פוטש אין רוסלאנד?
שעות פארן זמן שב''ק איז פארשפרייט געווארן די נייעס, אז די, היינט שוין באקאנטע 'וואגנער גרופע', האט אריינמארשירט אין 'מאסקאווע' און פלאנירט א פולשטענדיגע פוטש קעגן די פרעזידענט פוטין.
די לעצטע פאר חדשים הערט מען כסדר ניעס'לעך פון ראבערייען צווישן די פארא-מיליטערישע גרופע און די אפיציעלע רוסישע ארמיי, דאנערשטאג נאכט האט עס געקראכט, נאך וואס רוסישע סאלדאטן האבן געהארגעט עטליכע פון די גרופע, די גרופע'ס גענעראל 'פריגזיען' האט באלד פארשפראכן נקמה, און גלייַך מארשירט אויף 'מאסקעווע'.
נאך עטליכע שעה, איז אבער געמאלדן געווארן אן אפמאך ווי דער גענעראל גייט גיין צו 'בעלארוס' און זיינע קרעפטן האבן פארלאזט די הויפט שטאט.
די פאקט אז ער- די גענעראל- איז אויפן מינוט (ווייל לויט אלע אנדייטונגען גייט ער נישט מוצא שנותו זיין) ארויס מיט גאנצע ביינער, און זיין גרופע האט געהאט סוקסעסן אין די קורצע שלאכטן מיט די רוסישע מיליטער, ווייזט אויף די 'וואגנער'ס שטארקייט, און אז 'פוטין' ווייסט עס, און האט נישט קיין געהעריגע עצה צו דעם.
Re: פוטש אין רוסלאנד?
מאנכע האלטן אז עס מוז האבן געווען א סעטאפ.
די גאנצע מעשה מאכט נישט קיין סענס
עפעס מאכט אויך נישט קיין סענס די אפמאך, דהיינו וואס גייט וואגנער טוהן פון דא און ווייטער? זיי גייען דען צוריק גיין קעמפן אין אוקריינע, אדער זיין אין בעלארוס וואס איז אויך אינטער פוטין האלבוועגס? דער פלאן פון פרעגאזשין פון דא און ווייטער איז עפעס אויך אומקלאר.
טמירמאנכע האלטן אז עס מוז האבן געווען א סעטאפ.
די גאנצע מעשה מאכט נישט קיין סענס
אינטערסאנטערעפעס מאכט אויך נישט קיין סענס די אפמאך, דהיינו וואס גייט וואגנער טוהן פון דא און ווייטער? זיי גייען דען צוריק גיין קעמפן אין אוקריינע, אדער זיין אין בעלארוס וואס איז אויך אינטער פוטין האלבוועגס? דער פלאן פון פרעגאזשין פון דא און ווייטער איז עפעס אויך אומקלאר.
היסטאריע האט אויסגעלערנט אז אין רוסלאנד, ווען ס'קומט צו דער פירער פון לאנד, מאכט אלעס סענס.
הרב @אנאנים ביטע זיי מסביר. וועלכע חלק איז פאני. פארוואס?
דיטעיל'ס פליז.
תאבים אנו לשמוע
אגב. שלום עליכם!
לדעתי. איז א שאד צו לייגן סיי וועלכע געוויכט צו וועלן פארשטיין וואס דא טוהט זיך. זינט כמעט אלע אינפארמאציע וואס ווערן באריכטעט זענען פאלש למחצה שליש ולרביע. א שאד צו ווערן פארטיפט און פארדרייט.
אינטערסאנטערעפעס מאכט אויך נישט קיין סענס די אפמאך, דהיינו וואס גייט וואגנער טוהן פון דא און ווייטער? זיי גייען דען צוריק גיין קעמפן אין אוקריינע, אדער זיין אין בעלארוס וואס איז אויך אינטער פוטין האלבוועגס? דער פלאן פון פרעגאזשין פון דא און ווייטער איז עפעס אויך אומקלאר.
רבתיי: האלט אייך רואיג. דאס איז נאר די ערשטע סצענע. דער שאו האט זיך ערשט אנגעהויבן. איין שיינעם טאג וועט מען הערן אז דער "פריגאדזשין" מיט זיין גרופ זענען פארטיליגט געווארן. נישט געזארגט. וולאדימיר פוטין בלייבט נישט שולדיג...!
נאר פון די אנדערע זייט. ווער ווייסט אויב די "נייע" גרופ וועט זיין גוט פאר אידן. בד"כ די אלע "רעוואלוציאנערן" זענען גרויסע שונאי ישראל. פוטין איז באוואוסט אלס אן אוהב ישראל. דאס בעסטע וואס די רוסישע אידן קענען זיך נאר ווינטשן. ער איז א פערזענליכער גוטער פריינט פון הרב בערל לאזאר. ער גיסט אריין א סאך געלט אין די אידישע קהילה אין מאסקווע. און אנדערע שטעט.
ס'ברומט זיך אונטער דעם ר"ה'דיגן ניסוח
וכל הרשעה כולה כעשן תכלה כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ!
שרייעט'ס אלע: אה אהההההה, אוי אוי באם
דער פריגאד'זין זאלל נאר נישט אנפיהרן אן ערגערע ממשלת זדון מיט א גרעסערע מאס רשעה.
אונז אידן דארפן מיר אייביג מעסטן ביי א יעדן מצב....צי איז דאס גוט פאר אידן?!
א חלק פון די מאדנעקייט דא איז, א א פריוואטע מענטש האט בלויז געדארפט באשליסן און עטליכע שעה שפעטער איז ער פראסט און פשוט געשטאנען גלייך אינטער מאסקאווע גרייט איבערצונעמען דאס לאנד.
צו זאגן אז די רוס איז א פאפירענע בער איז איבערגעשאצט.
'פוטין' האט היינט געלאזט ארעסטירן (געוועזענע?) גענעראל סערגיי סורעוויקיען צוליב זיין פארבונדונג מיט די פוטש
חב''ד הויזןא חלק פון די מאדנעקייט דא איז, א א פריוואטע מענטש האט בלויז געדארפט באשליסן און עטליכע שעה שפעטער איז ער פראסט און פשוט געשטאנען גלייך אינטער מאסקאווע גרייט איבערצונעמען דאס לאנד.
צו זאגן אז די רוס איז א פאפירענע בער איז איבערגעשאצט.
אז דער רוס איז טאקע שוואכער ווי א פאפירענע בער, דאן פארוואס האט נאך אוקריינא נישט מנצח געווען?
קורקלענד חב''ד הויזןא חלק פון די מאדנעקייט דא איז, א א פריוואטע מענטש האט בלויז געדארפט באשליסן און עטליכע שעה שפעטער איז ער פראסט און פשוט געשטאנען גלייך אינטער מאסקאווע גרייט איבערצונעמען דאס לאנד.
צו זאגן אז די רוס איז א פאפירענע בער איז איבערגעשאצט.
אז דער רוס איז טאקע שוואכער ווי א פאפירענע בער, דאן פארוואס האט נאך אוקריינא נישט מנצח געווען?
ווייל 'אוקריינע' איז נאך שוואכער און פעסט קארופטירט.