע ווי מען קען מער ליינען אדער זען וועגן די נושא, כדי אויב איינער וויל אויסטשעקן די זאך זאל ער האבן ווי אנצופאנגען.

מיין ליסטע קיקט אויס עפעס אזוי..

1) גיטאר, בעיקר Acoustic Fingerstyle, דאס איז ממש א וועלט פאר זיך, אין אויך גאר קאמפלעצירט צי זיין באמת גוט דערין, די גרעסטע לייבן אין דעם זענען Tommy Emmanuel וואס איז ממש נישטא זיינס גלייכן, אויך איז דא richard Smith וואס איז אויך ריזיג.

2) מינעטשערס ( Dioramas/Miniatures), געוויסע מיינען אז דאס איז נאר געמאכט פאר ערב סוכות, אבער ס'דא מענטשען וואס זענען פארנימען דערמיט א גאנצע יאר, די צוויי בעסטע יו טויב טשענעלס פאר דעם איז לענ"ד Luke Towan מ'קען ממש משוגע ווערן וואס דער בחור קען אלס, אויך איז דא laser creation-world וואס איז אויך גארנישט אוועק צימאכן.

3) עוויעשאן (Aviation), דאס איז נישט געמאכט פאר יעדעם, ס'דא גראדע אסאך היימישע פילאט'ס וואס איך קען, אבער משום איזה סיבה שהיא איז די וואס שעמען זיך דערמיט מ'האט מורא אז ס'שאד פאר שידוכים פאר די קינדער! א מעשה מיט א בוידעם. איך האב זיך אנגעהויבן לערנען פאר א שטיק צייט אבער כ'האב עס אפגעלאזט אינדערמיט ווייל ס'קאסט א געוואלד מיט געלט אין צייט, ביידע פון וואס איך האב נישט גענוג, אי"ה איין טאג וועט מען זיך צריקנעמען דערצו, אבער פאר ווער ס'וויל איז דא א גוטע פלייט סקול אין somerset airport און נוי דזשערסי.

אלפא » מיטוואך יולי 5, 2023 5:31 pm

· #530602
איך הער..

1) גיטאר, בעיקר Acoustic Fingerstyle, דאס איז ממש א וועלט פאר זיך, אין אויך גאר קאמפלעצירט צי זיין באמת גוט דערין, די גרעסטע לייבן אין דעם זענען Tommy Emmanuel וואס איז ממש נישטא זיינס גלייכן, אויך איז דא richard Smith וואס איז אויך ריזיג.
איך האב איינגעזען אין די קונסט דורך דעם היימישן בחור דא, פאר מיר האט דאס געעפענט א נייע וועלט צו דעם סטייל..

איך הער.. » מיטוואך יולי 5, 2023 5:42 pm

· #530609
אלפא: ארי עטטינגער איז זיין נאמען, ער האט זיך אסאך געלערנט טאקע ביי Tommy emmanuel פון וואס איך האב גערעדט אויבן, דא קענסטי זען ווי דער ארי האט אים געטראפען ביי איינע פון זיינע שוי'ס, און נאכן זען ווי גוט ער טויגט האט ער אים מכבד געווען צי קימען שפילן און פראנט פינעם גאנצען עולם.

אלפא » מיטוואך יולי 5, 2023 5:52 pm

· #530612
פערזענליך איז פידל מיין ליבלינג.

די סורפרייז האב איך געכאפט, גייענדיג צום ערשטן מאל צו אן EXPO פון אינטערנאציאנאלע פידל מאכערס - אן אויסלייג פון הונדערטע פידלעך און bows ראנגינג צווישן $500 ארויף צו $200,000 (נייערע פידלעך קומען נארמאל נישט העכער - עס ווערט טייערע מיט די עלטער.. עלטערע פידלעך איז א סוגיא פאר זיך - נארמאל נאר אויף אוקשאנס.).
שפילן אויף פארשידענארטיגע פידלעך יעדעס מיט זיין דיסקריפציע - איז אן עקספיריענס פאר זיך.
וואס האט מיר דאס מערסטע געכאפט, איז די פלאנעט -אדער גאר אוניווערס- וואס גייט אלס פאר אונטער דעם 'פידל מאכעריי', אנגעפאנגען פון די האלץ, די דעסיין, דאס טיוניג פונעם האלץ - וועלכע איז א חכמה ואינה מלאכה פאר זיך, די וועג וויאזוי די פרייזן ווערן באשטומט. ועל כולם, א כנופיא פון אירע וועלכע האבן פארברענגט א לעבנס תקופה נאר אין יענעם עולם, יעדער מיט זין אייגענארטיגן שניט, עקפערטיז, און בליק אויף דעם פעלד. דאס איז א חוץ די אלע שפילער - פראפעסיאנאלע ווי בעגינערס, גרויסע און קליינע - וואס מ'טרעפט אלס דארט אן!
עס איז געווען ווערד די שעות ארויסגיין פון מיין מצומצום'דיג וועלטל - אריינצוגיין אין א וועלט ווי דארט מיינען די איינוואוינער אויך אז דאס וועלט ענדיגט זיך ארום זיי..

אויפן פידלער'ישן ראלם איז זי מיין קעניגן!

אלפא » מיטוואך יולי 5, 2023 6:08 pm

· #530615
איך הער..
יעדער מענטש האט איין זאך וואס ווען נישט דער בְּזֵעַת אַפֶּיךָ תֹּאכַל לֶחֶם וואלט ער דאס געטאן אפילו אומזיסט, פשוט ווייל ער גלייכט דאס צי טאן און ס'ברענגט אים פארגעניגן און ס'געט אים א פלאץ זיך אויסציליפטערן.
איך האב שוין לאנג געהאלטן עס וואלט ווען געדארפט זיין א וועג צו אראפברענגען פרייזן - און בעצם פארבעסערן דעם עקאנאמיע - אויב נאר זאל יעדע טון זיין האבי בחנם און אויסטויש פאר יענעם'ס האבי ווען ער דארף עס.. עס זענען זיכער אויך דא מענטשן וועלכע גלייכן צו זיצן איבער נומערן אין אן אפיס, אדער פאקן אין אן אמאזאן ווערהאוז..
ס'איז זייער א קאמוניסטישע מהלך. אבער אולי?!

מיט די פאטענציאלע עקאנאמישע דיסרופציע (צווישן אנדערע) דורך AI, וועלן מיר זיך בקרוב ממילא טרעפן נאר זינקען און האבי'ס... ואשרי למי שתורתו...

אלע צוזאמען » מיטוואך יולי 5, 2023 6:58 pm

· #530624
אלפא

איך האב שוין לאנג געהאלטן עס וואלט ווען געדארפט זיין א וועג צו אראפברענגען פרייזן - און בעצם פארבעסערן דעם עקאנאמיע - אויב נאר זאל יעדע טון זיין האבי בחנם און אויסטויש פאר יענעם'ס האבי ווען ער דארף עס.. עס זענען זיכער אויך דא מענטשן וועלכע גלייכן צו זיצן איבער נומערן אין אן אפיס, אדער פאקן אין אן אמאזאן ווערהאוז..
ס'איז זייער א קאמוניסטישע מהלך. אבער אולי?!
אלכסנדר מוקדון וואלט דיך גע'הרג'ט פאר אזא מהלך.

דערהויבענע איד » מיטוואך יולי 5, 2023 7:14 pm

· #530633
פיאנא.

עלעקטריק מוזיק.

קליידער דעזיין.

קאווע שטיבל, די גשמיות'דיגע, און די עכטע.

סאונד.

פסכילאגע.

קיין איינע פון די זאכן האב איך נאכנישט זיך גענומען עס צו טון פון ניין טו פייוו, כ'ווייס אליינס נישט פארוואס...

קהל'ס נער » מיטוואך יולי 5, 2023 7:23 pm

· #530639
רייכערען מארלבאראו מיט א הייסע קאווע אין די ווינטער
און טאקע פאר די סיבה בין איך א קאפעטאליסט, ווייל איך זעה נישט וויאזוי מיין האבי גיבט צי, צי סאסייעטי.

אלפא » מיטוואך יולי 5, 2023 7:24 pm

· #530640
armchair philosophy האט זיכער די אויבן-אן ביי מיר.

מיט צוויי קאנדישאנס:
1. איך דארף א צווייטן אנקעגן מיר מיטצושמועסן!
2. איך דארף צוערשט קענען פילאזאפיע...

אלפא » מיטוואך יולי 5, 2023 7:26 pm

· #530643
קהל'ס נער
רייכערען מארלבאראו מיט א הייסע קאווע אין די ווינטער
און טאקע פאר די סיבה בין איך א קאפעטאליסט, ווייל איך זעה נישט וויאזוי מיין האבי גיבט צי, צי סאסייעטי.
געוואלדיג! וואלסטו זיך געזעצט אנקעגן מיר - מיטן קאווע און ציגאר - זיך אויס'טענה'ען איבער קאפיטאליזם/סאציאליזם??

האסטע שוין דיין ערשטע נוצן!! 😃

קהל'ס נער » מיטוואך יולי 5, 2023 7:30 pm

· #530646
אלפא
קהל'ס נער
רייכערען מארלבאראו מיט א הייסע קאווע אין די ווינטער
און טאקע פאר די סיבה בין איך א קאפעטאליסט, ווייל איך זעה נישט וויאזוי מיין האבי גיבט צי, צי סאסייעטי.
געוואלדיג! וואלסטו זיך געזעצט אנקעגן מיר - מיטן קאווע און ציגאר - זיך אויס'טענה'ען איבער קאפיטאליזם/סאציאליזם??

האסטע שוין דיין ערשטע נוצן!! 😃
ווען דער בארדיטשובער קען ווען, לייקט ער דיך 😂

וואלווי » מיטוואך יולי 5, 2023 7:58 pm

· #530652
אלפא
קהל'ס נער
רייכערען מארלבאראו מיט א הייסע קאווע אין די ווינטער
און טאקע פאר די סיבה בין איך א קאפעטאליסט, ווייל איך זעה נישט וויאזוי מיין האבי גיבט צי, צי סאסייעטי.
געוואלדיג! וואלסטו זיך געזעצט אנקעגן מיר - מיטן קאווע און ציגאר - זיך אויס'טענה'ען איבער קאפיטאליזם/סאציאליזם??

האסטע שוין דיין ערשטע נוצן!! 😃
ער פארטרעט שוין קאפיטאליזם, זאגט ער, דו מן הסתם ביסט די סאציאליסט, זאל ער דיך קויפן א קאווע אויפן וועג צו דיר, און א ציגארעטל וועסטו נעמען פון עם. אין עקסטשעינדזש, וועסטו עם צוריקגעבן אידילאגיע און פיליזאפיע...

איך הער.. » מיטוואך יולי 5, 2023 8:21 pm

· #530659
Re: וואס איז דיין האבי?
חברים לאמיר זיך פראבירען צי האלטן צי די נושא, שכח.

ערנסטגערעדט » מיטוואך יולי 5, 2023 8:48 pm

· #530670
דראָמס - נאכן האקן אויף וואס סלאזט זיך האב איך מיך בעיקר אליין געלערנט די עכטע פאך, היינט פארמאג איך עטליכע סעטס
קיבּאָרד - אליין אויסגעלערנט
מיט גיטאר האב איך מיך נישט געקענט קיין עצה געבן, די פינגערס דארפן אראפהאלטן דעם שטריק אבער נישט אינגאנצן אנגעהויבן נישט געענדיגט
מוזיק פראדאקשען - מיט אזעלכע עפפס ווי Auxy האב איך שוין פארפאסט עטליכע שיינע ארעינדשזמענטס פארברענגען די צייט
קאודינג - כהאב גענומען קורסעס און זיך האלב געלערנט אבער קיינמאל נישט געענדיגט
גרעפיקס / ווידיאו עדיטינג - צופיל מאל האב איך די קריעטיוו בּלאַק


אלנפאלס, מזאל זיך בשום אופן נישט לערנען פון מיר, כמעט יעדע זאך דא אויסגערעכנט אנשטאט גיין פון א׳ ביז ת׳ בין איך געגאנגען פון ת׳ ביז מ׳
מיט אזעלכע שארטקאטס פון אלע זייטן. ווילסט קענען מוזיק? לערן דיך מוזיק טעאריע ווי א מענטש, ווילסט קענען דיזיין? לערן דיך נישט אויפן דזשאב

יעקב פאטאש » מיטוואך יולי 5, 2023 9:19 pm

· #530683
1. פיאנא
2. Psychology
3. היסטאריע
4. Food carving
5. וכו.

פינקע בלומען » מיטוואך יולי 5, 2023 10:22 pm

· #530697
איך האב עטליכע האביס, די מערסטע אינטערעסאנטע איז גלעזער פרעימעס.

איך האב זייער ליב צו אויסטרייען אין collection פרעימעס פון אלע סייזעס אין קאלירן,

איך קויף יערליך 6-7 נייע גלעזער, מיין מאן האלט אז איך בין משוגע....

אחוץ דעם האב איך ליב סתם fashion and design

אלפא » מיטוואך יולי 5, 2023 11:18 pm

· #530703
איז האבן און קויפן פארעכנט אלס האבי?

ווי איך פארשטיי מיינט האבי א פעולה וועלכע מ'האט ליב צו טון וכדומה..

אלע צוזאמען » דאנערשטאג יולי 6, 2023 12:15 am

· #530719
פאטאגראפיע.
די חידוש פון נעמען א לעבעדיגע מעמד, און עס פאראייביגן אויף א טויטן פאפיר, און דער זעהער זאל נאך אלץ פילן די לעבעדיגקייט דערין.
פון די בר מצווה דריי איך זיך ארום מיטן קעמערע אין האנט, קודם האט עס געכאפט עניטינג וואס האט זיך געלאזט, צוביסלעך איז עס געבליבן ביי Street Photography מיט מענטשן דערין, און פראפעסיאנאלע פאטא-שאט'ס.

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יולי 6, 2023 12:18 am

· #530720
וואס איז מיין האבי?? וויאזוי קען איך דאס אויסגעפינען??

אלע צוזאמען » דאנערשטאג יולי 6, 2023 12:55 am

· #530730
דער גאלדענער אדלער
וואס איז מיין האבי?? וויאזוי קען איך דאס אויסגעפינען??
ווער זאגט די האסט?

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יולי 6, 2023 1:23 am

· #530736
אזוי האט דער פותח האשכול אנגעהויבן זיין ארטיקל, קוק די ערשטע פיר און אהאלב שורות, און אויף דעם באציה איך מיך.

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג יולי 6, 2023 2:15 am

· #530754
Re: וואס איז דיין האבי?
-שרייבן! (און לייקן)

-זיך אויסטענהן אויף א שטיקל פילעזאפיע שבת נאכמיטאג אזש מען זאל הייזעריג ווערן. איך האב א האבי צו דעבאטעס אין אלגעמיין.

-מיוזיק

-נעמען געלונגענע בילדער (נישט פראפעסיאנאל)

-און כמעט אלעס וואס האט מיט גאטס נאטור.

דערהויבענע איד » דאנערשטאג יולי 6, 2023 11:51 am

· #530802
אלפא
איז האבן און קויפן פארעכנט אלס האבי?

ווי איך פארשטיי מיינט האבי א פעולה וועלכע מ'האט ליב צו טון וכדומה..
פארוואס נישט?

האסט דאך עס ליב צו טון...

א פרנסה איז אפשר שווערער צו מאכן מיט דעם, אבער זיכער קען מען עס ניצן צ מאכן געלט.

א האבי מיינט נישט דווקא מאלן, און טאלאנט מיינט נישט נאר זינגען.

כניאק » פרייטאג יולי 7, 2023 1:19 am

· #530915
Re: וואס איז דיין האבי?
אליין ארבעטן אויף מיין קאר.

Woodworking.

ביידע טו איך כמעט נישט ווייל איך האב נישט קיין פלאץ.

מונטסורי » פרייטאג יולי 7, 2023 12:05 pm

· #530943
האביס וואס מ׳חלומ׳ט נאר דערפון אבער מ׳טוט נישט למעשה קען מען רעכענען?

פאר מיר איז עס שרייבען/בלאגירן און קאכן/באקן, אויב איך געווין ווען די לאטערי היינט טו איך דאס פול טיים (נישט אז כ׳קויף לאטעריס אבער איך וועל גערן נעמען א טיקעט אויב איינער שיקט מיר אריין 😉 )

ביבער » פרייטאג יולי 7, 2023 12:27 pm

· #530947
מונטסורי
האביס וואס מ׳חלומ׳ט נאר דערפון אבער מ׳טוט נישט למעשה קען מען רעכענען?

פאר מיר איז עס שרייבען/בלאגירן און קאכן/באקן, אויב איך געווין ווען די לאטערי היינט טו איך דאס פול טיים (נישט אז כ׳קויף לאטעריס אבער איך וועל גערן נעמען א טיקעט אויב איינער שיקט מיר אריין 😉 )
אז די קאכן און באקן איז אזוי גוט ווי די שרייבן בין איך דיין בעסטע פריענד

מונטסורי » פרייטאג יולי 7, 2023 12:34 pm

· #530949
ביבער
מונטסורי
האביס וואס מ׳חלומ׳ט נאר דערפון אבער מ׳טוט נישט למעשה קען מען רעכענען?

פאר מיר איז עס שרייבען/בלאגירן און קאכן/באקן, אויב איך געווין ווען די לאטערי היינט טו איך דאס פול טיים (נישט אז כ׳קויף לאטעריס אבער איך וועל גערן נעמען א טיקעט אויב איינער שיקט מיר אריין 😉 )
אז די קאכן און באקן איז אזוי גוט ווי די שרייבן בין איך דיין בעסטע פריענד
וואס האסטו דערפון אז כ׳טו נישט קיין איינס? 😂

סיריעסלי, קויף מיך א לאטעריע, איך דארף נישט קיין סאך, צען מיליאן איז מער ווי גענוג

חדשים » פרייטאג יולי 7, 2023 4:21 pm

· #530979
אנאליזירן און אפשאצן.

אייז קריעם » זונטאג יולי 9, 2023 7:21 am

· #531020
בעל תפילה

בעל דרשן

דיכטער » מיטוואך יולי 12, 2023 4:37 pm

· #531327
דער גאלדענער אדלער
וואס איז מיין האבי?? וויאזוי קען איך דאס אויסגעפינען??
שוין לאנג, זייער לאנג, וואס איך זוך מיינע האביס, טאלאנטן, פאכן און אייגנארטיגקייטן. איך קען זיי נישט געפינען. ווי מער איך זוך, ווער איך ווייניגער זיכער אז איך האב זיי סיי ווען אמאל באזיצט, אייגענטליך האב איך נאכנישט געפונען זיך, קען גאר זיין, זיך קיינמאל נישט באגעגנט מיט איהם…

שעפטאל » מיטוואך יולי 12, 2023 4:42 pm

· #531328
בשעת דו שרייבסט אז דו טרעפסט נישט דיינע טאלאנט'ן...
פון דיין שרייבן אליין זעהט זיך אהן דיין כשרון פון ארויס האבן א זאך און עס אזוי קלאר און פערפעשנול אראפלייגן 😃

ווי איינער זינגט אזוי הערליך א ניגון. און די ווערטער זענען: כ'קען נישט שיין זינגען. לאל.

קאך_לעפל » מיטוואך יולי 12, 2023 4:48 pm

· #531329
צו טיילן מכות...

איך הער.. » מיטוואך יולי 12, 2023 6:06 pm

· #531336
דיכטער
שוין לאנג, זייער לאנג, וואס איך זוך מיינע האביס, טאלאנטן, פאכן און אייגנארטיגקייטן. איך קען זיי נישט געפינען. ווי מער איך זוך, ווער איך ווייניגער זיכער אז איך האב זיי סיי ווען אמאל באזיצט, אייגענטליך האב איך נאכנישט געפונען זיך, קען גאר זיין, זיך קיינמאל נישט באגעגנט מיט איהם…
א האבי איז לאו דווקא "טאלאנטן, פאכן און אייגנארטיגקייטן". עס קען זיין עפעס וואס דו ווילסט אדער וואלסט געקענט באשטיין צו קענען.

איך האלט אז בעצם האט יעדער מענטש א האבי, אמאל איז שווערער צו לייגן די פינגער אויף וואס דאס איז פונקטליך, אבער ס'איז זעכער דארט ערגעץ באגראבן.

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יולי 12, 2023 8:16 pm

· #531342
זאגסט עפעס, האסט א נקודה, נישט געטראכט דערפון.

נו אויב שוין יא אזוי, כ'האב אייביג געהאט א תאוה פאר מאטעמאטיק, אבער נישט פאר די בעסיק +-×÷ נאר פאר די קאלעדזש מעט ווי למשל Calculus, Trigonometry וכדומה. כ'האב ביי מיר אינדערהיים א שיינע פאר ביכער וואס כ'האב מיך איינגעהאנדעלט במשך די יארן, און אפילו אנגעהויבן צו לערנען דערין, אבער די פגעי הזמן מיט די אפמיטשעניש פון די בזעת אפיך תאכל לחם האט נאכנישט צורוה געלאזט. כ'ווארט אויף דעם ביקש יעקב לישב בשלוה מאמענט און דאן גייט מען זיך נעמען דערצו.