☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די מידיע האט עס געטוהן מיט אונז נאכאמאל

די מידיע האט עס געטוהן מיט אונז נאכאמאל

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16341

לייביששרייבער » זונטאג יוני 25, 2023 10:50 pm

· #529664
די מידיע האט עס געטוהן מיט אונז נאכאמאל
זונטאג פאריגע וואך, לאזן זיך אראפ פינף מענטשן וואס זענען ווערד מיליאנען, גרויסע יחסנים אווענטוריסטן, און גייען זעהן דורך א קליין לעכעל פונעם סובמערסיבעל די ברוכווארג פונעם 110 יעריגע איינגעזיקענע טיטאניק וואס טויזענטער שעות עקספלארעישאן איז שוין דערינען אריינגעגאנגען במשך די לעצטע 100 יאר.

א נסיעה וואס נעמט אן ערך פון 8-9 שעה, מיט א לופט טאנק צום אטעמען פאר די פינף מענטשען פאר אפאר שעה לענגער ווי זיי דארפן דארט פארברענגן אין דעם קליינעם סובמערסיבעל (אזוי גרויס ווי א סאדע קען).

די פינעף ביליאנערן זיצן אינעם סאדע קען צושטופט אבער פארט אויפגעלייגט, אזא אווענטור וואס די וועלט האט נאך נישט געזעהן בעפאר.

עס איז זונטאג מיטאג, א שעה מיט פינף און פערציג מינוט נאך וואס דער קליינער סאדע קען מיט די פינף מאנשאפט מיטגלידער האבן זיך ארונטערגעלאזט דעם וואסער און הילד איננו, די קאמיוניקאציע האט זיך אפגעשטעלט, מען הערט נישט די חברה מער, מען ווייסט נישט וואס האט מיט זיי האט פאסירט.

אלע מידיע אוטלעטס Media outlets שטעלן זיך אפ פון זייערע רעגלמעסיגע נייעס פראגראמען, ברעיקינג ניוס! די סובמערסיבעל האט אויפגעהערט קאמיוניקירן מיט'ן סופפארט שיף.

פאליטיק הערט אויף עקזעסטירן, אלעס ווערט איבערגענומען מיט די ברעיקינג ניוז א גאנצן ליבער טאג. די וועלט האט זיך אפגעשטעלט. דער פאליטישער ארענע איז אויף וואקאציע. ביידען טראמפ, נייע קאנדידאטן, פינאנציעלע נייעס, אלעס איז געשטארבן, נישטא גארנישט. ווילאנג מען וועט הערן אז די פינף ביליאנערן זענען צוריק מיט גאנצע גלידער.

דאס גאנצע מידיע האט נישט איצטערט קיין צייט צו רעפארטן קיין שום אנדערע נייעס אויסער ארום דעם סובמערסיבל. א יעדעס קליינע נייעסל, א יעדעס ספק ספיקא ארום דעם סאדע-קען וואס שווימט ערגעץ-וואו אין קאנאדע אונטער די וואסער, די מידיע איז פארנומען צו ברענגען די מינוטיגע איצטיגע אפדעיטס.

אזוי גייט אדורך זונטאג מיט שפילענדע פאטאגראפן ווי די רעטונגס שיפן מיט די רעטונגס פליגער און העליקאפטערס קומען אן צום פלאץ אין וואסער ווי די טראגעדיע האט זיך אנגעהויבן, פונקט דארט ווי דער סובמערסיבעל האט זיך אפגעטיילט מיט דעם גרויסען סופפארט שיף וואס האט מיט זיך געטראגן דעם שיפל און זיך ארונטערגעלאזט אינעם ים 13000 פיס ארינטער.

די רעטונגס אקציע גייט אריין אין שוואנג און די גאנצע וועלט קוקט זיך צו מיט אנגסט וואס עס גייט זיך אויסלאזן מיט דעם סובמערסיבעל און זיינע פאסאזשירן. די מידיע שפילט אויס א גאנצן טאג דעם מומחה און יענעם מומחה, אלעס נאר ארום די נייעס וואס האלט א יעדן געשפאנט צום טי. ווי. מיט אנגסט וואס עס גייט פאסירן. אזוי גייט אדורך דעם זונטאג.

מאנטאג מען האט געהערט קלאפערייען, מען הערט גרודער, א געוויסער קאוד ווערט געקלאפט אויף די ווענט פונעם סובמערסיבעל ווי זיי רופן פאר הילף. מען דעבאטירט א גאנצן טאג צו די ROV'S רעמאוט שיפל זאל יא אדער נישט ווערן אריינגעברענגט אינעם אקציע. דינסטאג טאגט שוין און עס איז שוין ב''ה דא אן החלטה פון די צוויי לענדערס קאוסט גארדס אז די ROV איז אויפן וועג מיט די מומחים וואס וועלן דאס פירן צוצוקומען צום סאדע קען, און אזוי איז די מידיע פארנומען אינטערוויוען די אפערעיטארס, און די וואס זענען אין דעם גלגול נאר געשטאנען נעבן אזא ROV.

ויהי ממחרת, עס איז שוין מיטוואך, און במשך רוב טאג, און די שרעקליכער נייעס ווערט געבראכן אין א ברעיקינג ניוס אויסרוף אז מען האט געטראפן שטיקער פונעם סובמערסיבעל. די 5 מיטגלידער זענען ל''ע אומגעקומען. נאך אפאר שעה איז נאך די מידיע פארנומען מיט עקספערטן אפשאצן וואס האט אלץ געקענט פאסירן. א יעדער עקספערט ווערט אינטערוויוט, און אויך די זיכערהייטס פארלעצונגען פון אושען געיט וכו', און עס איז שוין דארנעשטאג.

ביני לביני וואס פאסירט אויף די פאליטישע ארענע, האנטער ביידן ווערט אנגעקלאגט און ריינגעוואשן אין די דריי-פיר טאג.

דזשעי פי מארגן אין דזשעפרי עפשטיין אימעילס ריליעסד, 47 מיליאן אימעילס זענען עפעס מיסטריעזיש נעלם געווארן, פארווישט און פארלוירן זייערע שפורן אז אימעילס צווישן די צוויי איז אמאל געוועזען.

דער פרעזידענט גייט אדורך אן אימפיטשמענט פראסעס אין די הויז פון סענאט.

די פענטאגאן האט אפגעשיקט קיין אוקריינע נאך 6 ביליאן דוללער. יא, ביליאן מיט א "ב".

עף בי איי וויסעל-בלאזערס ווערן נעלם פון די מאפע.

דזשאן דארעם גייט אדורך א קאנגרעשאנעל הערינג וועגן דעם אומפארלעסליכע ראשען האוקס Russian Hoax

די אלע נייעסער זענען פארגעקומען אונטער אונזער נאז ווען מיר זענען אלע אין אנגסט און פארנומען וואס עס האט פאסירט מיט 5 ביליאנערן וואס האבן מחליט געווען צו גיין שווימען אונטער'ן וואסער 13000 פיס, אין די צייט וואס די נעווי האט שוין זונטאג אינמיטן טאג געוואוסט אז די 5 ביליאנערן זענען פארביי.

וואס מיינט איר ליינער, וואס האט דא פאסירט?

אלע צוזאמען » זונטאג יוני 25, 2023 11:22 pm

· #529671
יא יא, די לינקע מידיע דאמינירט.

אבער טרייב נישט איבער, די פרעזידענט ווערט נישט אימפיטשט, סך הכל האבן די רעפובליקאנע שוואכלינגען געשיקט די אימפיטשמענט צו א קאמיטע וואס ס'וועט דארט אפשטארבן.

לייביששרייבער » זונטאג יוני 25, 2023 11:24 pm

· #529673
[ציטאט אראפגענומען]
וואס איז די החלטה? דו וועסט נאך געוואויר ווערן.

אלע צוזאמען » זונטאג יוני 25, 2023 11:24 pm

· #529674
[ציטאט אראפגענומען]
וואס מיינט גענצליך?
מ'האט אים אנגעקלאגט אויף נארישע טעק'ס עבירות וואס ער עט בלויז דארפן צאלן אפאר דאלער, און אויף איין גאן טשארדזש באקומט ער אביסל פראבעישן.

לייביששרייבער » זונטאג יוני 25, 2023 11:24 pm

· #529675
אלע צוזאמען
יא יא, די לינקע מידיע דאמינירט.

אבער טרייב נישט איבער, די פרעזידענט ווערט נישט אימפיטשט, סך הכל האבן די רעפובליקאנע שוואכלינגען געשיקט די אימפיטשמענט צו א קאמיטע וואס ס'וועט דארט אפשטארבן.
יא יא, דאס איז שוין צווייט-זייטיג וואס די דיטעילס זענען, עס איז נאר דער געדאנק.

לייביששרייבער » זונטאג יוני 25, 2023 11:28 pm

· #529678
אלע צוזאמען
יא יא, די לינקע מידיע דאמינירט.
נישט נאר דאמינירט, ממש ער שווענקט וואשט און קאנטראלירט וואס דו זאלסט יא און נישט וויסן.

אלע צוזאמען » זונטאג יוני 25, 2023 11:29 pm

· #529680
[ציטאט אראפגענומען]
האלט דיך נישט איין דיין אטעם.

אלע צוזאמען » זונטאג יוני 25, 2023 11:33 pm

· #529681
יעדע שטיק צייט האט די 'דיעפ סטעיט' פאן מיט די באפעלקערונג. בלויז עטליכע וואכן צוריק, די טאג וואס די FBI האט זיך געבראכן און געברענגט פאר קאנגרעס קלארע באווייזן אז דאן 'וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען' האט גענומען שוחד ברייטערהייט, דעם זעלבן טאג האט די 'ספעציעלע קאנסיל דזשאן סמיט' געמאלדן פרישע קלאגעס קעגן 'דאנעלד טראמפ'.

חב''ד הויזן » מאנטאג יוני 26, 2023 1:21 am

· #529687
איך בין נייגעריג וויאזוי אזא זאך ארבעט. די ניו יורק טיימס, וואשינגטאן פאסט, סי ען ען, עי בי סי, אא''וו גייען ארויף אויף א קאנפערענס קאל אז צוליב וואס די וועטער זאגער זאגט פאר שלעכטע נייעס די וואך גיימיר אלע אינאיינעם האמערן מיט א טיטאניק?

יואליש » מאנטאג יוני 26, 2023 10:21 am

· #529703
חב''ד הויזן
איך בין נייגעריג וויאזוי אזא זאך ארבעט. די ניו יורק טיימס, וואשינגטאן פאסט, סי ען ען, עי בי סי, אא''וו גייען ארויף אויף א קאנפערענס קאל אז צוליב וואס די וועטער זאגער זאגט פאר שלעכטע נייעס די וואך גיימיר אלע אינאיינעם האמערן מיט א טיטאניק?
זיי טרעפן זיך רעגעלמעסיג אין די בעיסמענט פון די זקני ציון ווי אלעס ווערט פראטאקאלירט. ס'וועט נאך איין טאג ארויסרינן טראץ די צענזור. האלט אן אויג אויף 4chen.

Big Boy » מאנטאג יוני 26, 2023 10:54 am

· #529707
חב''ד הויזן
איך בין נייגעריג וויאזוי אזא זאך ארבעט. די ניו יורק טיימס, וואשינגטאן פאסט, סי ען ען, עי בי סי, אא''וו גייען ארויף אויף א קאנפערענס קאל אז צוליב וואס די וועטער זאגער זאגט פאר שלעכטע נייעס די וואך גיימיר אלע אינאיינעם האמערן מיט א טיטאניק?

The New York Times runs the show and the others usually follow. NYT decides what the important news of the day is and the rest follow along.

קורקלענד » מאנטאג יוני 26, 2023 11:20 am

· #529709
חב''ד הויזן
איך בין נייגעריג וויאזוי אזא זאך ארבעט. די ניו יורק טיימס, וואשינגטאן פאסט, סי ען ען, עי בי סי, אא''וו גייען ארויף אויף א קאנפערענס קאל אז צוליב וואס די וועטער זאגער זאגט פאר שלעכטע נייעס די וואך גיימיר אלע אינאיינעם האמערן מיט א טיטאניק?
איך שמעק אז דו ביסט גארנישט אזוי נייגעריג. ווילסט סתם מאכן ליצנות. אויב ביסטו ערנסט נייגעריג קענסטו באמת געוואויר ווערן.

חב''ד הויזן » מאנטאג יוני 26, 2023 3:51 pm

· #529720
קורקלענד
חב''ד הויזן
איך בין נייגעריג וויאזוי אזא זאך ארבעט. די ניו יורק טיימס, וואשינגטאן פאסט, סי ען ען, עי בי סי, אא''וו גייען ארויף אויף א קאנפערענס קאל אז צוליב וואס די וועטער זאגער זאגט פאר שלעכטע נייעס די וואך גיימיר אלע אינאיינעם האמערן מיט א טיטאניק?
איך שמעק אז דו ביסט גארנישט אזוי נייגעריג. ווילסט סתם מאכן ליצנות. אויב ביסטו ערנסט נייגעריג קענסטו באמת געוואויר ווערן.
איז עס דיר נישט מאדנע אז אלע נעטווארקס האבן באשלאסן צו האמערן פונקט מיט די זעלבע נייעס? דאס מוז זיין אפגעשמועסט.

אדרבה, ווי קען איך עס געוואר ווערן?

קורקלענד » מאנטאג יוני 26, 2023 4:23 pm

· #529722
קודם שלינגט אראפ די מציאות אז ס'איז סך הכל ווייניגער ווי א מנין ביזנעס אייגנטומער וואס קאנטראלירן די מאנאפאל אויף די 'אפיציעלע' נייעס און אינפארמאציע וואס כמעט יעדער קריגט.
📎 2011_consolidation.jpg

אלע צוזאמען » מאנטאג יוני 26, 2023 5:36 pm

· #529726
חב''ד הויזן
איך בין נייגעריג וויאזוי אזא זאך ארבעט. די ניו יורק טיימס, וואשינגטאן פאסט, סי ען ען, עי בי סי, אא''וו גייען ארויף אויף א קאנפערענס קאל אז צוליב וואס די וועטער זאגער זאגט פאר שלעכטע נייעס די וואך גיימיר אלע אינאיינעם האמערן מיט א טיטאניק?
זאג נאר, די ווייסט ווי 50-75% פון געוועזענע הויכע שישקעס פון די דעמאקראטישע פארטיי ארבייטען היינט צוטאגס?
יא אינערהאלב די ''אומפארטייאישע מידיע''.

בעל אחריות » מאנטאג יוני 26, 2023 8:02 pm

· #529743
חב''ד הויזן
איך בין נייגעריג וויאזוי אזא זאך ארבעט. די ניו יורק טיימס, וואשינגטאן פאסט, סי ען ען, עי בי סי, אא''וו גייען ארויף אויף א קאנפערענס קאל אז צוליב וואס די וועטער זאגער זאגט פאר שלעכטע נייעס די וואך גיימיר אלע אינאיינעם האמערן מיט א טיטאניק?
די שיפל איז טאקע פארשוואנדען געווארען אן זייער אינטערווענץ אבער דאס אז עס איז געווארען אזא הויפט נייעס איז (arguably) זיי צו פארדאנקען.

לייביששרייבער » מאנטאג יוני 26, 2023 8:41 pm

· #529748
בעל אחריות
די שיפל איז טאקע פארשוואונדען געווארען אן זייער אינטערווענץ, אבער דאס אז עס איז געווארען אזא הויפט נייעס איז (arguably) זיי צו פארדאנקען.
אזוי ווי דו זאגסט, עס איז דא אזעלכע נייעסער מדי יום ביומו און מיר ווייסן ניטאמאל דערפון, ווייל עס איז בכלל נישט וויכטיג און אינטערסאנט פאר קיינעם. אבער ווען מען דארף פארדעקן אנדערע נייעסער דאן זוכט מען פון אונטער די קוליסן וואס מען קען האלטן דאס פאלק געשפאנט און דראמאטיזירט.

סאנטיאגא » מאנטאג יוני 26, 2023 10:13 pm

· #529758
אוי די קאנספיראציעס!! דאס איז דאך פיל בעסער ווי איני יודע... נאאא פערענ

דו שרייבסט גאר פיין אבער דו טרייבסט שוידערליך איבער...

CNBC's Squawk Box רעדט נאך וועגן די פעד און טרעדזשורי'ס און בלינקין'ס באזוך, news nation פארציילט נאך אנדערע געווענליכע נייעס אין אירע סעגמענטס, fast money פלוידערט ווייטער וועגן וואליטיליטי א fed pivot און סעמיקאנדאקטער'ס כתמול שלשום די financial times האט נאך העדליינס אויף זייער טעלעגראם טשענל וועגן generative AI, נתניהו, די דייטשע עקאנאמיע, אינדיע'ס קאמענטארן איבער די מערב וועלט'ס היפאקריסי איבער ענערגיע'ס טראנזיציע, דער ציבור האט נאך מיטגעהאלטן יעדע רוסישע סטעימענט ווידיאו פון פריגאוזשין'ס PMC Wagner אויפשטאנד קעגן פוטין. יא די מידיא פארציילט נישט אלעס און פארדעם איז independent journalism און עפפס ווי סמארט ניוז אדער גראונד ניוז, the free press פון בעערי ווייס (נישט מיכאל'ס איידים) on the rise like never before

הער אויף צו רעדן פון קעיבל טשענל'ס וואס דו אבוויעסלי קוקסט נישט.

איך נעם נישט קיין שטעלונג אין מעשיות וואס איך פאלוי נישט, אבער מאך עס נישט אויסקוקן ווי א דיסטרעקשן ווען די נייעס גייט אן פונקט ווי אלעמאל. Curb the drama

סאנטיאגא » מאנטאג יוני 26, 2023 10:22 pm

· #529759
קורקלענד
קודם שלינגט אראפ די מציאות אז ס'איז סך הכל ווייניגער ווי א מנין ביזנעס אייגנטומער וואס קאנטראלירן די מאנאפאל אויף די 'אפיציעלע' נייעס און אינפארמאציע וואס כמעט יעדער קריגט.
און אז 7 קאנגלאמערעטס קאנטראלירן די גלאבאלע האלבע טריליאן דאלאר'דיגע beauty industry איז נישט שרעקעדיג? ווער ווייסט וואס זיי לייגן אלס אריין דארט אונז צו פארסאמען??!

אזוי גייט קאפיטאליזם. ווילסט דאך נישט די געמיינע גאווערמענט זאל אלעס קאנטראלירן, אפילו רעגולירן, און אפילו די פאוער וואס זיי האבן יעצט איז דיר שוין מעגליך צופיל. עסט עס..

סאנטיאגא » מאנטאג יוני 26, 2023 10:46 pm

· #529761
חב''ד הויזן
איך בין נייגעריג וויאזוי אזא זאך ארבעט. די ניו יורק טיימס, וואשינגטאן פאסט, סי ען ען, עי בי סי, אא''וו גייען ארויף אויף א קאנפערענס קאל אז צוליב וואס די וועטער זאגער זאגט פאר שלעכטע נייעס די וואך גיימיר אלע אינאיינעם האמערן מיט א טיטאניק?
לעצטנס איז געווען א מהפיכה (גראדע געטראפן אויף די אומפארטיאיישע breaking points וואס קריסטעל איז א לינקער, און סאאגאר איז א רעכטער) אז עפעס א נייע יונגע רעפארטערין האט באקומען עפעס א אינטערוויא מיט א גרויסע וואל סטריט ביגשאט וואס אנדערע קאלעגעס אויפן נעטווארק קריצן מיט די ציין אז אזא אינטערוויא וואלט זיי געווען זייער שווער צו קריגן שוין נאך יארן עקספערטיז און זיך ארויפדראפען אויפן מידיא ראנק, ווי קומט דאס צו דעם יונגע שנוק? שטעלט זיך ארויס אז זיי האבן פשוט געהאקט א לעבן צוזאמען ווען דער אלטער מאגנאט האט זיך באוויזן אויף איר סקרין אין די בעיקראונד בשעת זי האט געהאלטן אינמיטן א segment

!Ouch

אבער אונז קלוגע אידן ווייס מיר דאך אל תסתכל בקנקן ס'מוז דאך דא ליגן עפעס טיפער'ס, ער האט איר עכט געברענגט א געהיימע מעסעדזש פון די לעצטע דיפ סטעיט זיצונג, און די סקאנדאל איז פשוט א דיסטרעקשן פון די מידיא זאלסט נישט כאפן אז זיי זענען אלע אויף די זעלבע זייט...

סאנטיאגא » מאנטאג יוני 26, 2023 10:58 pm

· #529762
אלע צוזאמען
חב''ד הויזן
איך בין נייגעריג וויאזוי אזא זאך ארבעט. די ניו יורק טיימס, וואשינגטאן פאסט, סי ען ען, עי בי סי, אא''וו גייען ארויף אויף א קאנפערענס קאל אז צוליב וואס די וועטער זאגער זאגט פאר שלעכטע נייעס די וואך גיימיר אלע אינאיינעם האמערן מיט א טיטאניק?
זאג נאר, די ווייסט ווי 50-75% פון געוועזענע הויכע שישקעס פון די דעמאקראטישע פארטיי ארבייטען היינט צוטאגס?
יא אינערהאלב די ''אומפארטייאישע מידיע''.
ווער האט געזאגט אז ס'איז אומפארטייאיש? וואס מיינט אפילו פארטייאיש? יעדע אפגעריסענע נייעס באריכט איז אדער קאנסערוואטיוו אדער פראגרעסיוו? ס'איז עפעס נישט דא קיין objective truth אויף די וועלט?

און וואס זאל איך טוהן מיט די אינפארמאציע וואס דו גיבסט מיר יעצט Arguments from ignorance פעלעסי'ס קען יעדער מאכן, דאס איז נישט קיין חכמה.
I get it קאנספיראציעס איז פאן, און מיסטעריעז, און ס'איז גאר א גוטע דראג פאר מענטשן בפרט וואס ליידן אויף דעלוזיע און פערענאויע, אבער א מענטש דארף זוכן פאקטן נישט שפעקעלירונגען...

אלע צוזאמען » מאנטאג יוני 26, 2023 11:26 pm

· #529768
סאנטיאגא
I get it, קאנספיראציעס איז פאן און מיסטעריעז, און ס'איז גאר א גוטע דראג פאר מענטשן בפרט וואס ליידן אויף דעלוזיע און פערענאויע, אבער א מענטש דארף זוכן פאקטן נישט שפעקעלירונגען...
וואו, קעריקטער עסעסינעשיען מיט די גאנצע קראפט. וואס האסטו יעצט געזאגט? גערעדט און גערעדט און געמאלן וואסער.
נישט יעדער איינער וואס האלט אנדערש ווי דיך, ליידט אויף פאראנויע און דעלוזיע.

קאנספיראציעס איז נישט פאן און מיסטעריעז, ס'ארבעט פארקערט. ווען מ'זעהט ווי די מענטשן ביים שפיץ געבן נישט ארויס קיין אינפארמאציע, און באהאלטן וואס זיי ווייסן, טרייבט עס מענטשן צו מאכן אייגענע הנחות. האסט א ברירה, געבן ארויס וואס דו ווייסט, דו ווילסט נישט? פארוואס? ווייל עפעס באהאלט מען.
פארוואס האט די אמעריקאנע נעווי נישט געזאגט גלייך יענעם טאג וואס מ'האט פארלוירן קאנטאקט מיט די סובמארין, אז זיי האבן אויפגעכאפט אן אויפרייס אויף בערך יענעם ארט?

סאנטיאגא » מאנטאג יוני 26, 2023 11:36 pm

· #529770

Whoa...
דו נעמסט עס ממש פערזענליך? וואס איז די אטאקע וואס איך באקום דא? ווייל דו פארשטייסט נישט יעדע ווארט מיינער איז עס שוין געמאלן וואסער? דארפסט נישט צוריק אטאקירן מיט קיין עד-האמינום ווען כ'האב דיר בכלל נישט אטאקירט. סך הכל דיר געשעירט מיין נאלידזש וועגן קאנסיפיראציע טעאריקער בכלליות. פאר די רעקארד: די וואסער וואס כ'האב געמאלן איז בעסיק informal logic וואס כ'האב מיך געלערנט. שכח פארן זיין אינטערסירט. איך זעה נישט קיין טענה אין דיינע ווערטער איך זעה defection. איך זעה קאגיניטיוו דיסאנענס.

אבער אפשר איז דעס געמאלן צופיל וואסער, און. נישט גענוג dumbed down

יעדער האט א רעכט צו מאכן אייגענע הנחות און אייגענע מסקנות גערן, די פראבלעם איז אבער ווילאנג דו האסט נישט קיין פאקטן נאר טעאריע און פראגע'ס קען זיין א מיליאן זאכן וואס זענען יא אדער נישט קיין פראגע, ווי איך פארשטיי די קאפ פון א קאנסיפיראציע טעאריקער איז מסקנה די רפואה, צו ס'שטימט צו נישט איז אים נישט וויכטיג ווייל ער מוז סעטיספייען א וואויד פון נישט וויסן. אבער ווער זאגט אז וואס איז פאר אים שווער איז פאר יעדעם שווער? נישט יעדער טראכט די זעלבע מין וועג. נישט יעדער איז אזוי צושאקלט ביי יעדע שוועריגקייט וואס אלעקס דזשאונס מיינט איז וועליד.

מ'קען פארן ווי ווייט מ'וויל מיט יעדע קאנסיפיריסי, רעג דיך נאר נישט אויף ווען א שטודירטער לאדזשישן אדער פסיכילאג שטופט צוריק דערויף. ווייל די מידיא האט אפשר נישט פונקטליכע רולס, אבער לאגיק האט יא.

אלע צוזאמען » מאנטאג יוני 26, 2023 11:52 pm

· #529773
סאנטיאגא
Whoa...
דו נעמסט עס ממש פערזענליך? וואס איז די אטאקע וואס איך באקום דא? ווייל דו פארשטייסט נישט יעדע ווארט מיינער איז עס שוין געמאלן וואסער? דארפסט נישט צוריק אטאקירן מיט קיין עד-האמינום ווען כ'האב דיר בכלל נישט אטאקירט. סך הכל דיר געשעירט מיין נאלידזש וועגן קאנסיפיראציע טעאריקער בכלליות. פאר די רעקארד: די וואסער וואס כ'האב געמאלן איז בעסיק informal logic וואס כ'האב מיך געלערנט. שכח פארן זיין אינטערסירט.

יעדער האט א רעכט צו מאכן אייגענע הנחות און אייגענע מסקנות גערן, די פראבלעם איז אבער ווילאנג דו האסט נישט קיין פאקטן נאר טעאריע און פראגע'ס קען זיין א מיליאן זאכן וואס זענען יא אדער נישט קיין פראגע, ווי איך פארשטיי די קאפ פון א קאנסיפיראציע טעאריקער איז מסקנה די רפואה, צו ס'שטימט צו נישט איז אים נישט וויכטיג ווייל ער מוז סעטיספייען א וואויד פון נישט וויסן.
סארי סארי , כ'האב עס נישט גענומען פערזענליך, כ'האב בכלל נישט געמיינט מיין קעריקטער, כ'האב זיך באצויגן צו די קאנספיראציע טעאריקער אין אַלגעמיין, ווי די רייסט זיי אזוי אראפ.
ריגעלע ריגעלע רוגז...

''ווי איך פארשטיי די קאפ פון א קאנסיפיראציע טעאריקער איז מסקנה די רפואה, צו ס'שטימט צו נישט איז אים נישט וויכטיג ווייל ער מוז סעטיספייען א וואויד פון נישט וויסן''
דא שטעקט לדעתי דיין טעות, האסט שוין אמאל געהאט א שמועס מיט איימיצן וועגן איין ספעציפישע קאנספיראציע? פון וויפיל איך שמועס מיט דיזע, זיי וואלטן ווען אנגענומען די אפיציעלע ווערסיע, וואס זאל מען טון אבער אז ס'שטינקט.
לדוגמא, 'דאנעלד טראמפ' האט אין 15' געשריגן אז מ'שפיאנירט אויף זיין קאמפיין, ווייניג מענטשן האבן אים געגלייבט, איז אריבער א שטיק צייט, און ס'איז באשטעטיגט געווארן אז ער איז גערעכט געווען.
'דאנעלד טראמפ'. האט ווייטער געשריגן אז די 'רוסלאנד קאלודזשן' איז א האקוס, רוב וועלט האט אים נישט געגלייבט, למעשה איז שוין היינט באשטעטיגט אז ס'איז טאקע געווען א האוק'ס.
איז פארוואס זאל איינער גלייבן די זעלבע מענטשן ווען ס'קומט צו די נעקסטע מעשה?

שעפטאל » מאנטאג יוני 26, 2023 11:54 pm

· #529774
אלע צוזאמען
ריגעלע ריגעלע רוגז...
😂 😂 😂

אלע צוזאמען » מאנטאג יוני 26, 2023 11:58 pm

· #529777
שעפטאל
אלע צוזאמען
ריגעלע ריגעלע רוגז...
😂 😂 😂
וואס לאכסטו מיר אין פנים אריין?
איך װיל זיך איבערבעטן מיט איינעם, @סאנטיאגא לאז דיך נישט.

שעפטאל » דינסטאג יוני 27, 2023 12:02 am

· #529779
ח"ו. כ'שטיי ווייט פון מחלוקת. כ'לייק אפי' נישט ווען איינער שרייבט שארף צו א צווייטען, נישט צו זיין דעם כלבא דחד גדיא.
כ'האב פשוט געלאכט פון די לחש וואס דו ברענגסט, ס'איז זיס.
אלע'ס צוזאמען איז זיס, סאנטיאגא איז זיס.
ברידער'ס לאמיר כאפן א שלעפ... לחיים

אלע צוזאמען » דינסטאג יוני 27, 2023 12:15 am

· #529782
צירוק צום נושא.
ס'פארהאן קשיות, זאלן די אינסטאנצן עס פארענטפערן, ווי לענגער זיי ציען מיט דעם, אלץ מער שטאף געבן זיי פאר די נישט גלויביגע.

סאנטיאגא » דינסטאג יוני 27, 2023 12:35 am

· #529784
אלע צוזאמען
סאנטיאגא
Whoa...
דו נעמסט עס ממש פערזענליך? וואס איז די אטאקע וואס איך באקום דא? ווייל דו פארשטייסט נישט יעדע ווארט מיינער איז עס שוין געמאלן וואסער? דארפסט נישט צוריק אטאקירן מיט קיין עד-האמינום ווען כ'האב דיר בכלל נישט אטאקירט. סך הכל דיר געשעירט מיין נאלידזש וועגן קאנסיפיראציע טעאריקער בכלליות. פאר די רעקארד: די וואסער וואס כ'האב געמאלן איז בעסיק informal logic וואס כ'האב מיך געלערנט. שכח פארן זיין אינטערסירט.

יעדער האט א רעכט צו מאכן אייגענע הנחות און אייגענע מסקנות גערן, די פראבלעם איז אבער ווילאנג דו האסט נישט קיין פאקטן נאר טעאריע און פראגע'ס קען זיין א מיליאן זאכן וואס זענען יא אדער נישט קיין פראגע, ווי איך פארשטיי די קאפ פון א קאנסיפיראציע טעאריקער איז מסקנה די רפואה, צו ס'שטימט צו נישט איז אים נישט וויכטיג ווייל ער מוז סעטיספייען א וואויד פון נישט וויסן.
סארי סארי , כ'האב עס נישט גענומען פערזענליך, כ'האב בכלל נישט געמיינט מיין קעריקטער, כ'האב זיך באצויגן צו די קאנספיראציע טעאריקער אין אַלגעמיין, ווי די רייסט זיי אזוי אראפ.
ריגעלע ריגעלע רוגז...

''ווי איך פארשטיי די קאפ פון א קאנסיפיראציע טעאריקער איז מסקנה די רפואה, צו ס'שטימט צו נישט איז אים נישט וויכטיג ווייל ער מוז סעטיספייען א וואויד פון נישט וויסן''
דא שטעקט לדעתי דיין טעות, האסט שוין אמאל געהאט א שמועס מיט איימיצן וועגן איין ספעציפישע קאנספיראציע? פון וויפיל איך שמועס מיט דיזע, זיי וואלטן ווען אנגענומען די אפיציעלע ווערסיע, וואס זאל מען טון אבער אז ס'שטינקט.
לדוגמא, 'דאנעלד טראמפ' האט אין 15' געשריגן אז מ'שפיאנירט אויף זיין קאמפיין, ווייניג מענטשן האבן אים געגלייבט, איז אריבער א שטיק צייט, און ס'איז באשטעטיגט געווארן אז ער איז גערעכט געווען.
'דאנעלד טראמפ'. האט ווייטער געשריגן אז די 'רוסלאנד קאלודזשן' איז א האקוס, רוב וועלט האט אים נישט געגלייבט, למעשה איז שוין היינט באשטעטיגט אז ס'איז טאקע געווען א האוק'ס.
איז פארוואס זאל איינער גלייבן די זעלבע מענטשן ווען ס'קומט צו די נעקסטע מעשה?
כ'ווייס נישט.. איך זאג נישט קיין מיינונגען אויף יעדע סטארי, איך בין נישט די גרויסע קאמענטירער און אנאנים. איך זאג דיר נאר א פוינט אז קאנסיפיראציע טעאריע'ס זענען פיל מיט גראבע לעכער און פאלגט נישט נאך די לאגישע כללים. איך זאג אפן דא אז די מידיא איז נישט פערפעקט, אבער קאנספיראציע טעאריע'ס און אירע ערפינדער ליידן זייער אפט פון גייסטיגע פראבלעמען, און אויך פון נידריגע אייקיו צוליב אמעריקע'ס 20טע פאפולאציע אין הויעך-עדוקאציע לויט די OECD. איז ווען עני קאנסיפיריסי טעאריסט זאגט עפעס דארף מען נאכנישט ווערן אזוי אנטציקט

סאנטיאגא » דינסטאג יוני 27, 2023 12:41 am

· #529786
שעפטאל
ח"ו. כ'שטיי ווייט פון מחלוקת. כ'לייק אפי' נישט ווען איינער שרייבט שארף צו א צווייטען, נישט צו זיין דעם כלבא דחד גדיא.
כ'האב פשוט געלאכט פון די לחש וואס דו ברענגסט, ס'איז זיס.
אלע'ס צוזאמען איז זיס, סאנטיאגא איז זיס.
ברידער'ס לאמיר כאפן א שלעפ... לחיים
That's it. נאס דראוויע

קורקלענד » דינסטאג יוני 27, 2023 7:47 am

· #529791
סאנטיאגא
קורקלענד
קודם שלינגט אראפ די מציאות אז ס'איז סך הכל ווייניגער ווי א מנין ביזנעס אייגנטומער וואס קאנטראלירן די מאנאפאל אויף די 'אפיציעלע' נייעס און אינפארמאציע וואס כמעט יעדער קריגט.
און אז 7 קאנגלאמערעטס קאנטראלירן די גלאבאלע האלבע טריליאן דאלאר'דיגע beauty industry איז נישט שרעקעדיג? ווער ווייסט וואס זיי לייגן אלס אריין דארט אונז צו פארסאמען??!

אזוי גייט קאפיטאליזם. ווילסט דאך נישט די געמיינע גאווערמענט זאל אלעס קאנטראלירן, אפילו רעגולירן, און אפילו די פאוער וואס זיי האבן יעצט איז דיר שוין מעגליך צופיל. עסט עס..
קאפיטאליזם איז אזא סיסטעם וואס פונקציאנירט אויסשליסליך אין א פרייע מארק ווי יעדער האט אייניגע צוטריט צו קאמפיטן. אנדערע מארקעטן מיט אנדערע סארטן סיסטעמען ווי סאושעליזם און קאמיוניזם און פאשיזם ארבעטן פארקערט. און דארט האט מען וואס ווייניגער.
איך בין זייער נישט באקאנט אין די קאסמעטישע פעלד, דעריבער קען איך נישט קאמענטירן, אבער אין די וועלט פון די אלגעמיינע פרעסע, איז די סיבה פארוואס ווייניגער ווי צען פערזאנען קאנטראלירן עס גארנישט אדאנק קאפיטאליזם. פונקט פארקערט, ס'איז בלויז אדאנק רעגירונג אינטערווענץ און רעגולאציעס וואס מאכן עס אומעגליך צו קאמפיטן. ס'איז איראניש ווען מאנכע באשולדיגן די אידיי פון קאפיטאליזם אויף זאכן וואס וואלט געשטאנען פיל בעסער אויב וואלטן מיר ווען געלעבט אין א קאפיטאליסטישע סיסטעם.

אמעריקע היינט איז אינגאנצן נישט קיין קאפיטאליסטישע לאנד.

החוקר » דינסטאג יוני 27, 2023 10:25 am

· #529794
Re: די מידיע האט עס געטוהן מיט אונז נאכאמאל
לייביששרייבער
אזוי ווי דו זאגסט, עס איז דא אזעלכע נייעסער מדי יום ביומו און מיר ווייסן ניטאמאל דערפון, ווייל עס איז בכלל נישט וויכטיג און אינטערסאנט פאר קיינעם.
Seriously???

יא, יעדן טאג ווערן מענטשן פארשווינדן ביים מערסט באקאנטן שיף אין היסטאריע. נישט איינמאל; נאר עטליכע מאל. ערב בוקר וצהרים. טיטאניק איז נישט סתם די מערסט באקאנטע איינגעזינקענע שיף, נאר די באקאנטסטע שיף אין היסטאריע. פינטל.

איך גיי דיר נישט אפווענדן וויל עס איז מופרך מאליו. בערך אזויפיל לאגיק ליגט אין אלע קאנספיראציעס און דמיונות.

לייביששרייבער » דינסטאג יוני 27, 2023 12:32 pm

· #529798
יא א יעדן טאג ווערן מענטשען פארשווינדען
Seriously???

יא, יעדן טאג ווערן מענטשן פארשווינדן ביים מערסט באקאנטן שיף אין היסטאריע. נישט איינמאל; נאר עטליכע מאל. ערב בוקר וצהרים. טיטאניק איז נישט סתם די מערסט באקאנטע איינגעזינקענע שיף, נאר די באקאנטסטע שיף אין היסטאריע. פינטל.

איך גיי דיר נישט אפווענדן וויל עס איז מופרך מאליו. בערך אזויפיל לאגיק ליגט אין אלע קאנספיראציעס און דמיונות.
דא רעדט מען נישט פון דער באקאנטער פארלוירענער טיטאניק.

דא רעדט מען פון 5 אווענטוריסטן, האבן זיך ארונטער געלאזט זעהן דעם איינגעזיקענער טיטאניק וואס איז שוין אזוי אויסגעדראשן פון די לעמטע 100 יאר וואס מען האט דעם מערסט באקאנטער איינגעזיקענער שיף שוין עקספלאטירט 100'ער מאל, און דער גאנצער מדינה פארט אויף רעדער. זיי מיר מסביר וואס די פינעף פארלוירענע זענען אנדערש ווי די אלע אנדערע אוועטוריסטן וואס גייען פארלוירן און גאר באקאנטע אווענטוריסטן סענזאציעס, ווי די בערג קריכער, און אוצרות זיכער און די מיינען,וכ"ו וכ"ו?

טמיר » דינסטאג יוני 27, 2023 3:38 pm

· #529806
Re: די מידיע האט עס געטוהן מיט אונז נאכאמאל
איך פערזענליך בין געווען שטארק נייגעריג און נאכגעפאלגט די נייעס (פון די נאנט [emoji1]) על אף איך האלט נישט אז איך ווער געפירט פון די מידיע. איך בין באמת געווען נייגעריג. פארוואס? כ'ווייס נישט. מ'דארף פרעגן א פסיכילאג

אלפא » מיטוואך יוני 28, 2023 11:07 am

· #529866
פארוואס נישט
האנטער ביידן,
אימפטשמענט,
FBI וויסעל בלויער,
פענטעגאן טראנזאקציעס,
דורהעם הירינג,
וכו' וכו',

דאס זענען געוויס די סיבות פאר די אלוועלטליכע מידיע - פון אינדיע ביז קאנאדע קיין ענגלאנד גאר- אויפצובלאזן עפעס א נישטיגן מיסטריעזן טראגעדיע, אלץ כדי דורכצושמוגלען די 'שרעקעדיגן אמת'...

קאם אן!
פארוואס נישט ?

לייביששרייבער » דאנערשטאג יוני 29, 2023 11:02 am

· #529982
סאנטיאגא
אלע צוזאמען
סאנטיאגא
Whoa...
דו נעמסט עס ממש פערזענליך? וואס איז די אטאקע וואס איך באקום דא? ווייל דו פארשטייסט נישט יעדע ווארט מיינער איז עס שוין געמאלן וואסער? דארפסט נישט צוריק אטאקירן מיט קיין עד-האמינום ווען כ'האב דיר בכלל נישט אטאקירט. סך הכל דיר געשעירט מיין נאלידזש וועגן קאנסיפיראציע טעאריקער בכלליות. פאר די רעקארד: די וואסער וואס כ'האב געמאלן איז בעסיק informal logic וואס כ'האב מיך געלערנט. שכח פארן זיין אינטערסירט.

יעדער האט א רעכט צו מאכן אייגענע הנחות און אייגענע מסקנות גערן, די פראבלעם איז אבער ווילאנג דו האסט נישט קיין פאקטן נאר טעאריע און פראגע'ס קען זיין א מיליאן זאכן וואס זענען יא אדער נישט קיין פראגע, ווי איך פארשטיי די קאפ פון א קאנסיפיראציע טעאריקער איז מסקנה די רפואה, צו ס'שטימט צו נישט איז אים נישט וויכטיג ווייל ער מוז סעטיספייען א וואויד פון נישט וויסן.
סארי סארי , כ'האב עס נישט גענומען פערזענליך, כ'האב בכלל נישט געמיינט מיין קעריקטער, כ'האב זיך באצויגן צו די קאנספיראציע טעאריקער אין אַלגעמיין, ווי די רייסט זיי אזוי אראפ.
ריגעלע ריגעלע רוגז...

''ווי איך פארשטיי די קאפ פון א קאנסיפיראציע טעאריקער איז מסקנה די רפואה, צו ס'שטימט צו נישט איז אים נישט וויכטיג ווייל ער מוז סעטיספייען א וואויד פון נישט וויסן''
דא שטעקט לדעתי דיין טעות, האסט שוין אמאל געהאט א שמועס מיט איימיצן וועגן איין ספעציפישע קאנספיראציע? פון וויפיל איך שמועס מיט דיזע, זיי וואלטן ווען אנגענומען די אפיציעלע ווערסיע, וואס זאל מען טון אבער אז ס'שטינקט.
לדוגמא, 'דאנעלד טראמפ' האט אין 15' געשריגן אז מ'שפיאנירט אויף זיין קאמפיין, ווייניג מענטשן האבן אים געגלייבט, איז אריבער א שטיק צייט, און ס'איז באשטעטיגט געווארן אז ער איז גערעכט געווען.
'דאנעלד טראמפ'. האט ווייטער געשריגן אז די 'רוסלאנד קאלודזשן' איז א האקוס, רוב וועלט האט אים נישט געגלייבט, למעשה איז שוין היינט באשטעטיגט אז ס'איז טאקע געווען א האוק'ס.
איז פארוואס זאל איינער גלייבן די זעלבע מענטשן ווען ס'קומט צו די נעקסטע מעשה?
כ'ווייס נישט.. איך זאג נישט קיין מיינונגען אויף יעדע סטארי, איך בין נישט די גרויסע קאמענטירער און אנאנים. איך זאג דיר נאר א פוינט אז קאנסיפיראציע טעאריע'ס זענען פיל מיט גראבע לעכער און פאלגט נישט נאך די לאגישע כללים. איך זאג אפן דא אז די מידיא איז נישט פערפעקט, אבער קאנספיראציע טעאריע'ס און אירע ערפינדער ליידן זייער אפט פון גייסטיגע פראבלעמען, און אויך פון נידריגע אייקיו צוליב אמעריקע'ס 20טע פאפולאציע אין הויעך-עדוקאציע לויט די OECD. איז ווען עני קאנסיפיריסי טעאריסט זאגט עפעס דארף מען נאכנישט ווערן אזוי אנטציקט
דאס איז זייער א שארפע סטעיטמענט. אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס נאכאמאל און נאכאמאל אז די קאנספיראציע טיארי'ס ווערן באשטעטיגט אלץ פאקט, פאר וואס זאל דאס נישט זיין פונקט אזוי.
א ליסטע פון קאנספיראציע וואס האבן זיך ארויס געשטעלט פון טיארי צו פאקט
1. האנטער ביידן לעפ-טאפ
2. קאראנע וויירוס ארויס געליקט פון א כינעזער לעב אין מוהאן
3. ביידען'ס כאבאר געלטער פון מדינות וואס זענען נישט 100% אין די זעלבי ליניע ווי דער אמעריקאנער גאווערמענט
4. פאלשע רוסישע קאלודזשען עפערטס
די ליסט גיין ווייטער איך ווייס אפי' נישט אלע אדרבה ווער עס ווייסט זאל צו לייגען

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יוני 29, 2023 12:16 pm

· #529995
Re: די מידיע האט עס געטוהן מיט אונז נאכאמאל
אין אנדערע מידיע פעלטשעריי און קאנספירעציעס, דאס מאל פון די לינקע פארהייליגטע ניו יאר טיימס

https://www.theyeshivaworld.com/news/general/2203925/bombshell-email-obtained-from-state-shows-that-ny-times-knew-claims-about-yeshivas-were-false.html

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יוני 29, 2023 12:51 pm

· #529998
Re: די מידיע האט עס געטוהן מיט אונז נאכאמאל
דער גאלדענער אדלער
אין אנדערע מידיע פעלטשעריי און קאנספירעציעס, דאס מאל פון די לינקע פארהייליגטע ניו יאר טיימס

https://www.theyeshivaworld.com/news/general/2203925/bombshell-email-obtained-from-state-shows-that-ny-times-knew-claims-about-yeshivas-were-false.html

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
אין אמת'ן פארדינט דעם נייעס א פרישן אשכול, כ'האב נאר נישט קיין צייט יעצט זיך אפצוגעבן דערמיט. @אנאנים @ששון ושמחה עטס קענטס ביטע עפענען אן אשכול מיט דעם נייעס?

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

סאנטיאגא » פרייטאג יוני 30, 2023 2:37 pm

· #530109
קורקלענד
סאנטיאגא
קורקלענד
קודם שלינגט אראפ די מציאות אז ס'איז סך הכל ווייניגער ווי א מנין ביזנעס אייגנטומער וואס קאנטראלירן די מאנאפאל אויף די 'אפיציעלע' נייעס און אינפארמאציע וואס כמעט יעדער קריגט.
און אז 7 קאנגלאמערעטס קאנטראלירן די גלאבאלע האלבע טריליאן דאלאר'דיגע beauty industry איז נישט שרעקעדיג? ווער ווייסט וואס זיי לייגן אלס אריין דארט אונז צו פארסאמען??!

אזוי גייט קאפיטאליזם. ווילסט דאך נישט די געמיינע גאווערמענט זאל אלעס קאנטראלירן, אפילו רעגולירן, און אפילו די פאוער וואס זיי האבן יעצט איז דיר שוין מעגליך צופיל. עסט עס..
קאפיטאליזם איז אזא סיסטעם וואס פונקציאנירט אויסשליסליך אין א פרייע מארק ווי יעדער האט אייניגע צוטריט צו קאמפיטן. אנדערע מארקעטן מיט אנדערע סארטן סיסטעמען ווי סאושעליזם און קאמיוניזם און פאשיזם ארבעטן פארקערט. און דארט האט מען וואס ווייניגער.
איך בין זייער נישט באקאנט אין די קאסמעטישע פעלד, דעריבער קען איך נישט קאמענטירן, אבער אין די וועלט פון די אלגעמיינע פרעסע, איז די סיבה פארוואס ווייניגער ווי צען פערזאנען קאנטראלירן עס גארנישט אדאנק קאפיטאליזם. פונקט פארקערט, ס'איז בלויז אדאנק רעגירונג אינטערווענץ און רעגולאציעס וואס מאכן עס אומעגליך צו קאמפיטן. ס'איז איראניש ווען מאנכע באשולדיגן די אידיי פון קאפיטאליזם אויף זאכן וואס וואלט געשטאנען פיל בעסער אויב וואלטן מיר ווען געלעבט אין א קאפיטאליסטישע סיסטעם.

אמעריקע היינט איז אינגאנצן נישט קיין קאפיטאליסטישע לאנד.
די קאסמעטישע אינדוסטריע איז קאנטראלירט ביי 8 עמפייערס:
L'Oreal
LVMH
Shiseido
Johnson & Johnson
Estee Lauder
Proctor and gamble
Unilever
און Coty - קיילי דזשענער'ס ברענד באלאנגט צו זיי צווישן אנדערע

דאס מיינט: אז יעדע פערפיום, ציין-פיץ, דיאודערענעט, זייף, שאמפאו, פענסיל איי ליינער, האנט קריעם, און נאך צענדליגע פראדוקטן וואס קומט אריין אין יעדע שטוב, דרייען זיך דורך די גרויסע אכט. (יעדע פון די אכט האט נאך אסאך גרויסע ברענדס אונטער זיך וואס דו זעהסט אין די פארמאסי) ווילסט בעסערע נייעס? די צווייט פארמעגליכסטע מענטש אויף די וועלט איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי Bernard Arnault די אייגננטומער פון LVMH ער האט געהאט די נומבער וואן ספאט פאר פופצן מינוט אויך. פונקט די אנהייב חודש איז דער מענטש געווען אין טשיינע ווען מ'האט צוריקגעעפענט די דארטיגע עקענאמיע פאר פארקער, פונקט איז אילאן מאסק געפארן, און פונקט איז די CEO פון GE געפארן, די CEO פון Nvidia איז געפארן. וואס איז יעצט? איך וועל דיר זאגן וואס איז. ס'איז דא א כעמיקאל ס'הייסט sulfate ס'ליגט אין כמעט יעדע שאמפאו, ווען מ'נוצט עס צו לאנג קען ארויספאלן די האר, אדער הייבט זיך עס אן שיילן און דין ווערן ביז ס'איז א פארזעהעניש. און בכלל ס'איז זייער אומגעזונט פאר האר. ס'איז ביי מיר קלאר ווי טאג אז די אלע אינדיווידואלע עפיזאדן זענען אלע איינס... זיי מאכן עס אין טשיינע ווייל דארט איז ביליג, זיי האבן געטראפן עפעס א שטערקערע כעמיקאל וואס מ'קען אריינלייגן אין אנדערע פראדוקטן נישט נאר אין שאמפאו, און דעס גייט גאר שנעלער ארבעטן אויסצורייסן די פאליקלס צוואנציג מאל שנעלער ווי ביז היינט. דער פון GE איז דארט צוזאמען מיט אילאן מאסק ווייל זיי ווילן עס מאכן מיט AI און מ'דארף צוקומען צו machine learning סאפטוועיר וואס די עלקעטראנישע קארס האבן כדי מ'זאל עס קענען שנעלער פראדוצירן מיט ראבאטן און נישט מיט די הענט Nvidia איז דארט ווייל ער גיט די טשיפ'ס דערפאר, און אזוי קען ארנאלט עס אריינברענגען אין די קאסמעטישע אינדוסטריע און פון דארט וועט שוין פארן א באן top down style. בלומבערג וועט דיר שטייציך נאר דערציילן האלב פון די מעשה זאלסט נישט חלומ'ען וואס קומט... זיי ווילן אז מער זאל קיינער נישט קיין האר און נישט קיין בארד. פאריקטע לינקע...

כאפסט וואס כ'האב דא געטוהן?
איך האב דיר אויפגעבויט א פארטיגע קאנספיראציע אין פינף מינוט. אזוי ארבעט די מוח פון א קאנסיפיראציע טעאריקער אין א נאטשעל. זיי לאזן אויס פאקטן, און קומען צו נישט געשטויגענע קאנקלוזנשס און ס'פעלט אסאך דעטע פוינטס אינמיטן. די מינוט דו פרעגסט קשיות איז נישט דא מיט וועם צו רעדן (אין אסאך פעלער) חוץ אויב דו פאלסט פאר פעלעסי'ס.

ס'קען זיין אמת אז news Corp האט א שטארקע קאנטראל אויף די פרעסע, ס'קען זיין אמת אז די מידיא פארלייקנט, פארוואסערט, און איגנארירט פאקטן, אבער אז עמיצער וויל קאנקלודן אז ס'ליגט עפעס טיפער דערונטער דארפסטו האבן way more information למשל דו ווייסט פונקטליך וויפיל קריעטיוו קאנטראל די נעטווארקס האבן? נאר ווייל א CEO האט עקווייערד א קאמפעני מיינט אטאמאטיש אז ער קען שלעפן יעדע שטריקל פון אויבן אראפ? וואס ווייסטו וואס די הסכם איז? און אז יא איז עס אין זיין בעסט אינטרעסט? אין די אינטרעסט פון זיין קלייענטעל? M&A's פארמאגן דעטאלן. אמאל מיינט עס אז זיי האבן נאר א פעטענט, און זיי נעמען א קאט פון די רעוועניו, אבער אלעס אינצווישן און וועלכע טיווי שאו מ'זאל מאכן מארגן האט נישט מיט זיי... ס'איז דא א באורד, ס'איז דא שעירהאלדערס.. מיט א רוהיגקייט. אבער דער סטעריאטייפ וואס איז טונקל און פערענעאויד דארף נישט קיין לאגיק, און קיין עווידענס, זיי זוכן אלס א דראמא אין יעדע נייעס'ל צו שטילן דעם דארשט פון נישט פארשטיין און ארויסהאבן פונקטליך יעדע ריר. מיטן ארייטייטשן שווערע קצות און מהרש"א. מ'דארף נאר זאגן א פונקט און עפעס אן ארגומענט פון איגנארענס און דו האסט א פארטיגע פארמיולע פאר די נעקסטע קאנסיפיריסי.

ווי פונקטליך איז די רעגירונג פארמישט אין די מידיא ביזנעס און וועלכע רעגולאציעס שטערט פון קאמפיטן? וואס קען Bary Weiss אדער Vice news נישט פארציילן וואס minutes 60 קען יא? אדרבה.

קאפיטאליזם איז נישט פערפעקט, און סאושליזם איז נישט אזוי פאשיסט ווי די רעכטע מאכן עס יעדע רגע. למשל יוניוויערסעל בעסיק אינקאם וואלט געווען נאטינג באט סאושליסט, PPP איז סאושליסט, "סאושל סעקיורטי" עניבאדי? FDIC אא"וו. ס'האט נאך אזויפיל מעלות ווי קאפיטאליזם. און ס'קען זיין איך קען עגריען אז אונז זעמיר נישט ממש קאפיטאליסט, איך וואלט געזאגט אונז זעמיר א היבש אליגארכיע און די רייכע קאנטראלירן רוב פאליסיס. אבער פאקטיש ארבעט די פרי מארקעט נישט גוט פאר יעדעם. קוק אויף וואל סטריט און קוק אויף דזשעף בעזאס, דו קענסט נישט זיין דזשעף בעזאס. קוק אויף די צובראכענע העלטקעיר סיסטעם, טאקע א פערפעקט עקזעמפל ווי דו קענסט נישט קאמפיטן. רוב מדינות זענען סאך בעסער אויסגעשטאט פאר דעם, אבער אונזער פריוואטע סיסטעם ווערט נאר קאמפליצירטער און טייערער... בכלל נישט קיין דבר השווה לכל נפש.

סאנטיאגא » פרייטאג יוני 30, 2023 3:36 pm

· #530119
לייביששרייבער
דאס איז זייער א שארפע סטעיטמענט.
פרעג סיי וועם מיט א PhD אין social psychology. ס'איז א באקאנטע זאך.
לייביששרייבער
אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס נאכאמאל און נאכאמאל אז די קאנספיראציע טיארי'ס ווערן באשטעטיגט אלץ פאקט, פאר וואס זאל דאס נישט זיין פונקט אזוי.
א ליסטע פון קאנספיראציע וואס האבן זיך ארויס געשטעלט פון טיארי צו פאקט
1. האנטער ביידן לעפ-טאפ
2. קאראנע וויירוס ארויס געליקט פון א כינעזער לעב אין מוהאן
3. ביידען'ס כאבאר געלטער פון מדינות וואס זענען נישט 100% אין די זעלבי ליניע ווי דער אמעריקאנער גאווערמענט
4. פאלשע רוסישע קאלודזשען עפערטס
די ליסט גיין ווייטער איך ווייס אפי' נישט אלע אדרבה ווער עס ווייסט זאל צו לייגען
איך ווייס נישט וואס די קאנספיראציע איז געווען מיט ביידן, דאס וואס די נייעס זאגט איז קאנספיראציע מיינט נישט אלעמאל אז ס'איז. איך בין מסכים אז 'some' קאנסיפיראציע'ס ווערן שפעטער אמת אבער זעלטן. רוב דערפון איז מענטל אילנעס, א מאנגל אין לאגיק און בילדונג. פאר יעדע וואס דו רעכנסט אויס קענסטו טרעפן צען אויף וויקיפידיע וואס זענען הוילע פאנטאזיעס.

אז דו ווילסט בעסער ארויסהאבן די נושא, הייב אן מיט illusory pattern perception

לייביששרייבער » פרייטאג יוני 30, 2023 4:04 pm

· #530121
מיר אבער רעדן דא פון א מידיע קאנספיראציע וואס האלט זיך אין איין ארויסשטעלן אז דאס איז וואס זיי פרובירן צו טוהן. א יעדע וויכטיגע נייעס וואס וואלט די מידיע געדארפט איבערדרייען די וועלט און ווערן פארנומען מיט שטותים, ווען די אויפרייסענדע נייעס איז נגד די לינקע. אבער ווען א קליינע נערישע נייעס אנטקעגן די רעכטע (א גרויסע נייעס מאן דכר שמי') שטעלן זיך אלע אנדערע נייעסער אין א זייט און די מידיע הייבט אן פלאמען מיט אן אוטרעידזש.

דאס איז א פאקט וואס מען קען נישט לייקענען שוין פאר די לעצטע 10 יאר.

אלע צוזאמען » פרייטאג יוני 30, 2023 4:42 pm

· #530123
סאנטיאגא
די קאסמעטישע אינדוסטריע איז קאנטראלירט ביי 8 עמפייערס:
L'Oreal
LVMH
Shiseido
Johnson & Johnson
Estee Lauder
Proctor and gamble
Unilever
און Coty - קיילי דזשענער'ס ברענד באלאנגט צו זיי צווישן אנדערע
.
פארפאלן דער האט טאלאנט!
כ'האב זיך אלץ געווינדערט ווער זענען די וואס קומען אויף מיט די קאנספיראציעס, דא האמיר אים, זאגסט דאך אזוי גוט, איך הייב כמעט שוין אן צו גלייבן.

איין פוינט וואס די האסט פארזעהן וואס @קורקלענד האט געשריבן, ''אמעריקע היינט איז אינגאנצן נישט קיין קאפיטאליסטישע לאנד'', און אין דיינע ווערטער זאגסטו עס אויך, זעמיר אלע אויף די זעלבע פעידזש אויף די פוינט, קיינער דינגט זיך נישט מיט די מציאות.

יעצט צו דיין מעשה, וואס וואלט געווען, ווען 'מאסק' גייט קאנפערמירן די נייעס אז ער וויל עס מאכן מיט AI און באזונדער גייט מען הערן פון א ריזן ביזנעס דיעל וואס 'נווידיע' האט געשלאסן מיט 'ארנאלט'?
לדעתי, - קען זיין כ'גיי נישט זיין גערעכט,- ס'אבער שוין נישט אזוי פאני צו הערן די סטארי וואס די האסט פאבריצירט דא, אריבער צו די 'מעין סטריעם מידיע' עטליכע פון זיי האבן שוין אפיציעל מודה געווען אז זיי זענען פרא די לינקע, און מער ווי איינמאל הערט מען פון דיעל'ס צװישן דעמאקראטישע פאליטיקאנטן און די נייעס אינדוסטריע, מער ווי איינער איז געפארן אהין און צירוק אפאר מאל, פון פאליטישן געווארן א מעמבער אין איינע פון די גרויסע אגענטורן, אדער פארקערט. 🙄

החוקר » זונטאג יולי 2, 2023 1:13 pm

· #530185
Re: די מידיע האט עס געטוהן מיט אונז נאכאמאל
@סאנטיאגא דיין קאנספיראציע איז אייזן! אפילו Nvidia האסטו איינגעמיירעט. [emoji6]