☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » ספרי יום טוב עהרליך

ספרי יום טוב עהרליך

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16350

בלאט פלעק » מאנטאג יוני 26, 2023 11:55 pm

· #529775
ספרי יום טוב עהרליך
איך ווייס און איך האב געזען יארן צוריק א ספר "חבלי משיח" (נישט די קאסעט) פון יום טוב עהרליך, ער רעדט ארום פון UFO'ס און ס'איז געווען זייער קאנטערוועציונאל אין יענע תקופה, איך נישטער און זוך ווי איך קען באקומען דעם ספר, איינער מיט מער אינפא? עס האט געמאלענע בילדער פון UFO וואס זיין ווייב האט געמאלן וואס זי האט געזען.

קייןנאמען » מאנטאג יוני 26, 2023 11:57 pm

· #529776
כ'האב עס געזעהן ביי מיין טאטען אינדערהיים אלס קינד. כ'מיין ס'הייסט קול מבשר. די פרק הייסט די הימלען האבן זיך גענומען רעדין

בלאט פלעק » דינסטאג יוני 27, 2023 12:00 am

· #529778
Re: ספרי יום טוב עהרליך

חתן בחור » דינסטאג יוני 27, 2023 3:50 am

· #529790
Re: ספרי יום טוב עהרליך
כ׳האב טאקע געזעהן יארן צוריק. צווישן די פרקים ברענגט ער עדות פון זיין טאכטער איבער די UFO׳ס וואס זי האט געזעהן. ״גאנץ ניו יארק האט עס געזעהן״, געדענק איך שרייבט ער.

זופ מיט מאנדלען » דינסטאג יוני 27, 2023 2:32 pm

· #529802
קוקט אויס אינטערסאנט, ווער סקען ברענגען מער אינפארמאציע וואלט איך געווען דאנקבאר.

צום קעפל, קומצעך אים נאך דעם ר' וואס מען האט באקלעבט אויף מיכאל שניצלער.

קייןנאמען » דינסטאג יוני 27, 2023 5:10 pm

· #529817
ווי כ'געדענק שרייבט ער אז ער האט נישט זוכה געוועהן צו זעהן דעם "הייליגען" מראה [ווייל ער האט געהאלטן אינמיטן א שינה בשבת תענוג] אבער זיין ווייב און קרובים האבן געזעהן א ufo וואס קוקט אויס אזוי ווי א (היינטיגע) פאָד מיקסער. אין פארענט פון זייער הויז.

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 27, 2023 6:01 pm

· #529820
זופ מיט מאנדלען
קוקט אויס אינטערסאנט, ווער סקען ברענגען מער אינפארמאציע וואלט איך געווען דאנקבאר.

צום קעפל, קומצעך אים נאך דעם ר' וואס מען האט באקלעבט אויף מיכאל שניצלער.
לא זכיתי להבין: איך האב דיר געוואלט געבן א לייק. דו זאגסט (מסתמא) גוט. נאר וואס זאל עיך טון אז איך האב (ב"ה) א טאם קאפ...!

ברוך שפינוזה » מיטוואך יוני 28, 2023 12:02 am

· #529834
אז מ'רעדט פון UFOס איז לעצטנס געוועהן נייעס דערוועגן. https://www.youtube.com/watch?v=ZSj7QsHRxHQ