☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » ר' שעמפא האט איר אביסל איד?

ר' שעמפא האט איר אביסל איד?

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1635

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 2:48 pm

· #39505
ר' שעמפא האט איר אביסל איד?
דאס איז די פראגע וואס איך וויל אלץ פרעגן די אלע אינגעלייט וואס שטינקן כסדר פון שעמפא
און פערפיום.

איך שאוער מיך יעדן טאג מיט שעמפא, איך בין נישט קיין פרימאק. אבער אלעס האט א גבול. צו שטינקען א
מייל ווייט ווי א פרוי איז נישט אידישלעך.

האט א מאן בכלל א רעכט זיך צו פערפיומען ווי א פרוי?

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 3:17 pm

· #39509
זר זהב
דאס איז די פראגע וואס איך וויל אלץ פרעגן די אלע אינגעלייט וואס שטינקן כסדר פון שעמפא
און פערפיום.

איך שאוער מיך יעדן טאג מיט שעמפא, איך בין נישט קיין פרימאק. אבער אלעס האט א גבול. צו שטינקען א
מייל ווייט ווי א פרוי איז נישט אידישלעך.

האט א מאן בכלל א רעכט זיך צו פערפיומען ווי א פרוי?

גבול, אידישלעך, רעכט, ווי קען איך טרעפען דעי הלכות?

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 3:19 pm

· #39510
אפשר גייט עס אריין אין לא תלבש?

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 3:33 pm

· #39519
לא תלבש וואס? צו לייגן מענערישע פערפיום? קודם ביזטו געווען זיכער אז ס'נישט אידישלעך, יעצט איז עס נאר א אפשר...

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 3:42 pm

· #39523
אידישלעך איז עס זיכער נישט!
א גוי שטינקט אזוי!

שרייבער » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 3:43 pm

· #39524
געפילטע פיש
לא תלבש וואס? צו לייגן מענערישע פערפיום? קודם ביזטו געווען זיכער אז ס'נישט אידישלעך, יעצט איז עס נאר א אפשר...

קוק אריין אין הכנה דרבה פון ערוגת הבשם

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 3:52 pm

· #39527
זר זהב
אידישלעך איז עס זיכער נישט!
א גוי שטינקט אזוי!

און אז כ'װעל דיר ווײזען גוים וואס שטינקען פון שווייס וועד דאס אויך ווערן א גוישע זאך?

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 3:55 pm

· #39528
ניין, ווייל ס'איז א זאך שאין בו מעשה. ס'איז נאטורליך.

דבילה » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 4:55 pm

· #39538
זר, דו ווערסט אנגעדרייט פון מענערישע פערפיום? געוואלד, ווי האלטן אונז שוין אויף דער וועלט!


(אריין אין מאחורי הפרגוד)

ציבעלע-קיגל » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 4:56 pm

· #39539
האט א היימישע "איד" א רעכט ארויסציגיין ווען ער שטינקט אין סרחה'ט אז עס ברעגט טרערן?
איך בין אמאהל געווגן אויף די F טרעין איןמיטן קומט ארויף א אינגערמאן א "פרימאק" מיט'ן אלע שמונה בגדים... פלאטשיגע הוט, וועסטל', שמוציגע געלע טלית קטן וכו'
וואס האט אזוי געשטינקען אז נאך פאר די טיר האט זיך צוגמאכט זענען 2 מענטשען שנעל אראפגעלאפען.

דעינעש » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 6:32 pm

· #39560
ציבעלע-קיגל
האט א היימישע "איד" א רעכט ארויסציגיין ווען ער שטינקט אין סרחה'ט אז עס ברעגט טרערן?
איך בין אמאהל געווגן אויף די F טרעין איןמיטן קומט ארויף א אינגערמאן א "פרימאק" מיט'ן אלע שמונה בגדים... פלאטשיגע הוט, וועסטל', שמוציגע געלע טלית קטן וכו'
וואס האט אזוי געשטינקען אז נאך פאר די טיר האט זיך צוגמאכט זענען 2 מענטשען שנעל אראפגעלאפען.

להבדיל בין..
געפילטע פיש
זר זהב
אידישלעך איז עס זיכער נישט!
א גוי שטינקט אזוי!

און אז כ'וועל דיר ווייזען גוים וואס שטינקען פון שווייס וועט דאס אויך ווערן א גוישע זאך?

קליגער איד » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 2:37 pm

· #54749
ר' שעמפא האט איר אביסל איד?
די שאלה האט מיר איינער געפרעגט היינט אין מקוה וואלט איך געוואלט פרעגן די עולם דא איז עס מענטשליך צו שנארן פון יענעם שעמפא?? בעת ווען רוב מאל קען מען זיך נישט אפזאגן

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 2:39 pm

· #54751
ביזט אינעם ראנג אשכול, חוץ אויב יענער האטיר געבעטן א צייטונג צו לייענען אין מקוה

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 2:40 pm

· #54753
זוכסט מסתם די אשכול

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/39307">viewtopic.php?f=4&t=1630&p=39307&hilit=%D7%A9%D7%A2%D7%9E%D7%A4%D7%90#p39307</a><!-- l -->

ציבעלע-קיגל » מיטוואך יאנואר 23, 2013 6:53 am

· #81748
דעינעש
ציבעלע-קיגל
האט א היימישע "איד" א רעכט ארויסציגיין ווען ער שטינקט אין סרחה'ט אז עס ברעגט טרערן?
איך בין אמאהל געווגן אויף די F טרעין איןמיטן קומט ארויף א אינגערמאן א "פרימאק" מיט'ן אלע שמונה בגדים... פלאטשיגע הוט, וועסטל', שמוציגע געלע טלית קטן וכו'
וואס האט אזוי געשטינקען אז נאך פאר די טיר האט זיך צוגמאכט זענען 2 מענטשען שנעל אראפגעלאפען.

להבדיל בין..
געפילטע פיש
זר זהב
אידישלעך איז עס זיכער נישט!
א גוי שטינקט אזוי!

און אז כ'וועל דיר ווייזען גוים וואס שטינקען פון שווייס וועט דאס אויך ווערן א גוישע זאך?


ווען דער גוי שטינקט זאגט ער נישט דערטי דג'ו. די אידן שטינקען