☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » מהרז''ל מסאטמאר נעמט אויף זון רבי חיים הערש ט"ב פאר אב"ד ק"י

מהרז''ל מסאטמאר נעמט אויף זון רבי חיים הערש ט"ב פאר אב"ד ק"י

74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16338
בלאט: 1 2

גאנצל » מאנטאג יוני 26, 2023 8:26 pm

· #529746
מר. קלונימוס
זעט נישט וואס האסט אזוי מורא פון רבי חיים הערש, ער גייט טאקע זיין א ריזן רבי אבער ר' מענדל וועט אויך זיין א שיינער רבי
הרב ר' מענדל טייטלבוים בנו בכורו פון סאטמאר רב שליטא באזיצט איינע פון די שענסטע רבנותן אין עיר ווילי און ער זיצט דארט כמלך במלכותו אן דארפן וואוינען צווישן ווילי קרית יואל און ירושלים

געווען פארגאנגענע וואך אין ארץ ישראל און געפירט הערליכע מעמדים מיט א ריזן צבור לאכט א גוטס פון זיין קאזין

אינטערסאנטער » מאנטאג יוני 26, 2023 9:19 pm

· #529752
גאנצל בארואיגט אייך, ר' אהרן גייט ווייטער קענען פירן טיש פרייטאג צונאכטס מיט די בחורים (און נאך 30 אינגעלייט), דוד עקשטיין וועט ווייטער אנגיין מיט זיינע אקציעס, אלעס גייט ווייטער אנגיין אפילו רבי חיים הערש וועט זיין רב אין קרית יואל.

די קענסט זיך בארואיגן.

גאנצל » מאנטאג יוני 26, 2023 10:44 pm

· #529760
איך בין סאך רואיגער און מ'האלט זיך אונטער מיט א רואיגקייט וואספארא לעג ולקלס א קהלה איז ווען מ'האט קיין מנהיג,

ר' חיים הערש שטייט קיינעם אין וועג חוץ די התאחדות הרבנים און וואלאווע רב,

און אזוי ווי דו זאגסט, קרית יואל גייט זיך ווייטער פירן בעוז ובובורה אזוי ווי ביז היינט, גרעסערע ווי רז"ל האבן דאס שוין פראבירט אונטערצוברענגען ולא עלתה בידם.

שמעון וואלף » מיטוואך יוני 28, 2023 1:18 am

· #529839
חב''ד הויזן
די ברך משה האט אים געמאכט פאר רב. דאס אז עס שטייט מעגליך אין די קאנסוס אז ער איז א שליח (כ'האב עס נישט געליינט, אדרבה ברענג עס) איז פשטות בלויז געווען א שיינע אויסדרוק צו ארויסברענגען זיין מאכט, אבער מען האט אים פארשטייט זיך קלאר אויפגענומען אלס אב''ד קרית יואל. ס'איז נישטא קיין וועג די ברך משה זאל נאך האבן א כח אים צו ווארפן און זיכער נישט יורש זיין אזא כח פאר א צווייטן. סך הכל קען ער זיך עסן דאס געזונט אויף זיין שלעכטע באשלוס צו רעפערן ר' אהרן פאר רב.
דער ברך משה האט נישט געהאט קיין כח צו מאכן א רב. איך ווייס נישט וויאזוי די ברך משה'ס התמנות איז צוגעגאנגען און טאמער ער אליין איז יא געווען א רב עפ"י תורה, אבער ס'מעגליך אז יא. אבער צו טיילן פאסטענעס פאר זיינע קינדער האט ער זיכער נישט געהאט קיין כח. ער האט געקענט בעטן מ'זאל מאכן זיין זון פאר רב און ווער ס'וויל קען מקבל מרות זיין פון אים אבער דעטס איט. איך גיי מיך נישט אראפלאזן צו פארענטפערן וואס מהרז"ל האט געזאגט, אבער צו זאגן אז די ברך משה האט געמאכט מהר"א פאר רב איז פונקט אזוינע שטותים.

מן הסתם » מיטוואך יוני 28, 2023 5:13 am

· #529847
וויפיל סקווער פיס איז ביהמ"ד ויואל משה בנין אליהו?

ששון ושמחה » מיטוואך יוני 28, 2023 8:15 am

· #529850
דער איד
📎 Screenshot_20230628-081205.jpg

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 28, 2023 8:24 am

· #529852
גאנצל
קרית יואל גייט זיך ווייטער פירן בעוז ובובורה אזוי ווי ביז היינט, גרעסערע ווי רז"ל האבן דאס שוין פראבירט אונטערצוברענגען ולא עלתה בידם.
למשל ווער?

ששון ושמחה » מיטוואך יוני 28, 2023 8:26 am

· #529853
שמעקעדיג
גאנצל
קרית יואל גייט זיך ווייטער פירן בעוז ובובורה אזוי ווי ביז היינט, גרעסערע ווי רז"ל האבן דאס שוין פראבירט אונטערצוברענגען ולא עלתה בידם.
למשל ווער?
טראמפ ווען ער האט געהייסן פארשפארן די מוסדות ביי קאראנע

חב''ד הויזן » מיטוואך יוני 28, 2023 9:02 am

· #529854
ששון ושמחה
דער איד
שוין. מ'קען פארמעקן רוב אשכול. זיי רופן אים נישט אב''ד קרית יואל נאר אב''ד קהילתינו.

די שאלה איז וויאזוי די אנדערע צייטונגען/ אויסגאבעס וועלן אים רופן. ס'איז קאמפליצירט.

מן הסתם » מיטוואך יוני 28, 2023 9:07 am

· #529855
חב''ד הויזן
ששון ושמחה
דער איד
שוין. מ'קען פארמעקן רוב אשכול. זיי רופן אים נישט אב''ד קרית יואל נאר אב''ד קהילתינו.

די שאלה איז וויאזוי די אנדערע צייטונגען/ אויסגאבעס וועלן אים רופן. ס'איז קאמפליצירט.
שטייט קהלתינו הק' קרית יואל, נישט בקרית יואל.

חב''ד הויזן » מיטוואך יוני 28, 2023 10:03 am

· #529859
נא, אב''ד פון די קהילה נישט פון די שטאט.

בעל דרשן » מיטוואך יוני 28, 2023 6:09 pm

· #529897
גאנצל
מר. קלונימוס
זעט נישט וואס האסט אזוי מורא פון רבי חיים הערש, ער גייט טאקע זיין א ריזן רבי אבער ר' מענדל וועט אויך זיין א שיינער רבי
הרב ר' מענדל טייטלבוים בנו בכורו פון סאטמאר רב שליטא באזיצט איינע פון די שענסטע רבנות'ן אין עיר ווילי און ער זיצט דארט כמלך במלכותו אן דארפן וואוינען צווישן ווילי קרית יואל און ירושלים.

געווען פארגאנגענע וואך אין ארץ ישראל און געפירט הערליכע מעמדים מיט א ריזן צבור לאכט א גוטס פון זיין קאזין
אויף שבת סליחות איז שוין באשטימט ווער ס'פארט קיין בני ברק?.....

גלייך נישט צו ר' מענדל טייטלבוים צו רבי חיים הערש דעם קרית יואל'ער רב! ס'איז ווי די שטעלסט צו ר' אהרן מרדכי צו רבי ישעי' יעקב פארטוגאל... רבי מענדל איז א חשוב'ער איד, פיין א בכור צו א מנהיג בישראל, רבי חיים הערש איז א צווייטע דערהער אינגאנצן! ער איז א איש מורם מעם, א הייליגע איד, ער איז פארהייליגט אין די גאנצע וועלט, אפילו הייסע ארונים שעצן אים און זענען אים מחשיב. פארפאלן, רבי זלמן לייב האט זוכה געווען צו גאר א חשוב קינד, לית מאן דפליג.

אברהם מעבר הנהר » מיטוואך יוני 28, 2023 11:30 pm

· #529932
וואס מיינט בכלל א רב היינט-צו-טאגס?
פסק'נען שאלות - דיין
פירן דין תורות - בית דין (אדער קארט...)
האלטן דרשות - רבי מיילעך און רבי יוסף חיים
שלום בית - עסקנים
כ'מיין דער גאנצער מסדר קידושין ביזנעס איז כדי אנצוהאלטן דעם כבוד פאר א רב וואס פפסקנט שאלות פירט די שטאט, אבער סידור קידושין לשם סידור קידושין? פארוואס פארווען?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 29, 2023 12:48 am

· #529944
חתמ'נען קול קורא'ס איז ביי דיר גארנישט?

שמעון וואלף » דאנערשטאג יוני 29, 2023 1:02 am

· #529946
מן הסתם
חב''ד הויזן
ששון ושמחה
דער איד
שוין. מ'קען פארמעקן רוב אשכול. זיי רופן אים נישט אב''ד קרית יואל נאר אב''ד קהילתינו.

די שאלה איז וויאזוי די אנדערע צייטונגען/ אויסגאבעס וועלן אים רופן. ס'איז קאמפליצירט.
שטייט קהלתינו הק' קרית יואל, נישט בקרית יואל.
אזוי שרייבט מען אויף יעדע רב, נאר מיט ראשי תיבות. ניין?
אבד"ק קרית יואל

תנחום » דאנערשטאג יוני 29, 2023 1:03 am

· #529947
בעל דרשן
גאנצל
מר. קלונימוס
זעט נישט וואס האסט אזוי מורא פון רבי חיים הערש, ער גייט טאקע זיין א ריזן רבי אבער ר' מענדל וועט אויך זיין א שיינער רבי
הרב ר' מענדל טייטלבוים בנו בכורו פון סאטמאר רב שליטא באזיצט איינע פון די שענסטע רבנות'ן אין עיר ווילי און ער זיצט דארט כמלך במלכותו אן דארפן וואוינען צווישן ווילי קרית יואל און ירושלים.

געווען פארגאנגענע וואך אין ארץ ישראל און געפירט הערליכע מעמדים מיט א ריזן צבור לאכט א גוטס פון זיין קאזין
אויף שבת סליחות איז שוין באשטימט ווער ס'פארט קיין בני ברק?.....

גלייך נישט צו ר' מענדל טייטלבוים צו רבי חיים הערש דעם קרית יואל'ער רב! ס'איז ווי די שטעלסט צו ר' אהרן מרדכי צו רבי ישעי' יעקב פארטוגאל... רבי מענדל איז א חשוב'ער איד, פיין א בכור צו א מנהיג בישראל, רבי חיים הערש איז א צווייטע דערהער אינגאנצן! ער איז א איש מורם מעם, א הייליגע איד, ער איז פארהייליגט אין די גאנצע וועלט, אפילו הייסע ארונים שעצן אים און זענען אים מחשיב. פארפאלן, רבי זלמן לייב האט זוכה געווען צו גאר א חשוב קינד, לית מאן דפליג.
וואס מאכט איהם הייליג? גיין איינגעבויגן מיט פארקלאפטע הענט? צו מיר קוקט ער אויס ווי א שטילער בטלן. ווארט נאר ביז עפענט זיך דאס מויל, מ'גייט זיך האלטן אינאיין דארפן פארענטפערן זיינע ראדיקאלע דרשות ווי די מידיע מיט ביידן...

שמעון וואלף » דאנערשטאג יוני 29, 2023 1:57 am

· #529959
בעל דרשן
גאנצל
מר. קלונימוס
זעט נישט וואס האסט אזוי מורא פון רבי חיים הערש, ער גייט טאקע זיין א ריזן רבי אבער ר' מענדל וועט אויך זיין א שיינער רבי
הרב ר' מענדל טייטלבוים בנו בכורו פון סאטמאר רב שליטא באזיצט איינע פון די שענסטע רבנות'ן אין עיר ווילי און ער זיצט דארט כמלך במלכותו אן דארפן וואוינען צווישן ווילי קרית יואל און ירושלים.

געווען פארגאנגענע וואך אין ארץ ישראל און געפירט הערליכע מעמדים מיט א ריזן צבור לאכט א גוטס פון זיין קאזין
אויף שבת סליחות איז שוין באשטימט ווער ס'פארט קיין בני ברק?.....

גלייך נישט צו ר' מענדל טייטלבוים צו רבי חיים הערש דעם קרית יואל'ער רב! ס'איז ווי די שטעלסט צו ר' אהרן מרדכי צו רבי ישעי' יעקב פארטוגאל... רבי מענדל איז א חשוב'ער איד, פיין א בכור צו א מנהיג בישראל, רבי חיים הערש איז א צווייטע דערהער אינגאנצן! ער איז א איש מורם מעם, א הייליגע איד, ער איז פארהייליגט אין די גאנצע וועלט, אפילו הייסע ארונים שעצן אים און זענען אים מחשיב. פארפאלן, רבי זלמן לייב האט זוכה געווען צו גאר א חשוב קינד, לית מאן דפליג.
יא הייליג, נישט הייליג, איך ווייס נישט. למעשה ר' מענדל איז א פיינע רב פאר ארונים אין וויליאמסבורג, און ס'איז אים צו פארדאנקן אז זייער קהילה האט זיך אזוי פיין אוועקגעשטעלט. ס'איז געווען א גאר גוטע מאוו אים צו מאכן פאר רב אין וויליאמסבורג. ער טוט וואס א רב דארף טון, ער גייט ארום יעדע שטיק צייט צו אלע זיינע שולן האלטן דרשות אדער דאווענען, גייט צו שמחות צו טון די רבנישע פונקציעס, ובכלל לערנט ער פאר שיעורים כסדר.

לאמיר זעהן וואס ר' חיים הערש וועט קענען באווייזן אין קר"י.

green sunday » דאנערשטאג יוני 29, 2023 3:38 pm

· #530015
בעל דרשן
גאנצל
מר. קלונימוס
זעט נישט וואס האסט אזוי מורא פון רבי חיים הערש, ער גייט טאקע זיין א ריזן רבי אבער ר' מענדל וועט אויך זיין א שיינער רבי
הרב ר' מענדל טייטלבוים בנו בכורו פון סאטמאר רב שליטא באזיצט איינע פון די שענסטע רבנות'ן אין עיר ווילי און ער זיצט דארט כמלך במלכותו אן דארפן וואוינען צווישן ווילי קרית יואל און ירושלים.

געווען פארגאנגענע וואך אין ארץ ישראל און געפירט הערליכע מעמדים מיט א ריזן צבור לאכט א גוטס פון זיין קאזין
אויף שבת סליחות איז שוין באשטימט ווער ס'פארט קיין בני ברק?.....

גלייך נישט צו ר' מענדל טייטלבוים צו רבי חיים הערש דעם קרית יואל'ער רב! ס'איז ווי די שטעלסט צו ר' אהרן מרדכי צו רבי ישעי' יעקב פארטוגאל... רבי מענדל איז א חשוב'ער איד, פיין א בכור צו א מנהיג בישראל, רבי חיים הערש איז א צווייטע דערהער אינגאנצן! ער איז א איש מורם מעם, א הייליגע איד, ער איז פארהייליגט אין די גאנצע וועלט, אפילו הייסע ארונים שעצן אים און זענען אים מחשיב. פארפאלן, רבי זלמן לייב האט זוכה געווען צו גאר א חשוב קינד, לית מאן דפליג.
גלייך נישט צו ר' חיים הערש צו רבי מענדל טייטלבוים ! ס'איז ווי די שטעלסט צו ר' אהרן מרדכי צו רבי ישעי' יעקב פארטוגאל... רבי חיים הערש איז א חשוב'ער איד, פיין א בכור צו א מנהיג בישראל, רבי מענדל איז א צווייטע דערהער אינגאנצן! ער איז א איש מורם מעם, א הייליגע איד, ער איז פארהייליגט אין די גאנצע וועלט, אפילו הייסע זאלי'ס שעצן אים און זענען אים מחשיב. פארפאלן, רבי אהרן האט זוכה געווען צו גאר א חשוב קינד, לית מאן דפליג

שושן פורים » דאנערשטאג יוני 29, 2023 5:23 pm

· #530037
גאנצל

....... ר' זלמן לייב איז געפאלן פאר אפאר צוהיצטע יונגען וואס האלטן אים אינמיטן אריינשלעפן אין צענדליגער מיליאנען דאלער חובות פאר זיין אזוי גערופענעם בית המדרש החדש אויף פארעסט רד.....
סתם פאר די נייגעריגקייט אויב מעג איך אריינהאקן דא אין אזא ערנסטע שמועס.

וואס איז די חילוק פון א אזויגערופענע בית המדרש החדש און א עכטע בית מדרש החדש? וואס זענען די כללים?

עסקינג פאר עי פרענד (נאט פראם לאנדאן)

גאנצל » פרייטאג יוני 30, 2023 3:54 am

· #530076
שמעקעדיג
גאנצל
קרית יואל גייט זיך ווייטער פירן בעוז ובובורה אזוי ווי ביז היינט, גרעסערע ווי רז"ל האבן דאס שוין פראבירט אונטערצוברענגען ולא עלתה בידם.
למשל ווער?
@שמעקעדיג איך ווייס דו גלייכסט נישט די שפראך גייסט עס אנרופן עקסטרעמיזעם לאמיר פראבירן צו גיין די מערסטע נישט טאטשי 'מענטשן ארום ר' רפאל בלום פון קאשוי ר' אברהם לייטנער פון מאנטיווידעי און נאך א סך פון אנשי בני יואל וכדו''

גאנצל » פרייטאג יוני 30, 2023 3:58 am

· #530077
בעל דרשן
גאנצל
מר. קלונימוס
זעט נישט וואס האסט אזוי מורא פון רבי חיים הערש, ער גייט טאקע זיין א ריזן רבי אבער ר' מענדל וועט אויך זיין א שיינער רבי
הרב ר' מענדל טייטלבוים בנו בכורו פון סאטמאר רב שליטא באזיצט איינע פון די שענסטע רבנות'ן אין עיר ווילי און ער זיצט דארט כמלך במלכותו אן דארפן וואוינען צווישן ווילי קרית יואל און ירושלים.

געווען פארגאנגענע וואך אין ארץ ישראל און געפירט הערליכע מעמדים מיט א ריזן צבור לאכט א גוטס פון זיין קאזין
אויף שבת סליחות איז שוין באשטימט ווער ס'פארט קיין בני ברק?.....

גלייך נישט צו ר' מענדל טייטלבוים צו רבי חיים הערש דעם קרית יואל'ער רב! ס'איז ווי די שטעלסט צו ר' אהרן מרדכי צו רבי ישעי' יעקב פארטוגאל... רבי מענדל איז א חשוב'ער איד, פיין א בכור צו א מנהיג בישראל, רבי חיים הערש איז א צווייטע דערהער אינגאנצן! ער איז א איש מורם מעם, א הייליגע איד, ער איז פארהייליגט אין די גאנצע וועלט, אפילו הייסע ארונים שעצן אים און זענען אים מחשיב. פארפאלן, רבי זלמן לייב האט זוכה געווען צו גאר א חשוב קינד, לית מאן דפליג.
דעס איז בעל דרשן'ס בליק

ר' מענדל איז א איש צדיק עובד ד' מנעוריו ר' חיים הערש איז א פיין חסידיש יונגערמאן (גראדע האט ער זיך צוריסן מיט אידן רבנים זייענדיג אין אר"י און ער האט געפירט א שמוציגע פאליטיק מיט די גאנצע הכשר סוטיאציע )

וואס איז אמת איז אמת

שבת סליחות אין בני ברק לכוארה נאך נישט באשטימט בער מ'וועט נישט לאזן די בני ברקע קהלה אליין

גאנצל » פרייטאג יוני 30, 2023 4:00 am

· #530078
חב''ד הויזן
ששון ושמחה
דער איד
שוין. מ'קען פארמעקן רוב אשכול. זיי רופן אים נישט אב''ד קרית יואל נאר אב''ד קהילתינו.

די שאלה איז וויאזוי די אנדערע צייטונגען/ אויסגאבעס וועלן אים רופן. ס'איז קאמפליצירט.
דאס האב איך געשריבען גלייך פאריגע וואך אז שרייבן אויף רחץ אבד קרית יואל איז א ליצנות זעיט אויס דער חלה צודעק פארשטייט יא צו עפעס.....

יצחק אייזיק » פרייטאג יוני 30, 2023 4:17 am

· #530079
Re: מהרז''ל מסאטמאר נעמט אויף זון רבי חיים הערש ט"ב פאר אב"ד
גאנצל
שמעקעדיג
גאנצל
קרית יואל גייט זיך ווייטער פירן בעוז ובובורה אזוי ווי ביז היינט, גרעסערע ווי רז"ל האבן דאס שוין פראבירט אונטערצוברענגען ולא עלתה בידם.
למשל ווער?
@שמעקעדיג איך ווייס דו גלייכסט נישט די שפראך גייסט עס אנרופן עקסטרעמיזעם לאמיר פראבירן צו גיין די מערסטע נישט טאטשי 'מענטשן ארום ר' רפאל בלום פון קאשוי ר' אברהם לייטנער פון מאנטיווידעי און נאך א סך פון אנשי בני יואל וכדו''
זיי האבן געוואלט "אונטערברענגן" קרית יואל? מהיכי תיתי?

Yesh » פרייטאג יוני 30, 2023 12:17 pm

· #530096
גאנצל
חב''ד הויזן
ששון ושמחה
דער איד
שוין. מ'קען פארמעקן רוב אשכול. זיי רופן אים נישט אב''ד קרית יואל נאר אב''ד קהילתינו.

די שאלה איז וויאזוי די אנדערע צייטונגען/ אויסגאבעס וועלן אים רופן. ס'איז קאמפליצירט.
דאס האב איך געשריבען גלייך פאריגע וואך אז שרייבן אויף רחץ אבד קרית יואל איז א ליצנות זעיט אויס דער חלה צודעק פארשטייט יא צו עפעס.....
הגם ער האט די כח פין זיין טאטע
בלאט: 1 2